בית פורומים כל העולם כולו

ענדליך, התגרות באומות ווערט מותר א מצוה.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/1/2006 21:42 לינק ישיר 
ענדליך, התגרות באומות ווערט מותר א מצוה.

קומענדיגע מאנטאג גייען די זאליס טוישן דעם ניגון פון התגרות באומות

מיטן קלאוזען דעם שטח אויף קלאוו ראוד, א שטח פון איבער 800 אקער [וואס מען קען בויען אויף ווייניגער פון 100 אקער ] פאר א סומע פון 12,000,000.00 דאלער, וועלן די איבער 10 שותפים, אפיציעל ווערן מגרי האומות

פרטים יבואו




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/1/2006 19:17 לינק ישיר 

נו נו,
"והמטים עקלקלותם יוליכם ה' את פעלי האון"
אין די תוצאה דערפון איז: "שלום על ישראל"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/1/2006 00:00 לינק ישיר 

דאס ווערט געמאלדן און אנדערן פורום

נייע שטעטל נעבן קרית יואל 8/1/2006 ווילי_יונג

בעזרת השם גייט מען די וואך קלאוזען די פראפערטי פין 800 עקער הארט נעבן קרית יואל.

די פראפערטי ווערט אפגעקויפט דורך א צאל נגידים אנ"ש פאר א גרויסן סכום.

די פראפערטי איז אנדערטהאלבן מאל אזוי גרויס ווי קרית יואל.

מען איז געזיצן וואכן אין חדשים אין דורכגעארבעט אלע פרטים בכובד ראש אין באשלאסן אז עס איז א זעלטענע מציאה אין א געלעגענהייט צו בויען א שטעטל וואס וועט זיין תחת נשיאותו פין כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

דער פלאן לויטעט דארט צו בויען א פראכטפולע דירה מלוכה פאר כ"ק רבינו שליט"א

8/1/2006 איחודמעמבר

חלומות!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/1/2006 23:31 לינק ישיר 

פאקטיש קענען מיר קוים ווארטן אז זיי זאלן מאכן א אייגענעם ווילידזש

פאקטיש קענען מיר קוים ווארטן אז זיי זאלן זיך אפטראגן

פאקטיש קענען מיר קוים ווארטן אז זיי זאלן מאכן 'זייער' התגרות באומות

פאקטיש קענען מיר קוים ווארטן, אז זייערע חכמים זאלן זיך ספראווען מיט 'די רעקארד'

פאקטיש קענען מיר קוים ווארטן אז זייער קלוגע קעפ זאלן זיך פארמעסטן מיט טשארלי באהען

פאקטיש קענען מיר קוים ווארטן אז זיי שארפע מוחות, זאלן אהערשטעלן וואסער, סוער, ענוויירמענטאלע אישו'ס צו קענען בויען

פאקטיש, גייט ווער פרייליך, ווייל פאקטיש ווייסן זיי נישט וואס זיי טוען ווען פאקטיש ווייסט פאקטיש פון היידפאקט מער ווי די חכמי כעלעמע אלייעס




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/1/2006 23:23 לינק ישיר 

זיי נישט קיין בטלן.

זיי גייען דארט פראבירן צו מאכן א נייעם ווילידזש
און מענדלע שווימער וועט זיין דארט מעיאר.

און זיי וועלן קענען ווייזן אז מענדל שווימער האט געווינען די וואלן... און אברהם ווידער איז געפלויגן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/1/2006 22:55 לינק ישיר 

פאקטיש האט איר דא אפאר פאקטן

-עס איז אין בלומינג גראוו

-עס גרעניצט זיך 'נישט' דירעקט מיט קרית יואל
[די 'גאנזאגע' פראפערטי [ווי די תיפלה איז געשטאנען], א שטח פון איבער 300 אקער טיילט אפ צווישן די פראפערטי, און די שטח]

-די פרייז לויפט פון 12 ביז 18 מיליאן דאלער

-עס איז דא בערך 10 שותפים - אלע זאלי'ס - נישט קאנפוירמד, אבער די נעמען זענעך, יחזקאל בראך, שלמה מיכל ראזנער, וואלי לעפקאוויטש, יוסף פנחס סטראלאוויטש, משה לעווי, גבריאל בויער, שלמה קויפמאן, און נאך

- עס איז טאקע איבער 800 אקער, אבער זייער בערגיג, לעת עתה קען מען בויען אויף מאקסימום 60 אקער, וואס איז גראד

-וואסער וועט זיי זיין א גרויסער פראבלעם, ווייל בלומינגראוו מוטשעט זיך מיט וואסער
עס קאסט א לאך, אז ווען די גויאישע און אידישע אלייענס שטערן נישט די ארגינעלע פייפליין וועג, וואלט די פייפ געלאפן הארט נעבן זייער פראפערטי, פארפאלן 'וואס מען טוט, טוט מען פאר זיך אליין'

-בלומינגראוו איז יעצט זייער אנטי וואוקס, זיי זענען איצט פארמישט מיט א איד פון קרית יואל איבער זאוניג אישו'ס וואס זיי האבן צוריק געצויגן פון א פערמיט וואס זיי האבן געגעבן, וואס זיי זאגן אז זיי האבן געמאכט א טעות, און דער איד פון קרית יואל גייט זיי קלאגן אין אנטיסעמעטיזם

-טשארלי באהען, איז דער סופערווייזער פון בלומינגראוו, וואס האט געזאגט אז די קרית יואל אידן זענען פאראזיטן, וואס איינע פון די זאכן וואס די קרית יואל אידן טוען, איז אנצינדן די וואסער ערב שבת, און מען לעשט עס נישט אויס ביז מוצאי שבת

-טשארלי באהען איז געווארן פארענטפערט און פארטיידיגט דורך די אלייענס אין די אידישע און גויאישע צייטונגען

-כדי מען זאל מאכן געלט אויף די אינוועסטמענט, וועט מען דארפן טוישן פילע זאונינג אישו'ס, ענווייראמענטאלע אישוס, וואסער אישו'ס, סוער אישו'ס

-די טוישונגען וועלן זיין סיי אויב מען גייט עס בויען/פארקויפן פאר גוים אדער בויען/פארקויפן פאר אידן

-גאנץ טאון אוו בלומינגראוו איז איצט אין 'פראסעס' פון ווערן ווילידזש אוו בלומינגראוו, צו פארלויפן די וועג פאר די חסידים,

-די ווילידזש פעטיציע איז אין געריכט, דורך די איצטיגע אייגנטומער פון דעם שטח, מיט די טענה, אז די פעטיציע איז נישט לעגאל אויסגעהאלטן

-די פאקטישע לעגאלע קריג, ווערט געפירט דורך די איצטיגע קונים דורך דעם לויער 'טערי רייס' וואס איז אויך 'פערצופאל' די לויער פאר יחזקאל בראך, אין מאנראו און אין וואדבערי

דאס זענען עטליכע פאקטן ארום דעם געשעפט, איך שטעל מיר פאר, אז מארגן ווען דער געשעפט גייט ווערן געקלאוזט, וועט מן הסתם דער רעקארד געוואור ווערן אין די קומענדיגע טעג אדער וואכן, און די איבעריגע פאקטן וועלן זיכער ארויסקומען

און מיר וועלן קענען שטיין און די זייט, און צוקוקן וויאוזי די 'אחריותדיגע' 'אנטי התגרות באומות' קרית יואל אלייענס וועט באהאנדלן די אישו, וואס וועט זענען דער ניגון
צו וועלן זיי לייקענען אז זיי זענען דאס,
אדער וועלן זיי מסביר זיין, אז זיי וועלן באיזה אופן יא לעבן מיט די גוים
וועלן זיי פלוצים פארשטיין אז עס נישט התגרות באומות, מען מוז זיך נישט לאזן לייגן אין דער ערד פון עטליכע אנטיסעמיטן
וועלן זיי פרובירן מסביר זיין פארוואס זיי מעגן יא זיך רייצן און קרית יואל נישט
וועלן זיי מסביר זיין אז אין אלעס אן אלעמען זענען די קרית יואל ווילידזש שולדיג

בלייבט אונז נאר איבער צו ווארטן אויף וואס די פאלגענדע טעג וועט ברענגן

ביזדערווייל ווערן די ליינער געבעטן אויפזוכן אויף די רעקארד וועב סייט די פארשידענע סטעיטמענטס פון די אלייענס איבער, פייפליין, האוזינג, שכנים, התגרות באומות און נאך, כדי מען זאל דאס קענען פארגלייכן, מיט זייערע איצטיגע סטעיטמענטס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/1/2006 22:05 לינק ישיר 

פאקטיש.

וואלסט געקענט ברענגען מער פרטים ?

דער שטח גרעניצט זיך מיט קרית יואל ?

גייען די זאליס דארט מאכן א אייגענעם שטעטל, אזוי ווי זיי האבן געפלאנט צו טון ביי "עיס פארעם" ?

גייען זיי קענען דארט מאכן א ווילעדזש ?

אויב מ'קען בויען נאר אויף 100 עיקער, פארוואס האבן זיי געקויפט 800 ?

ווער זענען די אינוועסטירער ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/1/2006 21:49 לינק ישיר 

לאמיר דאס פרובירן זיך פארשטיין און אנאלעזירן

פ: אין וועלעכע מונאציפילאטעט איז דער שטח,
ע: מיר דאכט זיך אז עס איז אין בלומינגרארר

פ: וואס וועלן די שכנים זאגן דערצו
ע: איך קלער אז זיי וועלן שפייען בלוט

פ: וואס וועט די לאקעלע רעגירונג זאגן דערצו
ע: עס איז קלאר אז טשארלי באהען און זיינע קאלעגע וועלט טאנצן ביז גאר

פ: פארוואס קויפן זיי די שטח צו מאכן געלט אדער בויען אפארדעבל האוזינג
ע: לויט מיין אינפארמאציע צו מאכן געלט, זיי האפן צו מאכן גרויס געלט

פ: האבן זיי יעצט א היתר צו טשעפן די שכנים
ע: איך האב עס נאך נישט געזעהן, איך גלייב נישט אז זיי האבן

פ: איז א היתר אויף יענע התגרות באומות אויך א היתר פאר קרית יואל
ע: איך זעה נישט פארוואס נישט

בסך הכל זעה איך אז מען דארף נאך פונקטליך דערגיין וואס דא גייט פאר, און דאס געהעריג אנאלעזירן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/1/2006 21:44 לינק ישיר 

פאקטיש ביטע ברענג נייעס מיט פרטים ביטע




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ענדליך, התגרות באומות ווערט מותר א מצוה.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext