בית פורומים כל העולם כולו

דינער פאר די מוסדות אין קרית יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/1/2006 02:38 לינק ישיר 
דינער פאר די מוסדות אין קרית יואל

אין די יעצטיגע מינוטן גרייט מען זיך צו די הערליכע דינער וואס וועט פארקומען אין קרית יואל פאר די מוסדות הק', בראשות הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א. עס ווערט ערווארטעט א ריזיגער ציבור בליה"ר און גרויסע סכומים.

די קרית יואל'ער מוסדות האבן שוין א רעקארד פון צושטעלן הערליכע דינערס און אויפטרייבן ריזיגע סכומים אפילו צווישן די פשוטי עם.

נייעס קרעדיט: איחודמעמבר



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2006 18:18 לינק ישיר 

נעבעך, עקשטיין האט "דערווישט" די טעיפ...
מקען מיינען אז איינער האט געטרייט עפעס צו באהאלטן.
די טעיפ האט מען געקענט "דערווישן" אין יעדע פלאץ וואו מפארקויפט אלעמאל די געשמאקע און ווארימע דרשות פון רב, אריינגערעכנט די יעצטיגע דינער דרשה.
און זאל עקשטיין זיך קראצן מיט זיין שטראף וואס זאגט "נישט" קיין דרשות בכלל...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/1/2006 03:56 לינק ישיר 

פארוואס האבן די באגאבטע תורה שרייבער פארגעסן צו שילדערן די "קנאקעדיגע" דרשה פון ר' אהרן ביים דינער?

עפעס הער איך האט דארט גע'סרח'עט?

קליינע קינדער זענען שוין געכאפט אין "אהרוניזם" און ווילן זיין באמעס?

פארוואס זענט איר אונז נישט מזכה מיט די ריכטיגע מרגליות, און מען לאזט אונז אין דער פינסטער?

איך רוף אויס מיין העכסטע פראטעסט קעגן אויסשניידן און צענזורירן חלקים פון דרשות!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/1/2006 19:35 לינק ישיר 

איך האב אויך געהערט וועגן דעם שטיקל וואס מען איבערגעשפילט פון רבינו שליט"א, אבער איך וואלט געהאט פאר זיי א בעסערן שטיקל.

עס ליגט מיר נאך אין די ביינער ביים דינער פאר די קרית יואל'ער מוסדות אין וויליאמסבורג, ווען דער רבי האט זיך "געוואונדערט", "איך האב געשריבן אז מ'זאל געבן נאר הונדערט דאלער ? אזוי ווייניג ?!".

דער רבי האט זיך אויפן פלאץ "געקנס'ט" דורך צוזאגן טויזנט דאלער פאר די מוסדות הקדושים אין קרית יואל...

די געפילן זענען דאן געווען אויף די העכסטע אקטאוועס, ווי עס קען עדות זאגן יעדער וואס געדענקט יענעם עפיזאד.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/1/2006 09:09 לינק ישיר 

ווי איחודמעמבר פארציילט איז דער זאל געווען איבערגעפילט אז מען האט זיך ממש נישט געקענט רירן, און דער עולם איז געזיצן די גאנצע צייט און זיך איינגעהערט פארגאפט צו אלע דרשות.

איחודמעמבר זאגט אויך אז ס'זענען ב"ה געווען גאר גרויסע נתינות און ר' דוד אהרן לאנדא וועט אי"ה היי יאר ארויסגיין מיט גאר א שיינעם ריוח, פון די פראצענטן וואס ער מאכט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/1/2006 08:20 לינק ישיר 

די הערליכע דינער האט זיך יעצט געענדיגט, די גרויסע ציבור איז אהיים מלא חיזוק און הדרכה.
בקיצור נמרץ אויפן שפיץ גאפל, אפאר פוינטס.
קודם איז געווען א קנאקעדיגע דרשה פון ר' חיים אלעזר ראבינאוויטש, כאטש די עולם האט נישט צופיל אויסגעהערט...
די זינגען פון די קינדער איז געווען הערליך, ספעשיל וואו מהאט געהערט די רבי זאל זיין געזונט'ס קול, סאיז געווען זייער עמאשאנעל.
נאכדעם האט ישעי' סאקס אויסגערופן מאיר הירש, וואס האט געמאכט א סורפרייז און אויסגערופן עזריאל גליק זאל רעדן וועגן ישראל גאלדבערגער. ער האט גערעדט אביסל צו לאנג און כמעט נישט פון ישראל גאלדבערגער, אבער זייער עמאשאנעל אז דעס איז די מוסדות פון רבין זי"ע און מדארף עס שטיצן. אויך האט ער דערציילט א מעשה וואס בא ללמד האט שוין געשריבן פון שלמה יענקל, די עולם האט זיך געהאלטן ביי די זייטן, עפעס א מעשה מיט איינעם וואס זיין קינד איז געווארן קראנק און זיין ווייב האט אראפגעלייגט די קינד ביים רבין זי"ע אויפן טיש און געזאגט אז זי נעמט נאר אהיים א געזונט קינד און די קראנקהייט איז אוועק.
אינמיטן האט מאיר הירש געבעטן אלי' שלמה זאל שטיל מאכן, און אלי' שלמה איז ארום בעטן אז די עולם זאל זיין שטיל ווייל אז נישט פארלירט ער זיין זשאב...
נאכדעם האט מאיר אליין גערעדט, נישט קיין גרויסע חידושים אבער זייער פאוערפאל, ער האט געזאגט אז די גרויסע וואוקס צו 6,000 קינדער ציט אריין אין גרויסע חובות, אויך אז יעדע נייע בילדינג ציט אסאך הוצאות.
ער האט געזאגט אז היי יאר זענען די הכנסות שטארק געפאלן, בעיקר ווייל מהאט אינוועסטעט אין אסאך זאכן וואס מוועט טאקע זען ריוח אבער דערווייל איז עס נאר הוצאות. ער האט געזאגט אז די בית השחיטה, זיין בעבי, איז שוין כמעט אז זיי ברעיקן איווען, און מהאפט אז ביז אפאר חדשים וועט עס אנפאנגן צו מאכן געלט.
אויך האט ער געזאגט אז די שמחה זאל אויף פארעסט וועט מען שוין אנהייבן נוצן דעם ווינטער. צום סוף האט ער געבעטן אז יעדער זאל שטיצן די מוסדות און מזאל נישט טון קיין זאך וואס ברעכט אונטער די הכנסות (וועם האט ער געמיינט???).
נאכדעם האט המזמרים געזינגען "איינס אבער א גיטס", נאכדעם האט די רב זיך אויפגעשטעלט רעדן, קודם האט די רב געזאגט עפעס א תורה (פרעג מיך נישט וואס...), און נאכדעם האט ער גערעדט וועגן די נייע תקנה אז מהאלט נישט קיין קינדער פון די צוואנציג דרייסיג טאטעס וואס שניידן זיך די בארד.
ער האט געזאגט אז סאיז דא קינדער פון כיתה ד' וואס ווילן זיין באמעס, אויך האט ער דערציילט אז ער האט לעצטנס געזען א חתן וואס האט זיך געשניטן די בארד, און ער איז געזעצן לעבן אים ביים קידוש און די בחור האט זיך געהאט מיאוס אנגעשמירט, און סהאט אים זייער וויי געטון אז סאיז שוין דא אזאנס אויכעט ביי א בחור וואס האט געלערנט אין ישיבה.
ער האט געענדיגט מיט א תורה וואס ער האט געזאגט ביי די אפשערן פון ר' שמעון זאב, אויך עפעס וועגן די קדושה פון די פיאות, אז פיאות און בארד איז קעגן די י"ג מדות של רחמים, און די פיאות איז ה' ה' קודם שיחטא, ווייל פיאות האט מען ווען מאיז נאך א קטן און סאיז קודם שיחטא. עפעס האט ער מיט דעם אריינגעטייטשט אין ויגש אליו יהודה.
נאך די דרשה האט מען אויסגערופן יצחק מארקאוויטש, אבער רוב עולם איז שוין געגאנגען עניוועי, סאיז געווען ביטער שפעט, אזויווי יעדעס יאר.

תוקן על ידי - כל_העולם - 08/01/2006 15:25:57



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/1/2006 07:01 לינק ישיר 

יא, הרה"ח ר' עזריאל גליק שליט"א.

איך האב יעצט געהערט אז כ"ק דער רב שליט"א האט אנגעהויבן רעדן בערך צען מינוט צוריק.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/1/2006 06:39 לינק ישיר 

הרה"ח ר' עזריאל גליק??




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/1/2006 06:15 לינק ישיר 

אפדעיט:

דער זאל איז מלא על כל גדותיו, און דער מנהל המוסדות הרה"ח ר' מאיר הירש האט אויפגערופן הרה"ח ר' עזריאל לכבודו פון ר' ישראל גאלדבערגער, טראץ דעם וואס ס'איז נישט געווען געפלאנט אז ר' עזריאל וועט רעדן.

ר' עזריאל האט בתוך דבריו פארציילט א מעשה און צוגעלייגט אז שלמה יאנקל ברענגט עס, אבער ס'איז אמת...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דינער פאר די מוסדות אין קרית יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext