| נשלח ב-6/1/2006 15:25 |
|
| |
איז "סקול וואוטשערס" גוט פאר אידן ?
איך זע דא א נייעס, אז דער פלארידא סופרים קאורט האט געפסק'ט אז וואוטשערס זענען אקעגן די קאנסטיטוציע, וואס דאס וועט גאנץ זיכער נאכגעפאלגט ווערן מיט אן ערנסטן קאנפליקט אין העכסטן סופרים קאורט, וועלכעס וועט נאכגעפאלגט ווערן אין גאנצן לאנד.
איז מיר בייגעפאלן ארויפצוברענגען א טעמע, וואס עס איז שוין לאנג געווען דערוועגן טענות און מענות, בנוגע צו סקול וואוטשערס זענען גוט פאר אונז היימישע אידעלעך אדער נישט.
אויבנאויף זעט אויס אז דאס וועט זיין א געוואלדיגע ישועה, אלע מוסדות התורה וועלן אויפגעראכטן ווערן, עס וועט אראפנעמען א געוואלדיגן עול פון טוינזטער אידישע עלטערן פון איבעראל. בקיצור, ממש א דערלייכטערונג.
איך וואלט אבער אריינגעלייגט דא א נקודה למחשבה, וואס איך קלער אז עס איז כדאי אויסצושמועסן.
נאך וואס מיר האלטן יעצט מיט די שווערע מערכה מיטן מעיאר און די רעגירונג איבער מציצה בפה, וואס די פרייע אידן האבן געטראפן א פלאץ וואו זיי קענען אנהייבן שטערן די פרומע אידן פון אויספירן זייערע געבאטן, און גאר אפן פארלאנגען אז "מען זאל איבערגעבן די רבני'שע אויטאריטעט פאר די קריסטליכע קירכע" רח"ל. איז דאס מעורר א שטארקע זשומעניש וועגן דעם גאנצן עסק פון וואוטשער'ס.
וועלכע גאראנטי באקומען מיר אז אויב מיר וועלן אנהייבן נעמען וואוטשער'ס וועט נישט די רעגירונג עווענטועל אפמאכן איין טאג אז זיי ווילן איינטיילן פאר אלע סקול'ס וואס נעמען וואוטשער'ס געוויסע קריטעריעס, אקוראט ווי מיר זעען אצינד אין מדינת ישראל מיטן תוכנית הליבה ?
איין קליינער ביישפיל:
שלאגן א קינד איז היינט געפערליך שטרענג אין דעם פאבליק סקול סיסטעם, דאס קינד מעג קומען מיט מעסער'ס און אפילו רעוואלווער'ס, ער מעג אויסשיסן זיין גאנצע קלאס, אבער שלאגן ?! חס מלהזכיר !
ווידער ביי אונז אידן איז דאס אין פרינציפ א חלק פונעם חינוך, פארשטייט זיך מיט א מאס, נישט ווי די נאצי געליטענע האבן פרובירט זיך צו אויפפירן ווי זייערע געוועזענע קאפא'ס, להבדיל. אבער "חושך שבטו שונא בנו".
דערווייל איז ב"ה דער ענין גאנץ שטיל, פון מאל צו מאל מאכן זיך פראבלעמען פון געוויסע עלטערן, אבער בדרך כלל איז דער נושא נאכנישט ארויף אויפן אויבערפלאך.
ווער גאראנטירט אונז אז אויב מיר הייבן אן צו באקומען וואוטשער'ס, וועט די רעגירונג, וואס ווייסט זייער גוט וואס עס קומט פאר ביי אונז אונטער די קוליסן, נישט פארלאנגען אריינצושטעלן אינספעקטאר'ס צו זען אויב מען שלאגט נישט קיין קינדער ?
עס זענען פאראן נאך עטליכע נקודות, צוערשט וואלט איך געוואלט הערן אייער מיינונג אויף דער זייט פון די מטבע.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2006 18:27 |
|
| |
איך ווייס נישט וואס דו ווילסט. אלע מוסודות שרייען שוין יארן לאנג אז הלוואי מאכט מען וואוטשערס, טויזנטער מענטשן וועלן זיך פרייען אויב סגעשעט. דו צאלסט אפשר נישט קיין שכרלימוד? וויאזוי קען א מענטש זיך נישט פרייען אז שכר לימוד וועט שוין נישט קאסטן אזוי טייער?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2006 18:53 |
|
| |
קיין שום טאטע זאל זיך נישט איינרעדן אז די שכר-לימוד קאסטן וועלן אראפגיין אויב סקול וואוטשערס וועלן איינגעשטעלט ווערן. די מוסדות וועלן טאקע האבן נאך א קוואל פון הכנסה, אבער ווי היסטאריע האט געוויזן, האבן פרישע הכנסה קוואלן קיינמאל נישט געהאלפן אראפברענגען די פרייזן פון שכר-לימוד.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2006 18:56 |
|
| |
איך מיין אז וואוטשערס איז נישט גוט וועגן א אנדערע זאך.
איך האלט אז אויב סגייט זיין וואוטשערס גייט עס אראפנעמען פון פודסטעמפס און אנדערע זאכן.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2006 20:08 |
|
| |
ענדליך הערט מען שוין פון דיר עפעס צו די זאך...
איך בין הונדערט פראצענט איינשטימיג מיט אנטווערפענער [ברוקלינער ?] רב...
אין די היינטיגע עפאכע, ווען די רעגירונג קוקט מיט א קרום אויג אויף יעדע אויסגאבע, בפרט מיט די ריזיגע דעפיציטן און די שפארבערישע קאנסערוואטיוון ביים רודער, איז קלאר אז וואוטשער'ס וועט נאר זיין א גוטע תירוץ גענצליך אפצושטעלן סעקשאן 8, און שניידן און צוימען אלע אנדערע פראגראמען. וואס אויס מען רעכנט אלעס צוזאמען, איז נישט זיכער וואס עס איז בעסער פאר די עקאנאמיע פון כלל ישראל.
פון די אנדערע זייט וועט דאס אבער האבן א מורא'דיגע מעלה, וואס פאר דעם אליין דארף מען מתפלל זיין אז עס זאל יא צושטאנד קומען.
טאקע דאס !
אז דער חלק עולם וואס שווינדלט, וועט אויפהערן שווינדלען ביי פ.ס. און סעקשאן 8, ווייל עס וועט שוין נישט זיין פון וואו, ווידער וועט מען באקומען דאס געלט דורך א לעגיטימן קוואל, די סקול וואוטשער'ס, וואס וועט לכאורה נישט זיין קיין אונטערשיד וויפיל מען פארדינט.
דאס וועט מיינען ממש א ישועה פאר כלל ישראל, וואס וועט שוין נישט דארפן מורא האבן אז איין שיינעם טאג וועט עמיצער עפעס רעאליזירן...
עס בלייבט נאר איבער די פראגע וואס סימן טוב האט אויפגעברענגט, אויב עס גייט טאקע לכבוד דעם ווערן ביליגער שכר לימוד.
מיין פראפאזעל איז ווי פאלגנד:
אויב וועט באמת געשען דאס וואס איך האב געזאגט, אז די רעגירונג וועט לכבוד דעם שניידן פון אנדערע פראגראמען, וועלן די מוסדות בהכרח מוזן נאכלאזן שכר לימוד, צוליב דעם אנטשטייענדן שטורעם וואס וועט קומען אויב זיי וועלן עס נישט טון.
אויב וואוטשערס וועט נאר זיין א צוגאב, דאן וועלן די מוסדות טאקע אויפגעראכטן ווערן אבער נישט דער יחיד. ווי סימן טוב שרייבט.
מען קען נאך מאריך זיין וועגן די טענה פון מבקש האמת, אבער דאס וועט שוין מוזן ווארטן אויף נאך שבת.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2006 03:18 |
|
| |
איר אלע באציט זיך צו דעם גשמיות'דיגן טייל פון די וואוטשער'ס, און עס איז דא וואס אנצונעמען, און עס איז פאראן אקעגן וואס אויסצוזעצן. אבער דאכט זיך אז ביי אונז אידן איז די ערשטע זאך וואס דארף ווערן גענומען אין באטראכט די רוחניות, גשמיות קען בלויז נאכפאלגן.
דעריבער איז דאס וויכטיגסטע צו באטראכטן די דעבאטע צום ערשט פון דעם קוק-ווינקל וואס איך האב צוגערירט, דהיינו, וויאזוי וועט דאס ווירקן אויף די ווייטערדיגע באציאונגען פון די רעגירונג מיט אונזער אפגעזונדערטן חינוך ?
צי וועט נישט די רעגירונג פארלאנגען קאנטראל אויף פארשידענע האקעלע טעמעס, וועלכע קענען זיין דער שליסל אינעם עתיד פון אונזערע דורות ?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2006 05:59 |
|
| |
מבקש_האמת.
איך זע אז דו האלטסט נישט ביים ווארטן אויף מיין אריכות...
איז אזוי.
צום אלעם ערשטן ביזטו זיך סותר מיני' ובי', אין איין אשכול ביזטו גליקליך אז די מציצה בפה מערכה וועט אנקומען אין סופרים קאורט, אז אזוי וועלן זיי אחת ולתמיד פארמאכן די טיר פאר די רעגירונג זיך אריינצומישן אין רעליגיעזע אנגעלעגנהייטן, און דא קומסטו פארפירן אז די רעגירונג וועט זיך אריינמישן טראץ יענעם אורטייל פון סופרים קאורט ?
ווידער אויב דו האלטסט אז דער סופרים קאורט וועט זיך יא אננעמען פאר די רעגירונג בנוגע מציצה בפה, דאן וועט דאך קלאר ווערן פאר די רעגירונג אז זיי קענען זיך יא אריינמישן אין רעליגיעזע אנגעלעגנהייטן - אונטער א שלייער - אפילו אן געבן געלט ?
לענינינו.
וואס דו זאגסט וועגן שלאגן, האסטו אליין זייער גוט ערווענט אז זיי מאכן שוין היינט במילא ביטערע פראבלעמען פאר יעדע קלייניגקייט, אויך אן וואס איך זאל באקומען פון זיי איין פעני...
עס איז כמעט זיכער נישטא וואס צו מורא האבן אויב זיי גייען שיקן ספעציעלע אויפזעער אין די חרדישע תלמוד תורה'ס צו זען אויב מען שלאגט, ווייל דאס וועט גלייך פארשריגן ווערן אלס ראסן דיסקרימינאציע. און זאגן אז זיי גייען שיקן לכבוד דעם אין אלע סקולס וואס ווערן געשטיצט פון די רעגירונג איז פאלג מיר א גאנג, זיי גייען אויפנעמען מיליאנען אויפזעער אין גאנץ אמעריקע נאר צו קענען נאכקוקן אפאר אידעלעך אין ניו יארק ?
דאס איז אייגנטליך דער הויפט אונטערשיד צווישן די אמעריקאנער רעגירונג און די איזראעלישע, דאהי איז פאראן א דירעקטער וואנט צווישן רעליגיע און רעגירונג, וואס פארבאט די רעגירונג פון זיך אריינמישן אין די טעגליכע ווירטשאפט פון א רעליגיעזן מוסד. ווידער דארט איז פונקט פארקערט, די רעגירונג איז יא ערלויבט צו שטיצן רעליגיע, נאר זי מוז שטיצן אלע רעליגיעס אייניג, וואס מיינט אז זיי קענען יא שטיצן די חרדי'שע מוסדות אלס רעליגיעזע, און דעריבער קענען זיי טאקע אריינרעדן אין דעם הלוך ילך פונעם מוסד ווי לאנג יענער נעמט געלט.
אדרבא, לויט דיר, וויאזוי מעג מען נעמען דעם קאלעדזש פראגראם ? און אלע אנדערע פראגראמען וואס די רעגירונג געט פאר די חרדי'שע מוסדות ?
(חוץ אויב דו הייבסט אן צו אסר'ן דעם סקול דיסטריקט, און דו נעמסט אן ר' אברהם לייטנער'ס פורים תורות אינעם חילוק פון לאנטש פראגרעם מיט א פובליק סקול...)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2006 08:34 |
|
| |
בא ללמד
גוט ארויסגעברענגט און צו די פוינט.
איך זע נאר ווי יעדער שטטייט און שרייט אז סוועט ממש ראטעווען די מוסדות.
יעצט בין איך געווען דא ביי די דינער פון די מוסדות אין קר"י, וויאזוי וואלט די דינער אויסגעקוקט ווען מדארף נישט אזויפיל בעטן געלט?
אפשר וואלט מען נאר נישט געהערט אזא שיינע דרשה פון רב, אבער איך מיין אז די רב וואלט מסכים געווען צו זאגן אזא דרשה עניוועי, אפילו אויב איך באקום וואוטשערס און איך צאל נישט קיין דינער געלט...
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2006 00:53 |
|
| |
בא ללמד.
איך זע נישט קיין שום סתירה אין מיינע ווערטער.
איך בין נישט גליקליך אז די מערכה וועט אנקומען אין סופרים קאורט, איך בין נישט גליקליך אז די מערכה איז א טעמע בכלל. עס איז פרעצעדענטלאז אין די אמעריקאנער היסטאריע אז די רעגירונג זאל זיך מישן אין א ריין פריוואטע רעליגיעזע אנגעלעגנהייט, און תוצאותיו מי ישורנה.
אזויפיל האב איך יא געזאגט, אז אויב עס קומט יא פאר ווענדונגען מצד די רעגירונג אין אידישן לעבנ'ס-שטייגער, איז ליבערשט אז עס זאל זיין דער יוריסטישער פליגל פון די רעגירונג ווי דער עקזעקוטיווער פליגל, וואו מען האט ווייניגער האפענונג.
און דו אליין פארשטייסט נישט זעלבסט די נפקא מינה צווישן זיך אריינמישן אין א פריוואטע אנגעלעגנהייט, ביז אויסנעמען געוויסע תנאים אין אויסטויש פאר געלט שטיצע ?
אז עס געפעלן דיר נישט די תנאים נעם נישט די שטיצע !
אבער צווישן זיך ווייסטו זייער גוט אז איינמאל עס עפענען זיך די קוועלער וועט מען עס זייער שווער צושפארן בידים [ענליך צו וואס עס קומט פאר אין מדינת ישראל מיט דעם "תוכנית הליבה"].
שלאגן איז געווען בלויז א משל, אפילו אויב עס איז נישט רעלעוואנט כלפי שלאגן איז עס נאך אלץ לעבעדיג כלפי אנדערע טעמעס. אבער אפילו ביי שלאגן ביזטו נישט גערעכט, מען מוז אויסדריקליך יא חושד זיין אז זיי וועלן שטעלן אינספעקטאר'ס.
דאס איז דאך קלאר אז זיי גייען האבן געוויסע קריטעריעס וואס גייט פארלאנגט ווערן פון אלע סקול'ס וועלכע וועלן פרובירן זיך אנשליסן אין דעם וואוטשער סיסטעם, און פאר די דאזיגע קריטעריעס וועלן זיי אויפנעמען באזונדערע אינספעקטאר'ס פאר די פריוואטע סקול'ס. וואס וועט זיי שטערן אז די אינספעקטאר'ס זאלן צו זייער ליסטע אויך צולייגן דאס שלאגן ?
בפרט אז אין מערערע פריוואטע סקול'ס איז נאך איינגעפירט צו שלאגן, בעיקר די רעליגיעזע, אפגעזען פון די רעליגיע. ווער רעדט פון די אראבישע סקול'ס וואו עס קומען פאר ממש מעשים אכזריים טעגליך.
בנוגע די איבריגע פונקטן ביזטו גערעכט, כאטש איך רעזערוויר זיך געוויסע אבזערוואציעס בנוגע דעם פאבליק סקול אין קרית יואל, איז קלאר אז די "איסורים" און "יהרג ואל יעבור'ס", זענען געווען אויסגעזויגן פון פינגער - דעם פאליטישן פינגער...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2006 07:26 |
|
| |
איך מיין אז יעצט איז א גוטע צייט ווייטער צו דיסקאסען די זאך, ווייל סאיז שוין דא א רעדע פון מאכן אפשר וואטשערס אויך אין ניו יארק. נישט ממש וואטשערס, נאר טעקס קרעדיט.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2006 08:00 |
|
| |
O.U. backs New York tax credits The Orthodox Union commended a New York state initiative to provide tax credits for educational instruction to low-income families. The proposal, introduced by Gov. George Pataki, would give families $500 per student for educational expenses if they live in jurisdictions with failing schools. ''The governor's proposal is a very good first step toward enacting a program which will empower all families of school-age children in New York,'' said the O.U.'s president, Stephen Savitsky. The proposal could help families with tuition at day schools and other parochial education. http://jta.org/page_view_breaking_story.asp?intid=946
|
|
|
|
|