פאקטיש האט איר דא אפאר פאקטן
-עס איז אין בלומינג גראוו
-עס גרעניצט זיך 'נישט' דירעקט מיט קרית יואל
[די 'גאנזאגע' פראפערטי [ווי די תיפלה איז געשטאנען], א שטח פון איבער 300 אקער טיילט אפ צווישן די פראפערטי, און די שטח]
-די פרייז לויפט פון 12 ביז 18 מיליאן דאלער
-עס איז דא בערך 10 שותפים - אלע זאלי'ס - נישט קאנפוירמד, אבער די נעמען זענעך, יחזקאל בראך, שלמה מיכל ראזנער, וואלי לעפקאוויטש, יוסף פנחס סטראלאוויטש, משה לעווי, גבריאל בויער, שלמה קויפמאן, און נאך
- עס איז טאקע איבער 800 אקער, אבער זייער בערגיג, לעת עתה קען מען בויען אויף מאקסימום 60 אקער, וואס איז גראד
-וואסער וועט זיי זיין א גרויסער פראבלעם, ווייל בלומינגראוו מוטשעט זיך מיט וואסער
עס קאסט א לאך, אז ווען די גויאישע און אידישע אלייענס שטערן נישט די ארגינעלע פייפליין וועג, וואלט די פייפ געלאפן הארט נעבן זייער פראפערטי, פארפאלן 'וואס מען טוט, טוט מען פאר זיך אליין'
-בלומינגראוו איז יעצט זייער אנטי וואוקס, זיי זענען איצט פארמישט מיט א איד פון קרית יואל איבער זאוניג אישו'ס וואס זיי האבן צוריק געצויגן פון א פערמיט וואס זיי האבן געגעבן, וואס זיי זאגן אז זיי האבן געמאכט א טעות, און דער איד פון קרית יואל גייט זיי קלאגן אין אנטיסעמעטיזם
-טשארלי באהען, איז דער סופערווייזער פון בלומינגראוו, וואס האט געזאגט אז די קרית יואל אידן זענען פאראזיטן, וואס איינע פון די זאכן וואס די קרית יואל אידן טוען, איז אנצינדן די וואסער ערב שבת, און מען לעשט עס נישט אויס ביז מוצאי שבת
-טשארלי באהען איז געווארן פארענטפערט און פארטיידיגט דורך די אלייענס אין די אידישע און גויאישע צייטונגען
-כדי מען זאל מאכן געלט אויף די אינוועסטמענט, וועט מען דארפן טוישן פילע זאונינג אישו'ס, ענווייראמענטאלע אישוס, וואסער אישו'ס, סוער אישו'ס
-די טוישונגען וועלן זיין סיי אויב מען גייט עס בויען/פארקויפן פאר גוים אדער בויען/פארקויפן פאר אידן
-גאנץ טאון אוו בלומינגראוו איז איצט אין 'פראסעס' פון ווערן ווילידזש אוו בלומינגראוו, צו פארלויפן די וועג פאר די חסידים,
-די ווילידזש פעטיציע איז אין געריכט, דורך די איצטיגע אייגנטומער פון דעם שטח, מיט די טענה, אז די פעטיציע איז נישט לעגאל אויסגעהאלטן
-די פאקטישע לעגאלע קריג, ווערט געפירט דורך די איצטיגע קונים דורך דעם לויער 'טערי רייס' וואס איז אויך 'פערצופאל' די לויער פאר יחזקאל בראך, אין מאנראו און אין וואדבערי
דאס זענען עטליכע פאקטן ארום דעם געשעפט, איך שטעל מיר פאר, אז מארגן ווען דער געשעפט גייט ווערן געקלאוזט, וועט מן הסתם דער רעקארד געוואור ווערן אין די קומענדיגע טעג אדער וואכן, און די איבעריגע פאקטן וועלן זיכער ארויסקומען
און מיר וועלן קענען שטיין און די זייט, און צוקוקן וויאוזי די 'אחריותדיגע' 'אנטי התגרות באומות' קרית יואל אלייענס וועט באהאנדלן די אישו, וואס וועט זענען דער ניגון
צו וועלן זיי לייקענען אז זיי זענען דאס,
אדער וועלן זיי מסביר זיין, אז זיי וועלן באיזה אופן יא לעבן מיט די גוים
וועלן זיי פלוצים פארשטיין אז עס נישט התגרות באומות, מען מוז זיך נישט לאזן לייגן אין דער ערד פון עטליכע אנטיסעמיטן
וועלן זיי פרובירן מסביר זיין פארוואס זיי מעגן יא זיך רייצן און קרית יואל נישט
וועלן זיי מסביר זיין אז אין אלעס אן אלעמען זענען די קרית יואל ווילידזש שולדיג
בלייבט אונז נאר איבער צו ווארטן אויף וואס די פאלגענדע טעג וועט ברענגן
ביזדערווייל ווערן די ליינער געבעטן אויפזוכן אויף די רעקארד וועב סייט די פארשידענע סטעיטמענטס פון די אלייענס איבער, פייפליין, האוזינג, שכנים, התגרות באומות און נאך, כדי מען זאל דאס קענען פארגלייכן, מיט זייערע איצטיגע סטעיטמענטס
 |
|
|