| נשלח ב-6/1/2006 00:17 |
|
| |
א גוטן דזשאב א קעגן עסקני שוא ושקר
איי איז דאס זיס צו ליינען, די זאלונים זענען צושפרינגען געווארן ווען דער רב שליט"א האט אראפ געריסן די פאר פאלטשע יונגען וואס פאר זייערע אייגענע בענעפיטן האבן זיי אויסגענוצט דעם נאאיוון ציבור און געשריבן מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות אין זייער שונד צייטונג אז מען איז מחוייב ארויס צוקומען לשווקים ולרחובות פאר הכרת הטוב צו באדאנקן דעם מעיאר פאר ערלעדיגן דעם פראבלעם פון מציצה בפה, און דער רב שליט"א וואס האט זיי באמת דן געווען לכף זכות און האט נישט באגריפן אז די אזויגערופענע עסקנים זענען פאלנע בלאפערס, ער האט געמיינט אז דער מעיאר האט זיי פשוט אויסגענארט, האט ער זיי פארגעווארפן אז היתכן זיי האבן נישט פארלאנגט פונעם מעיאר א "שריפטליכער" צו זאג אפצושאפן דעם פארארדענונג אקעגן מציצה בפה, און דאס האט זיי ארויס גענומען פון די גלייזן, היתכן דער רב האט זיך דערוואגט ארויס צו קומען אקעגן די דאזיגע בלאפערס.
למעשה האט נידערמאן, מענצער און גאלדבערגער געכאפט פון בלומבערג א פליק אזוינס און אזעלעכס, זיי האבן זיך אויסגעטוהן פאר בלומבערג, זיי האבן געשריגן הכרת הטוב מען איז מחוייב צו גיין שטימען פאר בלומבערג ווייל ער האט געראטעוועט מציצה בפה, זייט די אגודיסטישע חוב קדוש פאר די בחירות אין איזראעל איז נאך אזא חוב קדוש נישט געווען,
די דיינים, ראבד'לעך, בית דין, האבן אלע פראקלאמירט א חוב פאר אנשים נשים וטף ארויס קומען מקבל פנים זיין דעם עוכר ישראל נאר ווייל ער האט געראטעוועט מציצה בפה,
דער קאשויער רב שליט"א האט געשריבן אז הפעם איז ער יוצא מגדרו, און מען איז מחוייב מכבד זיין דעם פושעי ישראל אלץ וועגן מציצה בפה.
בלומבערג בכבודו ובעצמו איז זיך געקומען באדאנקען פאר דעם ווילי רב אז ער איז אנטלאפן פון סיטי האל כתינוק הבורח מבית הספר און מיט דעם האט ער אפגעראטעוועט מציצה בפה.
און דא תיכף ווי בלומבערג האט געווינען די וואלן האט ער א שפיי געגעבן דעם נידערמאן אין פנים, אט אזוי ווי משה גבאי שפייט געווענדלעך זיינע שונאים, ער לאכט פון די נארישע אידישע עסקנים אין די פויסטן, און דער שוטה נידערמאן קלעימט נאך וויקטארי...
משה דוד, נאך אזא דורעכפאל, פארשטעקט מען זיך פאר בושה, (.... אין לו בושת), האסט ארויס געשלעפט אידן אפגעבן כבוד מלכים פאר א פושעי ישראל, א מחלל שבת בפרהסיה, א מנוול עצום, כידוע, און געפאפט דעם עולם כאילו דאס האט צוטון מיט מציצה בפה, ווען יעדער רעכט דענקענדיקער מענטש האט געוויסט אז ס'איז שקר גמור, דאס האט גארנישט צוטון מיט מציצה בפה נאר מיט די פאר טאלער וואס דו מיט מענצער און גאלדבערגער האטס באקומען..
יא, דער דיסטרויער וואס די גאנצע וועלט הארכט זיך צי צו עם, ווען אימער די חברי הבית דין צדק שבירושלים דארפן זיך דורך רעדן מיט גדולי הרבנים שבגולה, וועמען רופן זיי?, נישט דעם נועם המידות, נאר דעם דעסטרויער, ועל זה לבם דוה, דאס האלטן זיי נישט אויס, זיי קענען זיך קלאפן אין די פלייצע, און אשרך'ן "זייער" אויסגעשפילטע סאטמאר, בעת דער עכטער סאטמאר מיט טויזענטער חסידים, ווייקן זיך ביים רב, מען הערט תקיעת שופר דרשות, מען הערט כל נדרי דרשות, הושענא רבא, חנוכה, שובבי"ם תורות, טויזענטער אידן בלי שום גוזמא שטופן זיך צוזאם מיט צו האלטן לעבעדיגע ווארעמע הקפות, מען שעפט יראת שמים מלא חפניים, יא, דאס איז דער דעסטרויער, ער דעסטרויעט זייער האפענונג, ער דיסטרויט זייער ציל, ער דיסטרויעט משה גבאי'ס פלענער...
יא, וויאזוי שרייבט דרייניץ'ל, אויסער זיך אויסקעמען די בארד און פיאות פאר די מיטינג מיטען מעיאר האט ער נאך נישט צוגעלייגט קיין פינגער און קאלט וואסער. נישט מיט געלט (פאר דאקטוירים, שטודיעס, לויערס און קאנסולטענטס וכו'), שוטה שבעולם, ווען די האסט ווען באקומען עפעס א ריפארט, עפעס א שטודיע, עפעס א לויער, וואס זאל אפווארפן די שטאטישע ריפארט, וואלסטו שוין געהאלטן אסאך ווייטער, ווען דיינע נביאי הבעל, דיינע עסקני שקר, וואס האבן זיך אריין געלאזט אין דעם אן קיין שום נארמאלן פלאן, נאר כדי צו קענען קלעימען וויקטארי, ווען זיי וואלטן נישט געשריגן אז זיי האבן שוין ערלעדיגט אלעס, און אלעס איז אונעם בעסטן ארדעננג, און מען דארף נאר אפגעבן א שבח והודי' פאר'ן מעיאר פאר'ן נאכקומען דעם פארלאנג פון מג"ן, און פאר'ן זיך שרעקן פון ר' זלמן לייב'ס בריחה, ווען ער איז אזוי גיך אנטלאפן פון סיטי האל, וואס דאס איז געווען דער מכה בפטיש אז דער מעיאר האט מבטל געווען די גזירה. ווען זיי לאז כאטש ו, די אמתדיגע עוסקים בצרכי ציבור באמונה, וואלט דאס שוין לאנג געווארן ערלעדיגט.
יא, קרן, מיט די אהרונים וואס דו האסט גערעדט, וואס זענען געווען פארגלייבט אין רבי אהרן האבן שוין איינגעזען דעם אמת און האבן זיך אפגעלאזט פון עם,
קרן, מעג איך זיין א הולך רכול ומגלה סוד?, איך יענקעלע, בין דארט געשטאנען ווען דו האסט גערעדט מיט יודעלע וו. און סיני ט. די צוויי זקני תלמידי רבינו זי"ע, וואס דאן האבן זיי נאך געגלייבט אז רבי אהרן איז דער ממשיך דרכו פונעם רבי'ן זי"ע, און ב"ה זיי האבן זיך גיך געכאפט און זיף אפגעלאזט פון עם, און האפענטליך, ממנו יראו וכן יעשו, און בקרוב ממש וועלן זיך די איבעריגע צענדליגע טויזענטער מענטשן המתאבקים בעפר רגליו הטהורים, אויך אפלאזן פון דעם ס"מ (סאטמארער מנהיג).
איחוד'ל, מען האט ארויס גענומען די דרשה, ווייל עס האט שוין אויף געטוהן, משה דוד האט געזאגן פאר זיין קאזן ר"ה.... אז ער וועט ווייזן אז ער ארבייט יא אקעגן די גזירה, און זאל יעדער זען אז ר' אהרן האט עם אראפגעריסן אומזינסט, בחינם על לא עוול בכפו, על כן האט דער רב געבעטן אז מען זאל דאס ארויס נעמען ווייל אז ער טיט, וויל ער עם נישט סתם מצער זיין, איך בין געווען דערביי ווען ר"ה האט דאס דערציילט פארן רב שליט"א, און האט עם געזאגט, אז דער רב האט שוין אויף געטוהן.
מילא דער היסטאריקער, את אשר לא קרה הוא זוכר ואת אשר קרה הוא שוכח,
דאס אז רבי משה ארי' האט 4 מאל ברבים אויסגעמישט זין שיריים מיט די שיריים פון כ"ק דער קרית יואלער רב שליט"א און אזוי געטיילט שיריים, דאס געדענקט ער נישט, אדער גאר וויל דאס נישט געדענקן, נאר ער געדענקט א מעשה מיט א קליפה, על כן וויל איך עם קאריגירן ווייל איך בין דאך אויך דארט געווען ביי די מעשה ווען הגה"ק רבי משה ארי' זצוק"ל זי"ע האט דא געוויילט אין אמעריקא א יאר צוויי פאר זיין פטירה. און עס איז צו עם אריינגעגאנגען א איד א מחוצף פון קרית יואל און געפרעגט קשיות אויף די התנהגות פון אב"ד קרית יואל שליט"א. און האט עם אנגערופן מיט אלע לשונות של גנאי און בין הדברים האט דער מחוצף געזאגט אז ר' אהרן ער איז א קליפה, אויף דעם האט דער הייליגער ירושלים'ער רב געענטפערט מיט א שמייכל, אמת ער איז א קליפה!, ווען יענער עזות פנים האט אנגעהויבן צו שמייכלען, האט עם רבי משה ארי' ז"ל געזאגט, טיפש, דו פארשטייסט נישט וואס איך האב געזאגט, איך האב געזאגט אז דער קרית יואלער רב שליט"א איז א כ'ליפא, ער איז פונקט ווי דער הייליגער קדושת יום טוב זי"ע, ער איז דער אמת'ער גודר גדר ועומד בפרץ, ער וועט אויסוואקסן א גרויסער מנהיג ישראל, ורבים יסתופפו בצילו, ופני המחוצף חפו.
היסטאריקער, דו האסט זיכער א גיטן קאפ, און געדענקסט נאך ווי דער רב שליט"א האט געברענגט קיין קרית יואל די עבודה זרה וואס הייסט סקול דיסטריקט, וואס איז שוין ב"ה בטל געווארן ווען ר' זלמן לייב איז ארויס געלאפן מיטן פולן פיסק אן קיין נאך ברכה פון די חתונה ביי רבי יד"ה, ווען דער קרית יואלער רב איז אריין געקומען, (פארפאלן, וואס זלמן קען אויף טוהן מיט זייו אוועק לויפן) יא, איך זאג בטל געווארן, ווייל זייט דיין שטריק האט איבער גענומען די מלוכה, הערט מען נישט פון קיינעם קיין שום מחאה אקעגן דעם עבודה זרה וואס הייסט סקול דיסטריקט, יא מען איז מוחה אקעגן א נארישן עירוב, מען איז מוחה אקעגן דעם בלאט, אקעגן קאפי אום פסח, אבער נישט אקעגן עבודה זרה, מסתמה איז עס שוין בטל געווארן.
יא, ב"ה דער דיסטרויער מאכט א גוטן דזשאב מי די צושאסענע זאלונים, און מיר זאגן, אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו.
תוקן על ידי - כל_העולם - 06/01/2006 2:09:08
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2006 00:23 |
|
| |
זיס ווי צוקער.
זיי פירן א שטודיע שוין חדשים לאנג, און מער ווי סטעיטמענט'ס פון נידערמאן האט מען דערווייל נישט געזען.
ביליגע געלטגייציגע פארשוינען.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2006 00:58 |
|
| |
דא קענסטו זען די עכטע גוטע זשאב קעגן "רבני שוא ושקר".
פירער אָדער פאַרפירער?
כלל ישראל שטייט איינגעשפּאַנט אין די מערכת הקודש צו פאַרזיכערן אַז די שטאָט ניו יאָרק זאָל זיך נישט אַריינמישן, רעגולירן, באַאיינפלוסן קעגן, און אַוודאי נישט שטערן ח"ו דאָס דורכפירן מציצה בפה, אַלס אַ טייל פון די הייליגע מצות ברית מילה.
אידן זענען באַזאָרגט, דערשיטערט פון די פרישע שריט וואָס איז גענומען געוואָרן דורך'ן העלט קאָמישאָנער, אין פאָרעם פון אַ בריוו וועלכע וואָרענט עלטערן אַז דער פּראַקטיק איז אַ סכנה. גלייכצייטיג איז מען דערשראָקן פון נייע און פרישע גזירות פון דעם דעפּאַרטמענט, וואָס ווייזט קלאָר אַרויס אירע מאָטיוון און איר האַס צו דעם "פאַנאַטישן אולטראַ-אָרטאָדאָקס" קרייז, וואָס איז איצט פאַרוואַנדעלט געוואָרן אין אַ קאַמף קעגן דעם "צוריקגעשטאַנענעם" מציצה פּראָצעדור, וואָס דער אויפגעקלערטער מאָדערנער דאָקטאָר-ראַבינער, משה דוד טענדלער, האַלט אַז עס איז אומנויטיג, און ער ווייסט בעסער וואָס עס איז אַ רפואה פאַרן קינד נאָכן ברית ווי די חז"ל, עפ"ל.
חברי התאחדות הרבנים, הרבנים הגאונים שליט"א, זענען פאַרנומען מיטן פאַרענדיגן די "אינוועסטיגעישאָן" אויף דעם מוהל מומחה הר"ר יצחק אהרן פישער, וואָס נאָך אומערמידליכע אינטערווענצן דורך די שרי העסקנים והשתדלנים האָט עס מעיאָר בלומבערג איבערגעגעבן פאַר די וועלט-באַרימטע און אָנגעזעענע וועד הרבנים פון התאחדות הרבנים דארה"ב וקאַנאַדאַ.
שתדלנים זענען טעגליך אין פאַרבינדונג מיט הויכע רעגירונג'ס באַאַמטע, ווענדן זיך צו יעדן מעגליכן קאָנטאַקט, און שפּאָרן נישט קיין מיטלען און שריט צו באַוועגן די אַדמיניסטראַציע אַז זיי זאָלן איינזען די לעכערליכקייט פון די אזוי גערופענע, פאַבריצירטע געפאַר וואָס שטעקט אין מציצה בפה.
די שרי העסקנים והשתדלנים פאַרברענגען גאַנצע טעג אין באַראַטונגען מיט דאָקטוירים, מומחים און אַדוואָקאַטן, ווי אַזוי אָפּצושלאָגן די ביטערע גזירה, וואָס איז באַזירט אויף לעכערליכע פאַקטן און פאַלשע שטודיעס.
אָבער איין מענטש האָט איצט אַנדערע דאגות. דער אַזוי גערופענער מנהיג פון מאָנראָו זוכט צו צעשמעטערן די מערכה, אָפּקילן דאָס התלהבות, צוטיילן דעם ציבור. אַלעס נישט ווייל ער איז געוואָרן אַרויסגעלאָזט פון די מערכה — פאַרקערט, מען האָט מיט גרויסע כוחות אים פּרובירט איינצושליסן וואָס מער — אָבער וכל זה איננו שוה לי. ער קען נישט צושטיין דערצו, ווייל ער איז נישט דער איינציגסטער וואָס שטייט אין שפּיץ פון די מערכה, און ער וועט נישט קענען טריאומפירן אַז "איך" האָב עס ערלעדיגט.
כ"א כסלו — אַ טאָג וואָס דאָס יהדות החרדית גיט אָפּ אַ שבח והודיה פאַרן רבונו של עולם על אשר לא השבית לנו גואל, רבינו הק' זי"ע איז איבערגעבליבן לפליטה איבערצופלאַנצן די אומבויגזאַמע יהדות החרדית פון אייראָפּע קיין צפון אַמעריקע, פון וואו עס ווערט אונטערגעשטיצט די קאָמפּראָמיסלאָזע שמירת התורה והמצוות אין די גאַנצע וועלט, און ווען סאַטמאַרער חסידים ביי סעודות הודאה הערן התלהבות'דיגע דרשות ממשיך צו זיין די מסורה — האָט דער פירער-פאַרפירער באַשלאָסן אויסצונוצן פאַר זיין ביליגע אַגענדע, צו שימפען קעגן די וואָס שטייען בראש מערכות אלקים חיים, און געבן זיך אַוועק וואָכן און חדשים צו פאַרזיכערן אַז די אומבויגזאַמע מסורה ווערט נישט געטשעפּעט חלילה דורך מתחדשים.
עס איז מערקווירדיג אַז אַ טייל פון זיין העצערישע רעדע איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן פון דעם טעקסט פון זיין דרשה וואָס זייער "שונד-בלאַט" האָט איבערגעדרוקט. ווייזט אויס אַז אויך די מושחתים האָבן שוין פאַרשטאַנען אַז דאָס איז שוין צופיל, אפילו פאַר זייערע בלינדע נאָכפאָלגער וועלכע זענען שוין אימוניזירט צו שמוץ אויף גדולי ומאורי דורינו, ולהבחל"ח צדיקים פונעם דור הקודם. אָבער כדי ממלא צו זיין וואָס זיי האָבן פאַרפעלט, האָבן זיינע נאָכשלעפּער, פּראָפּאַגאַנדע מיניסטאָרן און ביליגע שרייבערלעך, וועלכע פאַר'סמ'ען דעם יוגענט מיט זייערע הוילע דמיונות און גיפטיגע אַרטיקלען, פאָריגע וואָך געשריבן אַ שענדליכן "עדיטאָריעל" צו באַצייכענען די עסקנים אַלס פאַררעטער.
שטעלט זיך אַ פראַגע: במשך די גאַנצע מערכה וואו איז געווען דער פירער-פאַרפירער, וועלכער איז געקומען אינמיטן זומער צו די היסטאָרישע מיטינג אין "סיטי-האָל" מיט נאָך צוויי צענדליגער רבנים, כדי מען זאָל קענען אַריינשטעלן בילדער אין זייער "שונד-בלאַט" דערוועגן, אָבער דאָרט איז ער געזעסן און נישט געעפנט דאָס מויל, טראָץ וואָס ער פאַררופט זיך אַלס אַ גלענצנדער רעדנער מיט אַ געוואַלדיגן רעטאָרישן קראַפט?
פאַרוואָס האָט ער נישט צוגעלייגט קיין פּלייצע במשך די גאַנצע צייט אַרויסצוהעלפן אין די שווערע אונטערנעמונג, דורך שיקן זיינע "מעכטיגע" עסקנים, ליעזאָנס, לאַביאיסטן, מאַיאָר, וכו', וועלכע ווערן שטענדיג איינגעשפּאַנט פאַר זיינע אינטערעסן? און ווען עס האַנדלט זיך פון ענג–עגאָאיסטישע צילן ווייסן זיין שוין אַפירצוזוכן פאַרבידונגען און קירבות'ן א.א.וו.
אויב האָט ער געהאַלטן אַז די עסקנים אַרבעטן נישט גוט — טאָ וואָס איז דאָס זיצן מיט פאַרלייגטע הענט? פאַרוואָס האָט ער נישט געאַרבעט צו שתדל'ען אויף זיין וועג?
*
עס איז נישט צו קיין איינגענעמע אויפגאַבע זיך צו דאַרפן מטפל זיין מיט די דברי בלע פון דעם פירער-פאַרפירער, און די נאָכפאָלגנדע קיתון של שופכין וואָס זיין "שונד-בלאַט" האָט אויסגעגאָסן אויף די געטרייע עסקנים וועלכע זענען משליך נפשם מנגד למען שלימות הדת. אָבער מען טאָר נישט און מען קען נישט איבערלאָזן אַזאַ פאַרראַט אומאָפּגעענטפערט, און אָן ציען די ריכטיגע מסקנות דערפון, כדי די שתיקה זאָל נישט דינען ווי אַ הודאה אויף זיינע העצערייען קעגן די עסקנים און קעגן די הייליגע מערכה. איבערהויפּט ווען דער פאַרפירער האָט אויך אומוויסנדע נאָכשלעפּער, פאַר'קעלבערטע פון התפּעלות, וועלכע ווערן פאַרבלענדעט און פאַרפירט פון זיין "שונד-בלאַט". אָט פאַר די דאַרפן מיר אויפקלערן וואָס פאַר אַַ שאַרף מעסער אין רוקן פונעם יהדות החרדית מ'פּרובירט דאָ אַריינצושטעכן. אפשר וועט דאָס שוין עפענען זייערע אויגן צו זען צי ער איז אַ פירער אָדער אַ פאַרפירער.
זיין איצטיגע אַטאַקע דעמאָנסטרירט ווי ווייט אַלעס דרייט זיך ביי אים בלויז אַרום תאות השררה והכבוד, ענדלאָזע שחצנות, אני ואפסי וכו'. פאַר די אינטערעסן איז מען גרייט מקריב צו זיין די גאַנצע תורה ומצוות און יהדות.
במשך די גאַנצע מערכה איז ער געשטאַנען אין די זייט, וואַרטנדיג ווי אַזוי עס וועט זיך אויסשפּילן. וועט עס גוט גיין, וועט ער זאָגן אַז עס איז ער, אָבער צולייגן אַ האַנט וואָס זאָל העלפן דערצו, דאָס נישט. ווייל למעשה האָט ער געוואונטשן אַ דורכפאַל. עס האָט זיך טאַקע אַרויסגעוויזן אַז אין די מינוט וואָס עס מאַכט זיך אַ פרישער פּראָבלעם, לאָזט ער זיך פּלוצלינג הערן, ער ווייסט שוין פּונקטליך וואָס מען האָט נישט ריכטיג געטאָן.
ווען עס איז געקומען די פרייליכע מעלדונג אַז דער מעיאָר האָט איבערגעגעבן די אָנגעלעגנהייט פאַר התאחדות הרבנים, וואָס דער מעיאָר האָט פּערזענליך געמאָלדן פאַר הגה"צ אב"ד ור"מ סאַטמאַר שליט"א פון וויליאַמסבורג אין אַ טעלעפאָנישן געשפּרעך, און ער איז מוצ"ש דערויף געקומען אויף אַ באַזוך איבערצוגעבן די בשורה פאַרן רב. ווייזט אויס אַז די פּראָפאַגאַנדע–מומחים האָבן איינגעזען אַז זיי וועלן דאָ נישט קענען צושרייבן די הצלחה אַז עס האָט אַ שייכות מיט זייער פירער, האָבן זיי געשריבן אין זייער קיתון של שופכין אַ שפּאָטישן אַרטיקל, אַז דאָס איז גאָר די קרעדיט פון דעם ירושלים'ער מעיאָר אורי לופליאַנסקי, וועלכער האָט ערלויבט אַריינצוברענגען די ערגסטע תועבות בפלטרין של מלך. זיי האָבן כדרכם פאַבריצירט אַ לעכערליכע געשיכטע אַז ער האָט ערלעדיגט ביים מעיאָר בלומבערג אָפּצולאָזן די פרשה, אויפן באַפעל פון הרב אלישיב... אַ פרעכער שקר, וואָס איז ספּעציעל "אויסגעאַרבעט" געוואָרן דורך די מומחים אויף שקר און סילוף, כדי אַראָפּצורייסן די עסקנים — וועלכע האָבן לויט זיי גאָרנישט געטאָן — אַז זיי האָבן נישט גענוג טאָן.
ווען עס האָט געהייסן אַז עס איז ערלעדיגט, האָבן זיי אַריינגעלייגט אַ בילד אין זייער "שונד-בלאַט" וואו מ'זעט ווי דער מוהל מומחה קומט זיך באַדאַנקען פאַר זייער פירער-פאַרפירער פאַרן ערלעדיגן די פרשה... דעמאָלט איז ער דאָ געווען. צו נעמען קרעדיט אַז ער איז עס געווען דער וואָס האָט עס ערלעדיגט. אָבער איצט, אַז עס מאַכט זיך אַ פּראָבלעם, הערט מען נישט ער זאָל צולייגן אַ פינגער אין קאַלט וואַסער, נאָר ער קריטיקירט און פּרובירט צו צוברעכן די הייליגע מערכה.
אין זייערע אויסגאַבעס וואו די יוגענט ווערט געפיטערט מיט בילדער פון זייערע מאַסן און פון זייער פירער, ווערט אויך רעגלמעסיג פּוביליצירט בילדער פון אַזוי גערופענע ליעזאָנס מיט פּאָליטישאָנס, ווי גלייך עס איז אַ בילד פון אַ שפּיצן קאָנפערענץ לטובת דעם חרדי'שן ציבור, וואָס אייגענטליך קומען די בילדער פון פאָנד-רעיזערס און אַנדערע פּאָליטישע דינערס און חינגא'ס, וואו אַהין זיין לויפן, שטופּן זיך און לאָזן זיך קאָסטן צו כאַפּן אַ בילד אינאיינעם מיט די באַטרעפנדע כדי צו קענען פיטערן זייערע מאַסן אַז זיי זענען "אין טשאַרדזש."
די זעלבע פּאַרשוינען ובראשם זייער מנהיג זענען איצט דאָ אַראָפּצורייסן די עסקנים און האָבן די אומדערהערטע חוצפה און עזות צו זאָגן אַז מיט די אויסעראָרדענטליכע, זעלטענע ראַלי בעפאָר די וואַלן האָבן זיי געמיינט בלויז בילדער און כבוד. די עסקנים וועלכע זענען פאַרזינקען אין חובות צוליב אומגעדעקטע הוצאות (נישט אַלעס האָט די קאַמפּיין קאַסע לעגאַל געקענט דעקן) פון דעם קאַמפּיין וואָס האָט געצילט אָפּצושטעלן די גזירה, ווערן גאָר באַשולדיגט אין מיינען געלט.
יאָ, אשריכם גבורי חיל עומדי בפרץ, וואָס איצט האָט איר טאַקע זוכה געווען צום ריכטיגן כבוד, דורך אַריינגיין אין איין קאַטעגאָריע, און געשטעלט צו ווערן אין איין רייע מיט די גרעסטע רבנים זצ"ל ולהבחל"ח דיינים ורבנים שליט"א, דורך ווערן באַשמוצט אין דעם "שונד-בלאַט", און ווערן אַראָפּגעריסן און באַשמוצט דורך דעם וואָס "רייסט אין זיבעטן ריפּ." נישט יעדער איז זוכה צו אַזאַ זעלטענעם כבוד, און דאָס אַריינגענומען ווערן אַלס ציל–ברעט איז אַ גוטער סימן.
צוליב די פאָרזיכטיגקייט פון די עסקנים — וועלכע האָבן געוואוסט אַז במשך דעם קאַמפּיין איז דער מעיאָר געוואָרן אַרונטערגעריסן דורך די אַנגלאָ-אידישע און גוי'אישע פּרעסע פאַרן זיך ברעכן פאַר די חסידים, און צו געווינען שטימעס האָט ער גענומען דעם פּרעצעדענטלאָזן שריט פון איבערגעבן אַן אַזוי גערופענע געזונטהייט אויספאָרשונג פאַר אַ רעליגיעזן פּאַנעל — האָט מען זיך צוריקגעהאַלטן פון דערמאַנען ביי די ראַלי דאָס וואָרט "מציצה בפה", כדי עס זאָל נישט אויפגעכאַפּט ווערן דורך די אַלגעמיינע פּרעסע לייט וועלכע זענען אָנוועזנד געווען, און די "ניו יאָרק טיימס" האָט עס טאַקע באַצייכענט אַלס די גרעסטע ראַלי פאַרן מעיאָר.
אין די רעדעס אויף אידיש האָט מען נאָר דערמאַנט אַז דער מעיאָר האָט געהאָלפן פאַר מצות מילה, און אויך אין די ענגלישע ווערטער האָט מען גערעדט אַז העכער אַלע אַלגעמיינע סערוויסעס פון וואָס מיר געניסן "האָבן מיר עפּעס ספּעציעל געמיינזאַם מיטן מעיאָר. ווען אונזערע רעליגיעזע פּראַקטיצירונג איז באַדראָעט געוואָרן האָסטו אַריינגעטרעטן עס אָפּצושטעלן..." די און נאָך אויסדרוקן האָבן זייער קלאָר אַרויסגעברענגט וואָס דער ציל פון די ראַלי איז, אָן אָנרופן די אישו ביים נאָמען, כדי נישט צו געבן שטאָף קעגן דעם מעיאָר פאַר טענדלער וחביריו, און די פּרעסע זאָל אים נישט אַטאַקירן אַז ער האָט זיך פאַרקויפט פאַר שטימעס, וואָס וואָלט אים געקענט צווינגען צוריקצוציען פון איבערלאָזן די קעיס פון דעם מוהל מומחה הר"ר יצחק אהרן פישער פאַר די התאחדות הרבנים. דער מעיאָר האָט זיך עטליכע מאָל אויסגעדרוקט צו די עסקנים אַז ער האַלט נישט אויס דעם אומגעהויערן דרוק, און געוויס האָבן די עסקנים נישט געזוכט צו פאַרגרעסערן דעם שווערן פּרעשור און די אומאויפהערליכע העצעס.
אגב, איז כדי צו ערווענען אַז עס איז זייער מעגליך אַז דער "שונד-בלאַט" האָט אַ שטאַרקן חלק אין דעם פאַרוואָס מ'האָט מתחלה נישט באַוויזן משתיק צו זיין דעם גאַנצן בלבול. פון אָנהייב אָן ווען דער העלט דעפּאַרטמענט האָט אָנגעהויבן צו שיקאַנירן הרב פישער'ן, איז די נייעס באַקאַנט געווען פאַר די צייטונגען, און עס איז אפילו צוגעשיקט געוואָרן צו די אידישע וואָכן אויסגאַבעס דורך איינעם וואָס איז געווען באַקאַנט מיט די פרשה, אָבער די פאַראַנטוואָרטליכע עסקנים האָבן געבעטן אַז מען זאָל עס נישט מפרסם זיין ווייל דאָס קען נאָכמער אויפרייצן די מהרסים, און דאָס קען שטאַרק שאָטן פאַר די פאַרשידענע שריט וואָס מ'האָט דעמאָלט אָנגעהויבן טון דערוועגן. למעשה האָט דער "שונד-בלאַט" באַשלאָסן אַז דאָס אַז זיי זאָלן זיין די ערשטע צו ברעכן די נייעס, איז פיל וויכטיגער ווי די גאַנצע מערכה און ווי מציצה בפה, און האָבן עס יאָ באַריכטעט קעגן די קלאָרע געבעטן פון די עסקנים.
דאָס איראָנישסטע איז אָבער אַז דוקא די אומפאַראַנטוואָרטליכע, רשעות'דיגע שרייבער, נוצן איצט אויס דעם אחריות'דיגן צוגאַנג פון די עסקנים ביי די ראַלי, צו זאָגן אַז עס איז "נישט דערמאַנט געוואָרן קיין וואָרט וועגן מציצה בפה," נאָר וועגן סאָציאַלע ענינים.
די גרופּע ובראשם זייער פירער וואָס ביי זיי אין שטעטל איז אַן אָפטע ערשיינונג אַ ראַלי, צו וואָס עס ווערט אַרויסגערופן אנשים, נשים וטף, און דער עולם ווערט איינגעשפּאַנט צו קלאַטשערייען און אַרויסצואווייזן אַ קעלבערנע התפעלות פאַר די באַערטע באַאַמטע; די וואָס ביי זיי זענען תערובות'דיגע צוזאַמענקונפטן מיט באַאַמטע אַן אָפטע, און לעגיטימע געשעעניש; ביי דינערס אין זייער שטעטל איז אָפט די צענטראַלע אַטראַקציע אַ פּאָליטישער רעדנער, אין דער צייט וואָס ערגעץ אַנדערש ווערט דער כבוד וואָס מען דאַרף צוטיילן די באַאַמטע געהאַלטן צום מינימום וויפיל מען מוז, און געוויס ווערט עס נישט פּובליצירט וואָכן פאַר דעם אַז אַ פּאָליטישאָן גייט אויפטרעטן; אין זייערע מוסדות ווערן אָפט אויפגענומען אפילו נידריג-ראַנגיגע אינספּעקטאָרס — אפילו גוי'טעס, אין די תלמוד תורה — מיט באַגריסונג רעדעס און מיט די גאַנצע פּאָמפּע, און די תשב"ר ווערן באַפוילן צו קלאַטשען פאַר זיי. — און דאָס זענען אַלעס אומבאַשטרייטבאַרע פאַקטן וואָס ווערן דורכגעפירט לעיני כל ישראל.
אָט די נידערטרעכטיגע פאַררעטער שעמען זיך נישט צו שרייבן אַז עס איז געווען אַ "געמיינער תערובת", ביי אַ ראַלי וואו עס איז געוואָרן אַריינגעלייגט באַזונדערע כוחות און אויסגעאַרבעט אַ ספּעציעלער פּלאַן צו פאַרמיידן תערובת, און די טויזנטער באַטייליגטע האָבן צוגעזען ווי מען האָט שווער געאַרבעט און עס זענען ספּעציעל געשטעלט געוואָרן אַריבער דרייסיג "חברה שומרים" וואָלונטירן צו פאַרזיכערן די שמירת גדרי הצניעות.
דוקא די וואָס ביי זיי איז יעדע וואַלן, פאַר אַ ריכטער, טאַון באַאַמטער, שוין אָפּגערעדט פאַר אַן אייגענעם טראָסטי, אַ "חוב קדוש", באַגלייט מיט אַ גענעראַל פאַרזאַמלונג אין אַ מקום קדוש, צו וואָס מ'איז צומאָל אפילו זוכה צו אַ שטורעמישע רעדע פון דעם פאַרפירער — דוקא זיי פאַרשטייען נישט פאַרוואָס די רבנים זענען דאָס ערשטע מאָל אַרויסגעקומען רופן אַז מ'זאָל גיין שטימען, למען שלימות ברית קדשינו.
עס איז טאַקע וויכטיג צו נאָטירן אַז שטילערהייט האָבן זיי אַגיטירט קעגן שטימען פאַרן מעיאָר, און ביי זיי אין די הופּער שול האָבן זיי אויסגערופן אַז מען זאָל נישט גיין צו די ראַלי, נאָך וואָס עס האָט זיך זיי נישט איינגעגעבן דער בלאָף אַז זייער געוועזענער שתדלן און היינטיגער ליעזאָן האָבן פאַררופן די ראַלי. ווי לאַנג עס האָט זיך זיי געדוכט אַז דער שקר וועט אַרבעטן זענען זיי פולקאָם צופרידן געווען, אָבער היינט, אַז יעדער ווייסט אַז זיי האָבן נישט קיין וואָרט, קומען זיי אַרויס איבערשרייבן היסטאָריע, אַז עס האָט נישט געטויגט, און אַז מען האָט נישט גוט געאַרבעט.
*
לאמתם של דברים, האָבן די עסקנים ב"ה באַוויזן צו ערלעדיגן ביים מעיאָר איבערצוגעבן די אישו מיט וואָס די פרשה האָט זיך אָנגעהויבן, די אָנגעבליכע הוירפּיס קעיסעס פון דעם מוהל מומחה הרב פישער, פאַר די התאחדות הרבנים — אַ גרויסן טייל אַדאַנק די היסטאָרישע מיטינג וואו דער פירער איז אויך געווען כדי זיך צו קענען פאָטאָגראַפירן — טראָץ וואָס דער מעיאָר האָט געהאַט אויסצושטיין שווערע אַטאַקעס דערוועגן פון די אַלגעמיינע פּרעסע און פון גרויסע פּראָפעסאָרן וועלכע האָבן זיך צוגעשטעלט צו טענדלער וכת דילי', וועלכע האָבן אים באַשולדיגט אַז ער ריזיקירט מיט פּיצלעך'ס געזונט צוליב פּאָליטישע חשבונות. מען האָט דאָס עררייכט טראָץ וואָס זייערע מויל-מאַכער האָבן זיך אַרומגעדרייט אָפּשפּעטן פון די מערכה, און אַוועקמאַכנדיג די סוקסעס אויסזיכטן.
אגב, די טענה אַז מען האָט געזאָלט בעטן אַן אונטערשריפט פונעם מעיאָר אַז מ'וועט נישט טשעפּען מציצה בפה, איז לעכערליך. אפשר קען עמיצער זאָגן פאַרוואָס ער אַליין, ווען ער איז געווען ביי די מיטינג, האָט נישט פאַרלאַנגט די אונטערשריפט? אין די צייט וואָס אַנדערע רבנים האָבן אויפגעברענגט פאָרשלאַגן און האָבן פּרובירט משכנע צו זיין דעם מעיאָר צו טוישן שטעלונגען, האָט מען פון דעם "מעכטיגן רעדנער" נישט געהערט קיין וואָרט.
אינטרעסאַנט, די גאַנצע וועלט האָט שטענדיג אַ פּראָבלעם פון וואַל פאַרשפּרעכונגען וועלכע ווערן נישט איינגעהאַלטן. פאַרוואָס איז נאָכנישט בייגעפאַלן פאַר קיינעם צו פאַרלאַנגען פונעם קאַנדידאַט אַן אונטערשריפט? דאָס וואָלט דאָך געווען די בעסטע פאַרזיכערונג אַז ער וועט נישט פאַרלעצן זיין פאַרפליכטונג...
די עסקנים האָבן דעמאָלט איבערגעגעבן דעם מעיאָר צוויי לעדערנע בענדער מיט פּעטיציעס, וואָס זענען לכתחילה צוזאַמענגענומען געוואָרן קעגן דעם פאַרבאָט אויף מציצה בפה, אָבער איצט — האָט מען אים קלאָר געזאָגט — גיט מען עס אים איבער אַלס דאַנק פאַר אָפּשטעלן די גזירה. דער מעיאָר האָט קלאָר געוואוסט, פאַרשטאַנען און אַרויסגעוויזן אַנערקענונג פאַר די גראַנדיעזע מלכות'דיגע ראַלי אין וויליאַמסבורג וואָס מ'האָט אים צוגעשטעלט צו ווייזן ווי שטאַרק דער ציבור שטייט פאַראייניגט קעגן די גזירה, און אַלס דאַנק פאַר זיין אינטערווענץ עס אָפּצושטעלן.
קאָמישאָנער פרידען האָט נישט געקענט צוקוקן ווי מ'האָט באַוויזן צו באַאיינפלוסן דעם מעיאָר ווי אומגערעכט דער בלבול איז. ספּעציעל האָט ער נישט געקענט אַראָפּשלינגען וואָס ביי די היסטאָרישע רבנים מיטינג האָט ער געהאַט אָנגעגרייט אַן ערקלערונג צו באַרעכטיגן דעם פאַרבאָט אויף מציצה און דורכצופירן רוע הגזירה, אָבער נאָך די טרעפליכע דברים היוצאים מן הלב פון כ"ק אדמו"ר מקאַשוי שליט"א, וואָס האָט איבערגעלאָזט אַ קענטליכן טיפן איינדרוק אויפן מעיאָר און די אַנדערע באַטייליגטע, איז מר. פרידען געבליבן מיטן צונג אינדרויסן, און זיין רעדע איז געבליבן אויפן פּאַפּיר.
איצט, ווען עס זענען ליידער פריש אַנטדעקט געוואָרן צוויי פעלער אין וואָס קינדער וואָס האָבן פּונקט געהאַלֹטן נאָכן ברית האָבן אַנטוויקעלט געזונטהייט פּראָבלעמען — וואָס ס'איז קלאָר אַז ס'האָט נישט מיטן מוהל, אויך האָט דער רשע טענדלער געגעבן אַ סטעיטמעט פאַר די פּרעסע אַז ביי היימישע אידן איז פאַראַן פיל מער "ספּעשל עדיוקעישאָן" קעיסעס צוליב מציצה בפה, האָט דער קאָמישאָנער זיך אַרויפגעכאַפּט דערויף. כאן מצא בעל חוב מקום לגבות את חובו, און ער האָט אָנגעהויבן אַ פרישן שטורעם קעגן מציצה — די התחלה איז אין פאָרעם פון אַן אָפענעם בריוו — האָבנדיג צוויי פרישע באַווייזן וועגן די כלומר'שטע "שעדליכקייט" דערפון, און ער האָט אָנגעהויבן אַ פרישע אָפענסיווע קעגן דעם פּראַקטיק.
ווען די שרי העסקנים והשתדלנים זוכן וואָלטן בלויז געזוכט צו עררייכן לפנים'דיגע דערגרייכונגען וואָלטן זיי דאָך געקענט אַוועקמאַכן דעם פרישן בריוו, אַז עס איז בלויז אַ בריוו וואָס רופט עלטערן נישט צו מאַכן מציצה, אָבער עס איז נישט קיין געזעץ וואָס פאַרבאָט. נו, אַ בריוו דאַרף מען דאָך נישט פאָלגן. אַנשטאָט דעם, שרייען זיי יאָ אַז דאָס וועט ח"ו זיכער ברענגן פּראָבלעמען, און מען טאָר עס נישט איגנאָרירן, דערפאַר אַרבעטן זיי פונדאָסניי אָפּצושטעלן די גזירה, און זיי וועלן אי"ה מצליח זיין מיט די געוואַלדיגע סייעתא דשמיא וואָס באַגלייט זיי ב"ה ביי טריט און שריט, און אַדאַנק די ברייטע שטיצע פונעם ציבור.
אָבער איינער איז נישט באַזאָרגט פון די גזירה, ער טוט גאָרנישט וועגן די פרישע הסתה. ליבערשט מאַכט ער אַ פינפטן קאָלום, איינרעדנדיג זיך אַז דורך דעם וועט ער צוברעכן די עסקנים און די מערכה פון אינעווייניג דורך זיך איצט דערמאַנען צו פאַרדאַמען אָנגעבליכע פעלערן וואָס האָבן אפילו לשיטתו פּאַסירט עטליכע חדשים צוריק, וואָס דעמאָלט האָט ער געשוויגן.
עס איז ריכטיג מקויים געוואָרן דער ורדו בכם שונאיכם, איני מעמיד אלא מכם ובכם. אויב ביז היינט האָבן מיר געליטן פון איינעם וואָס איז "מכם" טענדלער וועלכער קומט טאַקע פון פרומע אידן, אָבער ער האָט זיך שוין לאַנג אויסגעשלאָסן פון יהדות החרדית, ליידן מיר היינט פונעם "ובכם", איינער וואָס איז נאָך צווישן אונז, ער איז גאָר אַ פירער-פאַרפירער, אָבער צוליב אני ואפסי אינטערעסן איז ער גרייט אַלעס צו באַגראָבן, היו לא תהיה.
פון עקשטיין אין די סאטמארע פארום.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2006 01:10 |
|
| |
אנטווערפן,
און איך ליינענדיג דעם איד האב געמיינט אז אלעס איז שוין ערלעדיגט, בלומבערג איז דאך געקומען צום ראף זיך צו באדאנקען, איך בין אפילו אריין געפארן קיין וויליאמסבורג זיך צו באדאנקן פאר בלומבערג, ווייל אזוי האט נידערמאן געהייסן, איך האב זייער הויעך געקלאטשט ווען פערלשטיין האט געהייסן הויעך קלאטשן.
און יעצט איז רבי אהרן גאר שולדיג אז נידערמאן מיט מענצער און גאלדבערגער האבן ענק גיט ארום געפידלט, באנטש אף לוזערס.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2006 01:19 |
|
| |
יענקל און אפילו פאר קיקט אויף די תערבות וואס דארט איז געווען אלעס פאר בלומבערג וואס האט.......?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2006 01:21 |
|
| |
דו רעטסט ווי א שוטה. יעדעס מאל וואס מהאט געמאכט שתדלנות איז אלעס געלונגען? מהאט געטרייט וואס מהאט געקענט און סאיז נישט געלונגען, וועגן דעם רייסט מען אונטער עכטע ערליכע עסקנים? הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן האט שוין געראטעוועט הונדערטער אידן פון תפיסות א.א.וו. אויך פון איראן האט ער שוין געהאלפן אסאך אידן זיך ראטעווען, דארף מען אים פלעין אזוי שוואך מאכן?!
אויב האט ר' אהרן געוואלט עפעס טון, האט ער געדארפט אנקאלן די עסקנים זומער נישט ווארטן און זען אויב סגייט געלונגען. וואס וואלט ער געזאגט אויב סוואלט געלונגען?
תוקן על ידי - כל_העולם - 06/01/2006 2:09:47
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2006 01:29 |
|
| |
וואס וואלט ר' אהרן געזאגט אויב סוואלט געלונגען פאר די געטרייע עסקנים צו ראטעווען מציצה בפה?!
די אהרונים האלטן נישט ביים לייגן א פינגער אין קאלט וואסער צו קיין איין אידישע מערכה, איבעראל קענען זיי נאר זאגן קריטיק און שטערן אלעס.
ר' אהרן אליינס קומט און זאגט א דרשה פאר הונדערטער מענטשן, אז די עסקנים האבן נישט גוט געטון זייער זשאב (ווייל מהאט אים נישט געפרעגט וואס צו טון...)
איז די קשיא פונעם יאר, וואס וואלט דער ר' אהרן געזאגט אויב סוואלט יא געלונגען פאר די עכטע עסקנים לשם שמים צו סטאפן די גזירה פון מציצה בפה?!
דעמאלטס וואלט ער זיכער געלייגט איבעראל די פיקטשערס פון "זיין" וויזיט ביי בלומבערג, ער וואלט געהאלטן א דרשה אז "ער איז געווען דער ערשטער" ווי געווענליך, און די בלאט וואלט געשריגן און פארפירט אז אלעס איז צו פארדאנקען פאר אינדיג און גלאנץ וואס האבן אנגעפירט די געלונגענע ראלי...
יעצט איז ער דא צו שרייען, וואו איז ער געווען ביז יעצט?1
תוקן על ידי - כל_העולם - 06/01/2006 2:10:23
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2006 01:32 |
|
| |
נישט פארגעסן אז ביי די אסיפה ביים מעיאר, ווען מען איז געגאנגען שדלן, איז ר' זלמן לייב אנטלאפן פאר פאליטיק, וויבאלד ער האט דערזעהן זיין ברודער.
תוקן על ידי - כל_העולם - 06/01/2006 2:10:42
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2006 01:35 |
|
| |
אזוי, איך רעד ווי א שוטה,
ניין נישט אלץ געלונגט שתדלנות, נאר אויב געלינגט דאס נישט, שרייט מען נישט אויס אז ס'איז יא געלונגען, און פאר אפאר טאלער שרייבט מען אז מען האט דאס ערלעדיגט,
זעט אויס אז די ביסט א לייטנעריסט, און זייט ר' אברהם לייטנער האט געאסרט דעם איד, ליינסטו דאס נישט, ווייל אז יא, וואלסטו געזען ווי זיי האבן געקלעימט וויקטארי, און אז מענצער נידערמאן גאלדבערגער ובראשם דער ראף, האבן ערלעדיגט ביי בלומבערג און די גזירה איז שוין בטל געווארן, מען האט געזען א שיינע זיסע בילד ווי בלומבערג איז זיך געקומען באדאנקען פאר דעם ראף ר' זלמן לייב פארן אוועק לויפן פון סיטי האל,
יא, צו מאכן דאס גענאר פונעם ציבור פאר אפאר דאלאר, איז א פאברעך,
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2006 01:53 |
|
| |
יעצט פארשטיי איך דעם פשט פון דיין נאמען, דו ווילסט פראסט פארשעמען דעם אנטווערפענער רב אז ער איז אזא נאר ווי דו...
איך האב געפרעגט א פראגע, וואס איז דיין ענטפער ?
וואס וואלט געווען ווען דער רב קומט אן אינמיטן די מערכה, און ער זאגט אז די עסקנים ארבעטן נישט גוט, און מען מוז טוישן דעם מהלך ?
ווי הויך וואלט געווען דער ויצעקו, אז מען זוכט אונטערצוברענגען די מערכה, און פשוט צו מאכן מחלוקת, און מען פארגינט נישט די עסקנים וכו' וכו' וכו' כיד ה' הטובה עליכם ?
תוקן על ידי - בא_ללמד - 06/01/2006 1:59:54
|
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2006 01:58 |
|
| |
מען האט צוזאם געברענגט אלע תינוקת של בית רבן, אלס חוב קדוש, ווייל דער מעיאר האט מבטל געווען די גזירה פון מציצה בפה.
אבער וואס איז געווען ביי די ראלי!
מען פון אלעם גערעדט אין "ענגליש" פון האזינג, פאגראמען, ריזאניג וכו', אלע מיני זאכן פון וואס די וויל גנבים קא.ujo מיט oda קען נאר מאכן א פאר דאללער.
אבער וועגן די גזירה פון מציצה בפה האט מען קיין איין ווארט נישט גערעדט!
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2006 02:08 |
|
| |
אלע אהרונים זענען זיך צאמגעלאפן פארטיידיגן די געטשקע...
איך האב נישט באקומען קיין איין נארמאלע תשובה אויסער אלע מיני פאני קאלערס און מענטשעלעך.
בשעת מהאט געמיינט אז סאיז געלונגען האט מען זיך געפרייט אז סאיז געלונגען, יעצט אז סאיז דא א דורכפאל ארבעט מען ווייטער. דעס מיינט נישט אז סאיז עק וועלט.
וואס האט מען דעמאלטץ געדארפט טון? גארנישט זאגן? זיך נישט פרייען אז מהאט געפועלט?
בא ללמד
אויב ר' אהרן וואלט אויפגעהויבן א טעלעפאן צו ר' משה דוד און געזאגט אז ער וויל העלפן וואלט ר' משה דוד אים ארפאגעהאקט די טעלעפאן? ווער האט אים נישט געלאזט כאטשיק טרייען צו קאלן?
תוקן על ידי - כל_העולם - 06/01/2006 2:11:23
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2006 02:10 |
|
| |
http://www.observer.com/thepoliticker/2006/01/circumcision-deal.html
A Circumcision Deal?
A couple of weeks ago, I described Health Commissioner Tom Frieden's decision not to ban a controversial circumcision practice outright as "backing down." Looks like I read it wrong; and that's certainly not how the community took it.
There have been rumblings of protest in the community since Frieden announced that he would circulate advisories, in Yiddish, warning that the practice could transmit herpes to babies, and that at least one baby had died that way.
But one segment of the Satmar community (supporters of Aaron, if you follow the Shakespearean politics of the Satmar) is pushing back much harder, most recently in an editorial from a Satmar Yiddish paper published in Williamsburg, Der Blatt.
The paper's editors claim to have understood that City Hall made a campaign promise to leave circumcision practices unregulated; now they accuse unnamed intermediaries (read: their communal opponents) of distorting the result of the community's negotiations with the Mayor.
The editorial isn't online. Here are a couple of excerpts from a translation:
"What has been promised to us prior to the recent elections -- and this was the only request we made -- was that the subject of 'Metzitzah B'peh' should completely be untouched by the City Department of Health."
The way the paper sees it, the Mayor himself didn't know what he was supposed to have agreed to:
"
City officials have denied that there was any deal. And note that the allegation isn't that Mike or his aides decieved anyone; it's intra-communal. It was, however, a serious campaign issue in parts of Brooklyn.
A person familiar with the controversy, meanwhile, told The Politicker that the situation has been rising to a head since the Health Department identified at least one other herpes infection, and the community refused to give them the name of the mohel. Tensions rose at a meeting Friday in which representatives of the Central Rabbinical Council (read, in this context, the moderates) asked Frieden to relinquish his authority to the state health department, which they assume will be less aggressive.
Frieden's response? That would be like asking the rabbis to relinquish their authority to the Catholic Church.
Posted by Ben 1/04/2006 04:42:00 PM
Comments (8) | Trackback (0) | Permalink' Target=_blank>t the big rally (in Williamsburg) the crowd heard a fiery speech in the Yiddish language at which the speaker spoke with much emotion and power about 'Metzitzah B'Peh'. But upon switching to the English language so order the mayor should also listen in, he didn't even mention a single word about 'Metzitzah B'Peh'. He spoke only of social issues as housing, crime, and clean streets."
City officials have denied that there was any deal. And note that the allegation isn't that Mike or his aides decieved anyone; it's intra-communal. It was, however, a serious campaign issue in parts of Brooklyn.
A person familiar with the controversy, meanwhile, told The Politicker that the situation has been rising to a head since the Health Department identified at least one other herpes infection, and the community refused to give them the name of the mohel. Tensions rose at a meeting Friday in which representatives of the Central Rabbinical Council (read, in this context, the moderates) asked Frieden to relinquish his authority to the state health department, which they assume will be less aggressive.
Frieden's response? That would be like asking the rabbis to relinquish their authority to the Catholic Church.
Posted by Ben 1/04/2006 04:42:00 PM
Comments (8) | Trackback (0) | Permalink
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2006 02:16 |
|
| |
מען האט קיינמאל נישט געמיינט אז ס'איז ערלעדיגט, מען האט נאר געפאפט דעם ציבור, דעם נארישן עולם, מען האט זיי געפיטערט מיט ליגענטס אז כאילו דאס איז ערלעדיגט,
אפשר זאגסטו מיר פארוואס ווען משה דוד ווען ער האט גערעדט אונעם ענגלישן שפראך האט קיין ווארט נישט גערעדט וועגן מציצה בפה, עפעס א דאנק, עפעס א הכרת הטוב, א שטיקל יישר כח, כאטשיג ברמז, עפעס עפעס, ניין, גארנישט, נאטנינג, זילטש, נאדא, ווייסטו פארוואס?, ווייל ער האט געוויסט דעם אמת, אז ס'איז שוא ושקר, מען האט דאס נישט ערלעדיגט, מען האט דאס נאר אנגערעדט די קעלבלעך.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2006 02:32 |
|
| |
און דו קומסט נאך זאגן אז איך רעד אין די וועלט אריין...
איך האב דיר דערציילט א מעשה וואס איז הונדערט פראצענט אמת, נישט וואס דער רב האט געוואלט קאלן, נאר ער "האט" געקאלט, א נאכט פאר די אסיפה האט ער געפרעגט אויף א געוויסע פראגע וואס מען גייט ענטפערן אויב דער מעיאר גייט דאס זאגן.
די תשובה דערויף איז געווען אז מען וועט אים צוריק קאלן...
די איבריגע איז היסטאריע...
|
|
|
|
|