| נשלח ב-5/1/2006 23:01 |
|
| |
שב"ק פרשת ויגש אין בני ברק
דעם שבת פארט הגה"צ אבדק"ק סאטמאר אלעד שליט"א קיין אלעד.
די שבת איז שוין געווען אין פלאן פון פאר 3 וואכן צוריק, נאך דעם וואס די ארטיגע איינווינער האבן געבעטן פארן רב שליט"א אז ער זאל קומען זיי מחזק זיין אויף א שבת.
(בדרך אגב: איבער 40 משפחות האבן שוין געדינגען דירות אויך דעם שב"ק שוין פאר 2 וואכן)
דער תימן'ער טאלער איז היינט געקומען אין ביהמ"ד ווען קיינער איז נישט געווען דארט מיט 2 גארדס אין אנגעוויזן אלע טירן פונעם ביהמ"ד פון ווי מ'קומט און מגייט.
ס'איז פונקט אריינגעקומען א עלטערער איד און באשייגעצט דעם תימן'ער, אזוי אז ער האט גלייך אפגעיאגט.
ווי איך הער פון די ארטיגע עסקנים גרייט מען זיך מיט אלע "מעגלעכקייטן" צו פארשטערן זיין פלאן.
ונראה מה יהיה חלומותיו!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2006 23:56 |
|
| |
איז דא נייעס איבער דעם באטרא שרייבט אזוי ווייסט איינער עפעס?
|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2006 15:44 |
|
| |
אגב.
באטרא שרייבט:
אגב: "בא_ללמד" אונטערן מאנטל פון מנהל משנה אין פורום "בחצרות החסידים" שטעלט ער אוועק א פנים ווי אן איידעלער שרייבער, וואס טשעפעט נישט קיינעם אן גרייפט נישט אן א מענטש פערזענליך, איצט זעט מען ווער ער איז.
נעבעך, שיין זעה איך אויס אז איך דארף מיך ביי דיר לערנען מידות טובות און איידלקייט, נאר איך בין דיך דן לזכות ווייל דאס איז דאך דיין פרנסה, און פארדעם באקומסטו א געהאלט. אבער א צווייט מאל זע אז מען זאל נעמען איינעם וואס פארשטייט בעסער ווי דו. מען דארף זיין בלינד נישט צו זען אז נישט איך האב געשריבן די אלע תגובות...
|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2006 04:45 |
|
| |
דאס האט יוסף 90 געשריבען פאר שבת אלס א וועטא צו ער זאגט אמת
מיט קיין ליגענער'ס קען מען זיך נישט טענה'ען
מ'וועט זעהן צו דער אויסווארף חיים ר. וועט קענען אריינקומען די וואך און ביהמ"ד
און צו די אויבערדערמאנטע צווי יונגעלייט וועלן זיין און ביהמ"ד.אן
דאס איז שוין פארענפערט!
|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2006 04:38 |
|
| |
איך רייס מיך די האר פון קאפ.
איך זיך און איך זיך און חדשות אנ"ש ווי יוסף 90 האט מיך באוואשען מיט זיינע קללות, אז איך בין א שקרן א ליגענער, ווען איך האב מפרסם געווען אז עס איז דא א בריוו פון די ערי' אז רבי משה חים ווייס שליט"א איז דער פולקאמער בעל הבית יעצט.
די מנהלים דארטן האבן אפגעמעקט אסאך אשכולות דארטן, עס קוקט מיר אויס אז דאס אויך, אוי ווי זיס ווען איך האב די ווערטער יעצט.
נאר אויף להבא!
לייגט אוועק אין תיבה אישית יעדעס ווארט וואס דער ליגענער יוסף 90 שרייבט יעצט און זינגט ארום אז די זאליס האבן שוין איבערגענומען בני ברק, עס וועט קענען צוניצט ווערן נאך די וואך.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2006 02:55 |
|
| |
באטרא, וואו ביסטו?!
צווייטענס, קיינער האט זיך נישט געוואנדן צו לויער געז ווייל, א נארמאלער מענטש (אבער נישט די אהרונים) ווענדט זיך נישט צו קיין לויער וואס ארבעט שוין פאר'ן צווייטן צד.
זאגסט שיין איבער די ענטפער מיט וואס דער לויער געז האט קאטאגאריש אפגעווארפן דער תימענער טאלער: א נארמאלער מענטש פארשטייט אז מ'ווענדט זיך נישט צו קיין לויער וואס ארבעט שוין פאר'ן צווייטן צד (ווי שטארק אין צרות מ'זאל נאר זיין).
ווען באטרא רעדט צו די זאך...
אמת מ'האט אויפגענומען נאך א לויער וועלכער זאל פאטרעטן דעם צווייטען אנגעשלאגענעם יונגערמאן ר' ש. י. אבער מ'האט אבער נישט אויפגעזאגט, דעם פריערדיגן לויער, מ'האט נאר צוגענומען א גרעסער לויער, וואס קען זיך אן עצה געבן מיט די אהרוניו'שע קארופציע מיטן געוויסו אפיציר, וואס ווייסט איצט שוין אויך זיי ארט ווי ער שטייט.
איך זעה טאקע אז דער נייער לויער האט זיך אן עצה געגעבן מיט די פאליציי, אז מ'האט פרייטאג צופרי געמוזט לויפן אפעלירן די צו הרחקה אין בית המשפט, נישט קענענדיג דאס אויספועל'ן ביי די פאליציי (תיקון טעות: געוויסער אפיציר).
עד כאן!
נאך עפעס פריער ברענגט ער א ציטאט פון ר' אלי כ"ץ וועלכער האט געזאלט צו זאגן אז ער נישט מיט רד"מ קיין ספעציעלע קאנעקשאנס, און דא שרייבט ער גאר, אז ר' יעקב כ"ץ דעם רב'ס זון איז געווען גאר און געריכט לטובת די צווי אנגעשלאגענע, און דאס איז אלע נאך ווען דער רב האט מכלומרש'ט צו געזאגט פאר בראך מיט רי"י גרין (נישט לאכן) אז ער וועט נישט שטיין לצידם פון די אנגעשלאגענע.
א רב קען נישט זאגן קיין ליגנט ?! (איר געדענקט נאך...?)
וואס איך הער נישט?
קוקט עם נעבעך אן דעם "בא_לשקר" קיין אן אהרוני איז נישט געווען אנוועזענד און געריכט, קיין איין לויער וואס פארטרעט די אהרונים איז נישט געווען און געריכט אויך נישט לויער געז, און דער "בא_לשקר" ווייסט גאר וואס דער ריכטער האט געזאגט און געבעטן און געטאן.
וואס קען מען נעבעך טאן אז יענקי כץ פויקט אלעס ארויס און ברענגט ענק בזיונות, נעקסטהיים נעמט איהם נישט מיט, ער וועט שוין טרעפן וואו צו גיין.
יעצט קומען די פאקטן!
פאקט בלייבט פאקט אז די אהרונים האבן געסטראשעט דאנערשטאג נאכט אינמיטן א געוויסע חתונה, אז ס"ג גייען זיי מבזה זיין דעם רב שליט"א, און אויס מורא פון די נאמנות וואס דער ריכטער האט געגעבן פאר רד"מ טהאלער זענען זיי געווען שטיל, נישט וועלענדיג ער זאל האבן וואס צו איבערגעבן פאר'ן ריכטער.
אויב דו האלטס זיך ביי א פאקט בלייבט דאס פאקט אבער נאר ביי דיר און מח, נישט ביים אמת'ן מציאות.
באטרא:
צווייטענס, חיים ראטער'ס "צו הרחקה" איז אראפ בידיעתו פון לויער אמיר נאך ווען די אהרונים האבן מפקיד געווען זייער "כתב הכניעה" פאר'ן רב.
איז פארוואס האט דער לויער אמיר דאס נישט איבערגעגעבן פאר טאלער, ער זאל כאטשיג נישט בלאס ווערן ווי א גוסס ווען הבחור ח. רוטר האט אריינשפאצירט אין ביהמ"ד.
פארוואס האט טאלער צומארגנס ביי שלש סעודות זיך אויסגעדרוקט אז דאס אריינקומען פון ח.ר. האט איהם געהארגעט, לשיטתך איז ער דאך געווען גרייט צו דעם.
אלא מאי קומט מען צו צו די זעלבע כלל: פאקטיש מיינט וואס עס איז געווען די מציאות נישט וואס מ'חלומט זיך.
שוין ווייטער דא
נאכן איינגעבן זייער "כתב הכניעה" פאר'ן רב שליט"א, האט בראך געמוזט אויספאלגן דעם רב'ס הוראה נישט פארקויפן די וואך קיין "עליות", און דער פלאן פון געבן "שישי" (דער רב איז א כהן) פאר די שלעגער'ס איז אראפגעפלאשט געווארן און בית הכבוד.
איך פראביר צו טראכטן וואספארא בלאף וואלסטו אויסגעטראכט ווען עס וואלט נישט פונקט געווען א שבת שוהל פירן אין ביהמ"ד און מ'וואלט יא פארקויפט די עליות.
און אצינד, פול מיט הרגשה...
לסיום: בא_לשקר ביטע ברענג די צווי בריוו'ן פון ר' יוסף יהושע גרין צום רב שליט"א, איינס די ווענדונג נישט צו ברענגען גארד'ס, צווייטענס דער "כתב הכניעה" פאר'ן רב, ברענג עס ביטע זאל יעדער איינער זעהן דעם אמת
ווי שוין אויבן גענטפערט: די בריוו וואס מ'האט געשיקט פאר ר' אלי' כץ איז א פריוואטע בריוו פון די הנהלה וואס ווען נישט דו פאקרימסט דאס וואלט מען נישט גערעדט דערפון (דאך א רב), במיילא וועל איך דיר דאס מפני כבודו נישט פאוסטן.
און די צווייטע בריוו "כתב הכניעה" דארף קודם געבוירן ווערן און גלייך דערנאך וועל איך דאס פאוסטן (איז ביטע מאך דאס ווי שנעלער).
און אויב דו האלסט אז ס'איז יא דא אזא בריוו, פליז בעט זאס פון יענקי כץ זאל דיר דאס ארויסגעבן.
לסיום: באטרא שרייב ווייטער און ערפיל דיין באשערטע פרנסה פאסטן, איך שעם זיך דיר צו ענטפערן ווייל דאס איז ב"ה נישט מיין פרנסה פאסטן, נאר איך האב דיר געוואלט איינמאל פאר אלעמאל לערנען וואס הייסט פאקטיש און וואס הייסט אומפאקטיש, דאס איז נישט קיין זאך וואס איז איבעגעגעבן אין די הענט פון קיין שרייבערל, נאר דאס איז די אמת'ע פאקט אויפן שטח, און אויב שטימט דאס נישט מיטן ווילן אדער מיטן געוואונטשענעם חלום שלינגט דאס אראפ מיט אנגסט און פיין און מ'בייסט זיך די ליפן, מיט קיין ליגנד און חלומות ווערט קיין פאקט נישט געטוישט נאר אפשר פאר אפאר פארתמ'טע קעלבלעך.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2006 02:48 |
|
| |
געטראפן, באטרא!
נאך ווי אזוי מיר פארשטייען אלעס, נאך ווען מ'הערט די ריכטיגע פאקטן, און נישט די דברי שקר פון "בא_לשקר" פארשטייט מען שוין אלעס, נאר איין זאך ביטע "אהרונים" פאוסט אריין די צווי בריוו'ן איינס פון א "טייל" פון די "אומ-פאקטישע" חברי הנהלה און צווייטענס די "כתב הכניעה" פון בראך ראטער, און דעמאלץ וועט יעדער איינער זעהן און וויסן און וויינען און לאכן און טאנצן און שפרינגען פון די אהרנוי'שע חלומות.
דו ווערסט זייער ווילד ווען מ'ברענגט דיר צו צום אמת'דיגן פאקט.
די בריוו וואס מ'האט געשיקט פאר ר' אלי' כץ איז א פריוואטע בריוו פון די הנהלה וואס ווען נישט דו פאקרימסט דאס וואלט מען נישט גערעדט דערפון (דאך א רב), במיילא וועל איך דיר דאס מפני כבודו נישט פאוסטן.
און די צווייטע בריוו "כתב הכניעה" דארף קודם געבוירן ווערן און גלייך דערנאך וועל איך דאס פאוסטן (איז ביטע מאך דאס ווי שנעלער).
נאך אלץ?!
דארפסט קודם אנהייבן אז דער אויסווארף חיים ראטער האט באקומען א "צו הרחקה".
ווער געדענקט נאך זיין צו הרחקה נאכן שוידערליכע בילד וויאזוי די פאליס קייטלט דעם שלעגער היימליך און באגלייטן איהם ווי המן נאכן באגיסן.
גיי שוין שלאפן!
צווייטענס דער לויער גיל דחוח האט פאטראטן איינע פון די אנגעשלאגענע ר' ה. א. ה. און ער ער איז נאך ווייטער און קראפט.
פארוואס דארף מען צוויי באזונדערע לויערס צו קען נישט דחוח פארטרעטן צוויי אומשולדיגע קעלבעלעך (א שאד אויף אידיש געלט), אויסער דעם וואו האט זיך דער נייער לויער עמיר באהאלטן ביז פרייטאג ביים אפעלירן די צו הרחקה, און וואו איז דאן דער דחוח אהין געקומען.
ענדליך, א אידיש ווארט...
עס איז קלאר אז עס איז געווען א מיספארשטענדענישט מיט א געוויסע זייטיגער פאליס אפיציר וועלכער האט קאפארירט מיט די אהרונים, צייטווייליג, ווייל ווער עס ווייסט געפונען זיך און פאליציי העכערע אויטאריטעטן ווי יענען אפיציר.
מיספארשטענדעניש, זייטיגער אפיציר, נידעריגע אויטאריטעט וכו' וכו', באטרא, רוף דאס קינד ביים נאמען: מיאוס'ער און טאטאלער דורכפאל ביי די פאליס (כמעט פארגעסן: צייטווייליגער).
יעצט איינמאל!
איינס, און בני ברק באשטייט די פירערשאפט פון קהל יטב לב פון ר' אלי' כ"ץ און ר' יצחק יאזשעף, האלצער ראטער בראך חיים ורעכעלע מייזליש מאן דכר שמם.
ערשטנ'ס שוין וויפל מאל געזאגט רעדט פון פאקט נישט פון חלומות, ר' אלי כץ האט די פירערשאפט אויף קהל יטב לב טאקע פונקט ווי יצחק יאזשעף (מ'קען דאס וויסן מיט איין טעלעפאן קאל קיין ב"ב).
מיט דיין שרייבן אויף די געטרייע רעבעצין מייזליש, דערמאן איך מיך א מעשה וואס האט פאסירט ביי א חופה פון א נעבעכדיגן בחור'ל וואס א עושר האט איהם חתונה געמאכט אויס רחמנות אויף איהם, דער עושר האט איהם צוגעטראגן א קליין שטיינדל פרעגט איהם דער חתן מה זאת, ענטפער איהם דער עושר: וויבאלד איך מאך דיך חתונה ווייס איך דאך אז דו וועסט מיר כדרך העולם צוריקווארפן שטיינער, דערפאר גיב איך דיר א קליינע זאלסט מיר נישט ווארפן קיין גרעסערע.
באטרא אויב פארשטייסטו נישט "אליין" די נמשל, איז ווענדט זיך צו איינער פון די פאלגנדע נעמען (זיי שטייען נישט ווייט אוועק פון דיר): יוסף90, פעשי, שפצלך10, חורינער, קול סאטמאר וכו' וכו'.
וד"ל.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2006 02:42 |
|
| |
ווען באטרא'ס באבע וואלט געהאט רעדער...
דער נייער גליון "אז נדברו" האט דער רב שליט"א געבעטן נישט אויסטיילן, נאר נאך ווען די פאליציי האט געשטעלט רד"מ טהאלער אלס אינספעקטאר פון ביהמ"ד, האט דער רב שליט"א נישט געוואלט אז מ'זאל קענען זאגן פאר די פאליציי פון דער צד פון נאמני מרן אד"ש זאל זיין די וועלכע וואס מאכן פראוואקאציעס (אפילו עס איז נישט קיין פראוואקאציע אבער מ'קען זיך אבער אנלייגן אויף דעם).
אויב די פאליציי האט געשטעלט דעם טאלער אלס "אינספעקטאר" מיינט דאך אז זיי וועלן ביי איהם פרעגן ווער עס האט גערודערט שבת אין ביהמ"ד, האט ער דאך לכתחילה געקענט זיי אנזאגן אז ער וויל טיילן בלעטלעך (חידושי תורה) און דאס מיינט נישט קיין פראוועקאציעס, פארוואס האט ער די נייע גליון נעבעך געמוזט לייגן אין גניזה.
אלא נאר, נישט קיין אינספעקטאר און נישט קיין בלעטלעך, די אלע שקרים האט נישט געטראפן קיין פלאץ אין ב"ב, דארט לאכט מען זיך אויס פון ענקערע זיסע חלומות (וועק דיך אויף רייב דיך אויס די אויגעלעך און זעה די אמת'ע פאקט).
אוי באטרא, באטרא, באטרא...
ווי איך אויב שוין געשריבן איינמאל, איז דא ווער עס זאל צאלן געלט און געהאלט פאר'ן רב שליט"א, עס איז דא א זאל פון וואס ברענגט יעדן חודש אן הכנסה פון 15 טויזענט דאלער, און א האטעל וואס ברענגט קרוב צו 7 טויזענט דאלער, אויזי אז "בא_ללמד" האט זיך נישט וואס צו זארגן פאר די וועידזשעס פונעם רב שליט"א.
אויב מוז נישט טאלער איבערגעבן יעדן חודש די געלט פאר די מוסדות ווי א טאטעלע, טא פארוואס גיבט ער דאס אזוי ערליך, צו זארגט ער פארן מוסדות, צו איז ער אפשר פשוט א שונא בצע (זאל ער דאס כאטשיג געבן פאר דיר "באטרא" וואס דו דינסט איהם אזוי ערליך און געטריי 24 שעה נאכאנאנד).
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2006 02:39 |
|
| |
באטרא לאזט נישט נאך...
ווי איך האב פריער געשריבן, אויב איך אראפגעשטעלט ריכטיג די שליחות פון רי"י גרין מיט בראך, און וואס ר' אלי' כ"ץ דער רב האט זיי גענטפערט.
די צווי האבן נישט געזאגט פאר הרב כ"ץ אז זיי גייען ברענגען גארד'ס, ווייל ליגעל קענען זיי נישט ברענגען קיין גארד'ס, און דאס ווייסן זיי אליין פאר זיך.
די צוויי קענען נישט ברענגען קיין גארד'ס...
...פונקט ווי זיי קענען נישט בויען די בנין התלמוד תורה,
...פונקט ווי זיי באקומען נישט חודש'ליך די 15,000 $ פון טאלער פאר די זאל,
...פונקט ווי זיי באקומען נישט חודש'ליך די 7,000 $ פון מרדכי ווייס פאר די האטעל,
...פונקט ווי מ'האט אונטערגעשריבן עפעס אן אפמאך,
און פונקט ווי קהל יטב לב ווערט "פאקטיש" געפירט דורך ר' אלי' כץ מיט יצחק יאזשעף...
(איך גדענק שוין נישט אלע דיינע געבלאפטע מעשה'לעך)
באטרא, אביסל רחמנות...
און נאך א פוינט אז הגר"א כ"ץ האט נישט מורא פון די אהרונים און ווען זיי וואלטן עם גערעדט מיט אזא זלזול וואלט ער זיי ארויסגעקאפעט פון זיין הויז.
אמת ר' י"י האט געקאלט פרייטאג ר' אלי' כ"ץ אבער וועגן עפעס אנדערש, איינמעלדן אז ער האט אונטערגעשריבן אויפ'ן בריוו און נאמען פון ראטער מיט בראך.
צווייטענס, ווער עס קען ר' יוסף יהושע גרין (וועלכער איז אגב געווען פון די חברי ההנהלה וועלכע האבן עמפאנגען הגה"צ רבי זלמן לייב שליט"א ביי זיין באזוך און בני ברק, און איז פערזענליך אראפגעקומען שלום נעמען בבית האכסניא ביי הנגיד ר' שלמה יודא בראך חבר הנהלת מרכז המוסדות) וועלכער איז פאר זיך גאר א ערענסטער און א איידעלער מענטש, און איז בידידות מיטן רב (און אויך מיט רד"מ טהאלער) רעדט נישט אזא סארט שפראך (וואס פאסט פאר [ר'] אהרן טייטלבוים) צום רב שליט"א, במילא איז אלעס שווא ושקר.
די וועלט זאגט א ווערטל: צו יעדן מענטש דארף מען וויסן צו רעדן לויט זיין שפראך!
רעדט ביטע נישט פון טאלער'ס "ריינע מויל" (באקאנט אין ב"ב אלס תימענער פיסק וואס שעלט מיט דאס ארגסטע), ווייל איך וועל מוזן ארוישרייבן פון וואספארא עלטערן ער האט דאס געירש'נט.
שוין ווידער באטרא!
יצחק בראך האט פרייטאג צום רב שליט"א בכלל נישט גערעדט און נישט געטוישט קיין ווארט, אזוי אז די גאנצע שמועס איז שקר.
אמת הרב יצחק בראך האט פרייטאג נישט גערעדט צו ר' אלי', אבער ר' אלי' צו איהם יא! ווען ער איז איהם ווי א זיבעלע נאכגעלאפן נאכן באקומען די שארפע טלפאן קאל פון ר' יוסף יושע גרין.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2006 02:35 |
|
| |
באטרא:
עס קען זיין אז אין דעם בריוו שטייט אז זיי האבן געשיקט א קאפיע פאר די "אומפאקטישע" הנהלה פון די אהרוי'נישע יטב לב און ניו-יארק, אבער עס האט קיין משמעות, ווייל ר' אלי' כ"ץ דער רב איז נישט געשטעלט געווארן דורך זיי און האט זיי פארפאקט ווי די משה גבאי האט פארפאקט [ר'] אהרן טייטלבוים.
דער רב שליט"א איז נתמנה געווארן פערזענליך דורכ'ן רבי'ן און אלס אזא איינער איז ער נישט געבינדן צו קיינעם נאר צו כ"ק אד"ש (און ווי [ר'] אהרן זעלבסט האט געזאגט ביי א דרשה אז אין בני ברק איז אויך נישט געווען קיין וואלן און דער רבי איז דער בעל הבית וכו', דערמאנט אייך אהרונים'ליך)
אויף די ווארט "אומפאקטישע הנהלה" ביטע ליין מיין אויבערשטע ארטיקל.
האסט גוט געזאגט אז ר' אלי' האט האט זיי פארפאקט פונקט ווי משה גבאי, ווייל ביידע קענען זאגן היינט צו טאג: איך בין אמאל געווען...
דארפסט פארשטיין אז א רב אן קיין ציבור טראגט דעם זעלבן פנים ווי א גבאי אן די חסידים!
המשך, באטרא:
דער שקר ארבעט ריזיג, ר' אלי' כ"ץ האט עם געזאגט אז האט נישט מיט טאלער גארנישט א גריסט זיך מיט נאר א גוט מארגן א גוט תמיד, ווער עס הערט עס שטייט און לאכט און די פויסטן, און די צייט וואס רד"מ איז פון די נאנסטע מקורבים צום רב.
שרייבט דאס נישט הויעך, ווייל ר' אלי' שעמט זיך מיט איהם אין ב"ב, זיי רעדן קיינמאל נישט ברבים (ווייזט אויס אז ער קען זיין תימנ'ער יחוס...)
תוקן על ידי - בא_ללמד - 10/01/2006 3:02:57
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2006 02:33 |
|
| |
באטרא שרייבט ווייטער:
קיינער לייקענט נישט אז ר' יוסף יהושע גרין (וועלכער איז אגב אן אהרוני פונקט ווי מיר) האט איבערגעגעבן א בריוו צום רב ר' אלי' כ"ץ, און נאמען פון א "טייל" פון די "אומ-פאקטישע" חברי הנהלה.
באטרא'לע, לאמיר דיר איינמאל פאר אלעמאל אויסלערנען וואס הייסט פאקטיש און אומפאקטיש, פאקטיש - הייסט דאס וואס איז די אמת'ע מציאות אויפן שטח, נישט וואס מ'וויל און וואס מ'חלומ'ט.
אומפאקטיש – הייסט דאס וואס איז נישט די מציאות (אפילו ווען עס טהוט שטארק וויי).
במיילא אויב צו וויסן ווער איז די "פאקטישע" חברי הנהלה אין ב"ב אדער ווער זענען די "פאקטישע" חברי הנהלת מוסדות יטב לב בארה"ב, און ווער זענען די "אומפאקטישע", דאן הייבט מען אויף א טלפון קיין ב"ב און מ'פרעגט אן יעדן מענטש, ווער צאלט די געהאלט פאר די מלמדים, ווער פיהרט די מוסדות, פאר וועם צאלן די עלטערן שכר לימוד, ווער איז מחליט אלע עניני הקהילה והמוסדות, (ר' משה חיים ווייס מיט זיינע חברי הנהלה, צו וואלערשטיין מיט טאלער אדער גאר יצחק יאזשעף וכו').
פארדעם נעקסטהיים פאר די שרייבסט פאקטיש און אומפאקטיש טרייכט וואס דו האסט צו טהון!
ווייטער שרייבט ער:
אבער מ'דארף צולייגן צווי נקודות, איינס אז ער איז אראפגעקומען צום רב'ס הויז מיט יצחק בראך, און עם נישט געזאגט קיין ווארט אז זיי גייען ברענגען גארד'ס, נאר געבעטן אז ער זאל זעהן אפשטעלן רד"מ טאלער צו ברענגען גארד'ס.
און נאך א פוינט אז דער רב שליט"א האט זיי גענטפערט בזה"ל: איך ווייס נישט וואס איר ווילט, איך פיר ס"ג האקט מען אפ די לעקטער, איך שיק ארויס א יונגערמאן עס אויפהייבן שלאגט מען עם, אינמיטן ס"ג האקט מען אריין זאכן, איעך גיי ארויס פון שול האקט מען אייער, איז נישטא קיין אנדער ברירה פון ברענגען גארד'ס, איצט אויב איר וועט זיך אונטערנעמען בכתב אז עס וועט זיין שטיל שבת קען איך עם בעטן נישט ברענגען קיין גארד'ס, אנדערש גיי איך עם גארנישט זאגן
בראך מיט ר' י"י גרין האבן עם גענטפערט, אז מארגן וועלן זיי עם געבן א ענטפער.
און טאקע אויפצומארגאנס האט ר' י"י גרין אונטערגעשריבן אויף א צעטל ווי עס שטייט אז אין נאמען פון יחזקאל ראטער און יצחק בראך, נעמען זיי זיך אונטער אז שבת וועט זיין שטיל (אגב: מ'האט געקענט זען שבת ביינאכט נאכן דאווענען ווי היציגע יונגעלייטלעך האלטן פאר יצחק בראך פארוואס ער איז איינגעגאנגען אויף אזא אופמאך, בראך האט זיי געענטפערט, אז ער האלט אויך אזוי, אבער עס איז נישט געווען קיין אנדער ברירה.
עס מוז זיין אז דו האסט א נאנטן קאנטאקט מיט הרב כץ אליין, ווייל קיינער אויסער הרב יצחק בראך איז נישט דארט געווען אין צימער (אפילו נישט זיין בענאק יענקי) און דו טענה'עסט דאך אז ער האט גענטפערט "בזה הלשון", איז ביטע פארבינד זיך מיט איהם נאכאמאל און בעט איהם די בריוו פונעם א.ג. אפמאך און לייג עס דא ארויף לעיני כל, (לויף שנעל אויסשטעלן א בריוו וואס איז ביז דערווייל נישט געשטויגן און נישט געפלויגן).
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2006 02:30 |
|
| |
באטרא טייערער, צום ערשטנס עס איז זיך נישט געזונט צו רעגן (אפילו אין די שווערסטע אומשטענדן), צווייטנס, איך ענטפער דיר על ראשון ראשון, אבער נעם אין חשבון אז דאס איז די לעצטע מאל וואס איינער ענטפערט דיר אויף דעם אישו, נעקסטיים קענסטו ווייטער קרייען ווי דער פארלוירענער האן אין בני אדם.
באטרא שרייבט: דער טיפש זאגט אפ זיינע נארישקייטן, און ער זאגט שוין פון פאראויס ופני הזאליס חפו, כאילו יעדער איז מודה אז פני הזאליס חפו, און עס בלייבט נאר די פראגע פארוואס.
דערווייל זענען סאטמארער חסידים נאמני מרן אד"ש ובנו הגה"צ שליט"א און בני ברק העכסט צופרידן פון זייערע ערשטקלאסיגע דערגרייכונגען...
לאמיר פונקטליך פארשטיין וואס רעכנסטו אלס "ערשטקלאסיגע דערגרייכונגען": (באטרא, אבער נאר פאקטן)
• צו דאס שטערן פאר די זאליס פאריגע שבת צו אויסטיילן די נאר'ישע בלעטל כתמר יפרח ?
• צו דאס שטערן פאר די זאליס די יעצטיגע שבת צו אויסטיילן די נאר'ישע בלעטל אז נדברו ?
• צו דאס קייטלען דעם שלעגער היימליך ביי איהם אינדערהיים בפני קהל עם ועדה ?
• צו דאס מוזן לויפן ליל שישי דונגען אַ פרישן (דער דריטער) לויער צו אפעלירן די צו הרחקה ?
• צו דאס מוזן זיך אונטער נעמען 50.000 $ ערבות אויף די שלעגערס היימליך-שעכטער ?
• צו דאס מוזן נעבעך צוקוקן ווי הבחור ח. ר. שפאצירט אריין ביי לכו נרננה אין ביהמ"ד ?
• צו דאס מוזן זיצן איינגעשטילט אַ גאנצן שבת אן לאזן הערן א פיפס אויפן אחריות פון הרב כ"ץ ?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/1/2006 15:44 |
|
| |
איך מיין אז דער ענין פון תימן איז נישט אויסגעהאלטען צי רעדען בדרך בזיון
איך בין זיכער אז עס איז דא ביי עיהם גרעסערע חסרונות ווי למשל א מרבה מחלוקת וכדומה
|
|
|
|
| נשלח ב-9/1/2006 07:39 |
|
| |
ווי אזוי איז דער טאלער א תמין'נער.
פון זיין טאטע אדער מאמע?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/1/2006 03:14 |
|
| |
די פאקטן וואס ס'האט זיך אפגעשפיהלט פארגאנגענע וואך אין בני ברק.
מיטוואך - טאלער צוקריגט זיך מיט זיין לויער (גיל דחוח) ווייל ער האט נישט אפגעהאלטן די שוידערליכע סצענע ווען די פאליס האט געקייטלט די שלעגערס היימליך-שעכטער קעגן אלע איינוואוינער פונעם סאטמארער שיכון.
דאנערשטאג – טאלער איז אובד עצות ער ווענדעט זיך צום גרויסן לויער פון קהל יטב לב (סאסי געז) מיטן פארשלאג פון שווערע טויזנטער דאלער (!) ער זאל אפלאזן די קהילה און אריבער קומען צו איהם, דער לויער האט איהם ארויסגעווארפן פון זיין אפיס בבושת פנים ער זאל גיין צו אלע רוחות.
ליל שישי - טאלער האט ענדליך געטראפן א דריטער לויער (ציון עמיר) און איהם אראפגעלייגט איינטריט געלט פינף טויזנט דאלער און פון איהם געפאדערט אז ער מוז צומארגנס אפעלירן אין בית המשפט די צו הרחקה פון די פאליס אויף די שלעגערס היימליך-שעכטער.
פרייטאג - טאלער שטייט אויף פרי (אינגאנצן נישט ווי זיין געוואוינהייט) און פארט אראפ מיט די צוויי שלעגערס קיין תל אביב,
(כמעט פארגעסן: עס האט זיך אויך נאכגעשלעפט יענקי כץ דער זוהן פון ר' אלי' כ"ץ)
דער נייער לויער האט זיך אונטערגענומען פארן שופט ערבות פון פופציג טויזנט דאלער אויב די צוויי שלעגערס וועלן נאך הייבן הענט אין לויף פון די קומענדיגע 15 טעג און דער שופט האט אראפגענומען די צו הרחקה פון די צוויי שלעגערס.
פארן ענדיגן די זיצונג האט דער שופט געפרעגט דעם לויער וויאזוי ער נעמט זיך אונטער אזא גרויסן סומע און ווי קען ער זיך פארלאזן אויף די צוויי שלעגערס אן צו מיטגיין מיט זיי אין ביהמ"ד?
האט דער לויער עמיר גענטפערט אז דער טאלער וואס שטייט אונטער איהם ער האט זיך אונטערגענומען די געלט און ער וועט אויף זיי זיין דער מפקח (אינספעקטאר - בעביסיטער) א גאנצן שבת אז זיי זאלן נישט הייבן מער קיין הענט,
דער שופט האט דאס אנגענומען!
די טארנספארטאציע פון טאלער-היימליך-שעכטער האבן אהיים מארשירט אין די מיטאג שעה'ן מיט א גרויסן נצחון אז די שלעגערס וועלן קענען אריינקומען שבת אין ביהמ"ד, און הבחור ח. ר. נישט!
שבת ביינאכט - ווי א ווייסע וואלקן בראך האט באנומען די פענימער פון די פאר זאליס אין ביהמ"ד ווען אינמיטן קבלת שבת שפאצירט אריין אין ביהמ"ד הבחור ח. ר., די פאר זאליס האבן אנגעהויבן זיך צו שושקענען צווישן זיך און מיט ווייטאג געשאלטן די פאליס באלד אזויווי זיי שעלטן די אהרונים.
עס איבעריג צו זאגן אז נאכן זיך אונטערנעמען 50.000 דאלער האט דער אינספעקטאר - בעביסיטער שיין ערפילט זיין פליכט און אכטונג געגעבן אויף די שלעגערלעך אז זיי זאלן האלטן די הענט ביי זיך.
תוקן על ידי - בא_ללמד - 09/01/2006 3:18:42
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/1/2006 03:10 |
|
| |
דא האט איר די פאקטן וועלכע איך האב יעצט געהערט פון איינעם פון די הויכראנגיגע עסקנים פון בני ברק.
ערשט נאכן ליינען די פאקטן וועט איר פונקטליך פארשטיין פארוואס די אהרונים אין ב"ב דרייען זיך מיט א שמייכל אויפן פנים, ופני הזאליס חפו... (אויסער די וועלכע גלייבן נאך די פארקרומטע פאקטן וועלעכע זייערע שרייבער'לעך למיניהם פראבירן צו פארשפרייטן כאטש אויף דערווייטנס).
דאנערשטאג מיטאג האט הגה"צ ר' אלי' כ"ץ באקומען א בריוו אונטער געחתמ'עט דורך אלע "פאקטישע" חברי הנהלה, אין דעם בריוו איז געשטאנען אז אזויווי דער "תימענ'ער אינספעקטאר טאלער" זיצט נישט איין לעצטנס, און ווילדעוועט ווי א שווארצע חיה, נאך זיינע דורכפעלער איינס נאכן צווייטן, איז וויבאלד דער טאלער דרייט זיך ביי דיר, זאלסטו באצייטנס קעיר נעמען איבער אים.
צום סוף פונעם בריוו איז געשטאנען א קליינע שורה מיט א גרויסע מיינונג:
א קאפיע פונעם בריוו איז געשיקט געווארן פאר די נייע "פאקטישע" חברי הנהלת מוסדות יטב לב בארה"ב.
פארשטייט זיך אז נאך אזא בריוו האט ר' אלי' כ"ץ נישט איינגעשטילט און גראד אויפגעהויבן א טעלעפאן צו ר' יוסף יושע גרין, חבר ההנהלה, און איהם געפרעגט שומו שמים וואס האב איך מיט די גאנצע געשעפט, איך ווייס נישט פון גארנישט. מיט טאלער גריס איך מיך נאר א גוט מארגן און א גוטן תמיד, ר' יוסף יושע האט איהם געזאגט ער וועט דאס איבערגעבן פארן מנהל ר' משה חיים.
ביינאכט האט ר' יוסף יושע צוריק געקאלט צו ר' אלי' און איהם געזאגט אז הרב יקותיאל יצחק בראך חבר הנהלה וויל ארויף קומען רעדן מיט אים.
הרב יצחק איז ארויפגעקומען און איבערגעגעבן בשם די הנהלה אז אזויווי דער טאלער גרייט זיך צו ברענגען גארד'ס אין ביהמ"ד אויף שבת, זאל ער וויסן אז די הנהלה האט אויך געדונגען גארד'ס, און מ'וויל נאר אז ער - ר' אלי' - זאל וויסן דערפון פון פאראויס, און נישט זאגן נאכדעם לא ידעתי.
ווי פארשטענדליך האט ר' אלי' אנגעהויבן צו טענה'ען אז נישט ער איז דער אדרעס ער שטייט פון די זייט, אבער ער האט גוט פארשטאנען דעם וואונק.
פרייטאג האט ר' יוסף יושע גרין נאכאמאל געקאלט צו ר' אלי' כ"ץ און איהם איבערגעגעבן אז ער זאל וויסן אז די באשולדיגונג'ס פינגער איז געוואנדן צו איהם, טאלער זאגט אז איהר שטייט אונטער איהם,
און די הנהלת הקהילה האט שוין גרייט א איש מכובד מיט א לאנגע שניי ווייסע בארד פון אמעריקא וואס זאל געקרוינט ווערן אלס דיין הקהילה...
ווי פארשטענדליך האט ר' אלי' פארשטאנען דעם אפענעם רמז און עס האט נישט גענומען קיין גאנצע צען מינוט און ער האט גלייך אויפגעהויבן די טרייבל און געקאלט צום גבאי ביהמ"ד הרב יצחק בראך, חבר ההנהלה און מנהל הת"ת, און זיך געבעטן ברחמים ובתחנונים אז ער זאל זעהן צו איינשטילן די מצב קעגן איהם און קעגן די זאליס.
הרב יצחק האט איהם גענטפערט אז עס איז איבעריג צו בעטן אזא זאך ווייל די ווילן פון די גאנצע קהילה איז צו לעבן רואיג און שטיל ווי די גאנצע צייט, דאס וואס מ'רודערט ארום איז ווייל דער תימענער טאלער (מיט די וואס שטייען אונטער איהם) פראבירן צו מאכן פראוואקאציעס מיט אויסטיילן נארישע בלעטלעך אנגעפיהלט מיט ראשי תיבות און פרפראות לחכמה פונעם "וויליאמסבורגער תלמיד חכם" און דערפאר רעאגירט מען ווי ס'דארף צו זיין,
אויב שטילקייט זאלט איהר מוחל זיין איינצושטילן דעם טאלער וואס איז אנגעבונדן און אייך דאן וועט הערשן א שטילקייט און רואיגקייט.
ר' אלי' האט צוגעזאגט מיט א תנאי כפול אז ער נעמט זיך אונטער אז דער טאלער וועט גארנישט פרובירן צו טהון,
די בלעטלעך וועט מען גונז זיין,
די גארד'ס וועט מען אפזאגן,
און אויף די געלט א כפרה.....
יעצט קענט איהר שוין פארשטיין וואו זענען אהינגעקומען די ניי-געדריקע בלעטלעך וואס טאלער האט געדרוקט אויף שבת.
יעצט קענט איהר שוין פארשטיין וואו זענען אוועקגעקומען די גארד'ס.
יעצט קענט איהר שוין פארשטיין די טויט-שטילקייט און פחד וואס האט באנומען דעם טאלער גאנץ שבת אין ביהמ"ד.
און יעצט קענט איהר שוין פארשטיין פארוואס זייערע שרייבערלעך מוזן נעבעך אפירנעמען א זאק מיט לגיונות און שפייזן די הונגעריגע זאלונעמ'לעך איבער די וועלט (אבער נישט אין ב"ב ווייל דארט ווייסט מען די אמת'ע פאקט..)
 |
|
|
|
|
|