בית פורומים כל העולם כולו

פינסטערע פלאן קעגן ק"י רב אויפגעדעקט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/1/2006 02:17 לינק ישיר 
פינסטערע פלאן קעגן ק"י רב אויפגעדעקט

שוין איבער א יאר וואס סקומט פאר א גאנצע מערכה אין קרית יואל וועגן א געוויסן יונגעמאן וואס אפאר רשעים לאזן נישט צו צו זיינע קינדער, סאיז שוין פארגעקומען מחאות דורך חשובע יונגעלייט און סרודערט זיך נאך אלץ וועגן דעם.
יעצט איז מען געוואר געווארן אז א געוויסע גרופ פון וויליאמסבורג, אנגעפירט פון די בראשובער גרופ בראש פון י.מ.ש פון וועלעבאוט, צוזאמען מיט די קינגסטערעס גרופ, וואס האבן אנגעפירט די שמוץ קעגן רב שליט"א ביי די וויינבערגער פרשה, פלאנען יעצט אנצודרייען א גאנצע שטינק קעגן רב כאילו ער שטייט אונטער די גאנצע זאך.
עכט וואלט עס נאר געווען א שטער פאר די גאנצע מערכה, אבער for all they care, זיי ווילן נאר באשמוצן דעם רב שליט"א, און די איבריגע they dont give a dam.
מהאפט אז דורך פארשפרייטן זייערע פלענער וועט דאס געסטאפט ווערן באצייטנס, אזוי אז סזאל נישט שטערן אלע עכטע פלענער וואס ווערן צוגעגרייט דורך די חשובע עסקנים.
פליז פארשפרייטס די נייעס וואס ווייטער, אז זייערע פלאן זאל באצייטנס זיך אויפהערן.
יישר כח.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/1/2006 16:55 לינק ישיר 

גוטזאגער:
פארוואס איז דאס א מערכה מיטן רב?

א פריוואטע מערכה קעגן דעם זילבערשטיין, דער בריוו איז היבש עמאושענעל, אויב עס איז אמת דארף עס א תשובה,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/1/2006 04:07 לינק ישיר 

מצורף קובץ

דאס איז אנגעקומען היינט אויף די פאסט פאר אלע קרית יואל'ער איינוואוינער.

תוקן על ידי - גוטזאגער - 11/01/2006 4:07:26



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2006 04:00 לינק ישיר 

ווי שטארק איך האב געוואלט אז thetruth זאל זיין א ליגנער, שטעלט זיך ארויס קלאר אז ער זאגט דעם ריינעם אמת. איך האב גערעדט היינט צו איינעם פון די עסקנים אין קרית יואל, און ער האט מיר געזאגט מיט ווייטאג אז דער פארדארבענער יונג י.מ. שווארץ ארבעט אויף אלע כלים צו פארוואנדלען די מעשה אין א פרישע שמוץ קעגן קרית יואל'ער רב.

ווי יעדער זעט אין חדשות זאלונים האט מען שוין טאקע דארט אנגעפאנגען א מערכה קעגן רב שליט"א, כאילו ער האט עפעס א שייכות מיט די אקציע קעגן דעם יונגערמאן.

אלזא, וויל איך דא קלאר זאגן פאר אלע עסקנים וואס זענען אינוואלווד: אויב מיינט איר די טובה פון דעם יונגערמאן, זאלט איר בעסער זיך אפשאקלען פון י.מ. שווארץ און די אלע אנדערע בעלי מחלוקת און רשעים, ווייל אויב ווערט א מערכה קעגן רב וועט איר פארלירן ענקער גאנצע שטיצע צווישן אונז, און דער יונגערמאן וועט נאר ליידן.

איר זאלט נישט זאגן אז מען האט אייך נישט געווארנט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2006 01:15 לינק ישיר 

איך זע אז די זאליס האבן טאקע ארויס געשטעלט א פלאן אן קעגן די רב שליט"א און זייער פורום



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/1/2006 00:25 לינק ישיר 

עס איז דאך פארט דא א פאליטישער חלק, וואס איז מותר לכל הדעות, נו פארוואזשע זאל מיר נישט וויסן דערפון?

דערווייל האב איך קיין טראפקעלע אהנונג ווער די פריוואטע יחידים זענען, ס'אינטערסירט מיך נישט, און איך וויל עס נישט וויסן, איך בין נאר בלויז נייגעריק אויף די שחצנות פון די בני זלמן'ס צו באגראבן ר' אהרנ'ען און דאס וויל איך טאקע וויסו מיט אלע דעטאלען!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2006 00:15 לינק ישיר 

ווארהייט האלטס אז פאקטיש וועלן די רשעים וואס רודפ'ן דער אינגערמאן ליידן, אדער וועט פאקטיש ליידן דער אינגערמאן אליין

איך האלט אז עס וועט קלאר זיין דער אינגערמאן, ממילא מנהל ביטע נעם עס אראפ



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/1/2006 00:09 לינק ישיר 

נישט אראפנעמען דעם אשכול!

נאר אראפנעמען דעם שלייער פון די פאלשע צבוע'קעס וואס פירן די מערכה קעגן דעם יונגערמאן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/1/2006 20:13 לינק ישיר 

מנהלים

די פאליטישע חלק פון די מעשה - וואס ביזדערווייל האט עס גארנישט מיט פאליטיק - איז טאקע מותר

אבער די פריוואטע חלק פון די מעשה - וואס איז ליידער ביז איבערן קאפ - דאס באלאנגט נישט דא

מיר דאכט זיך אז דער 'איש אמת' וויל דא באשמוצן איין צד, אבער אפשר גאר ביידע זייטן,

דעריבער איז מיין וואוט אויך, עס אראפצונעמען און טאקע ווי פריער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/1/2006 19:39 לינק ישיר 

איך זע נישט קיין באהאנדלונג פון קיין פריוואטע צרות דא אין דעם אשכול, סך הכל זע איך אז עמיצער - וואס זאגט אז ער ווייסט - פרובירט אויפצודעקן א שלייער אונטער וואס עמיצער - זאגט ער - פרובירט זיך צו באהאלטן.

די טעמע איז בכלל לויט מיין אינפארמאציע אויפן שוועל פון א אויפרייס, וואס דאן וועט דאס בכלל נישט זיין קיין פריוואטע טעמע, כאטש עס וועט בהחלט יא בארירן פריוואטע מענטשן. און עס איז פאר זיך א שטארקע דעבאטע אויב אין דעם ספעציפישן פאל איז געזונטער צו שווייגן אדער צו רעדן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/1/2006 17:52 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט פארוואס מען האט נישט אפגעמעקט די אשכול

פרייוואט צרות טאר דיך לכאורה נישט ווערן באהאנדעלט דא????



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/1/2006 05:29 לינק ישיר 

אין אלע די ענינים האט דער הייליגער רב א חלק, האק נישט אין קאפ, וואס מיינסטו, אז פליצלונג בעקט ער שוין נישט ע. כהן, ער האט דאס זיכער אנגעשטעלט,
זאג מיר נישט אז פליצלינג ווייסט איר אלע נישט ווי זיין קאפ ליגט
אין תינופת
אה מען טאר נישט רעדן דער פון, פארוואס, זאל די גאנצע וועלט וואס ליינט דא וויסען
מטוישט זיך נישט ביי די 57, אז מאיז א מנוול ביי די 40 איז מען א מנוול ביי די 57
מדארף נישט קיין ביישפילען
יא פיקט די ראנג רב
אבער אפשר גאר האט איר יא געוויסט, אין איר ווילט דאס דוקא, ווייל איר זענט נישט בעסער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/1/2006 04:08 לינק ישיר 

דאס אז ר'אהרן טיט נישט גארנישט עס אפ צו שטעלן איז ער שוין שולדיג
ער איז ביזי מיט די מציצה בפה פרשה אז דארט טיט מען נישט גיט
זאל ער זיין ביזי ביי זיך און ק"י וואס דארט זאל ער האלטן א דרשה אז מ'טיט נישט גיט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/1/2006 04:01 לינק ישיר 

אלעס וואס איך האב געשריבן איז הונדערט פארצענט אמת.
איך פלאן נישט צו שרייבן גארנישט וועגן א פרייוועט אישו, נאר וואס די זאליס ווילן טון וואס קען שטערן די גאנצע מערכה, און סתם מאכן א שטינק קעגן רב.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/1/2006 03:48 לינק ישיר 

דער נייער ניק וואס האט געעפענט דעם אשכול, קוקט מיר אויס ווי א זאלי, ער זוכט אריינברענגען א שמיציגע פרשה פון א פריוואטער איד דא אויפן פארק,
די מנהלים ווערן געבעטן אויסמעקן דעם אשכול, אידיש בלוט איז נישט הפקר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פינסטערע פלאן קעגן ק"י רב אויפגעדעקט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext