| נשלח ב-10/1/2006 02:12 |
|
| |
ברעיקינג: זאליס קלאוזן אויף נייע שטעטל
מיט גרויס פרייד איז אויפגענומען געווארן די נייעס אז די זאליס האבן באשלאסן צו מאכן שבת פאר זיך, און היינט מאנטאג ענדליך געקלאוזט אויף זייער נייעם שטעטל.
דער נייער שטעטל וועט זיך געפינען אויף איינע פון די ערגסטע שטחים אין ארענדזש קאונטי, די לעיק ענע קלאב, וואס אויף רוב פון די שטח קען מען נישט בויען צוליב די שפיציגע בערג און גיפטיגע שלענג וואס זענען דא דארט, און די קליין ביסל פונעם שטח וואו מען קען יא בויען איז אנדערטהאלבן שעה אוועק פון קרית יואל, וואקינג דיסטענס.
מיר וואונטשן אלע צאתכם לשלום פאר די זאליס, זאלן זיי אלע איבערלאזן אונזער הייליג שטעטל און גיין צו אלע גוטע רוחות, מיר וואונטשן זיי מזל אין גליק אין זייער נייער התגרות באומות אונטערנעמונג. מיר וואונטשן אויך מזל און ברכה פאר זייער נייעם מעיאר מענדל שווימער.
פארגעסט אבער נישט איינצוקויפן אסאך פלעשער ספרינג וואטער פאר איר פארט אהין, ווייל עס הערשט דארט א שרעקליכער מאנגל אין וואסער.
עס איז א מקום אשר אין בו מים אבל יש בו נחשים ועקרבים.
תוקן על ידי - ווארהייט - 10/01/2006 3:04:05
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 09:02 |
|
| |
וויפיל עיקער איז בילדיבל?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 08:49 |
|
| |
לולא_תורתך
יא ממש על קברו ... אויב די פארשטייסט נישט דער חילוק פין די עיס פארם ביז די נערישער בערגיגער לאט דאן פריי דיך
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 08:13 |
|
| |
קוקטס וואס שטייט אין די לעצטע נייעס שטיקל וואס אלעסאמת האט געברענגט:
Greene estimates that only about half of the acreage is fit for development, largely because of steep slopes on Schunemunk Mountain (the property reaches to the ridge).
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2006 17:53 |
|
| |
די וועלט זאגט אז ווען המן וואלט געגעבן די עשרת אלפים ככר כסף פאר די אידישע ראשי קהלה זאלן דאס צוטיילן צווישן זיך וואלט ער סאך בעסער געטן ווי צו געבן פאר אחשורוש, זיי וואלטן זיך צווישן זיך דערמארדעט,
כל שכן ווען מען דארף זיך צוטיילן מיט חובות, איז דאך נאטורליך זיי זאלן זיך ארומרייסן ביי די קעפ,
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2006 17:48 |
|
| |
איך קען אויך קוים ווארטן... ווי איך הער פערצופאל טוט זיך שוין לעבעדיג אויך אין די נייע מוסדות, נאך אלעס איז דעס א מוסד פון די "עכטע" ראשי קהילה...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2006 17:22 |
|
| |
איך קען אויך קוים ווארטן צו זען ווי זיי קריגן זיך שוין אביסל צווישן זיך...
איך שטעל מיך פאר אז ביי די נייע מוסדות האבן די אהרוניס אויך קוים געקענט ווארטן צו זען ווי אונז קריג מיר זיך, וועגן דעם האבן זיי אונז "געהאלפן" אויף טריט און שריט מיט וואס נאר מעגליך...
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2006 09:24 |
|
| |
ווי עס קוקט אויס איז יעדער זייער העפי דא
די ארונים פרייען זיך אז די זאליס מאכן שבת פאר זיך, און די זאליס פרייען זיך אז זיי קענען אויך האבן א שטעטל פון צוויי הינדערט פיפציג דירות,
איז דאך שלום על ישראל,
איך האף נאר אז זיי וועלן מאכן אן אייגענען ווילידש און זיך קריגן אביסל צווישן זיך,
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2006 03:47 |
|
| |
ס'איז אינטערעסאנט צו זען ווי די אהרוניס קומען דא מיט קאווער אפ, און זיי באהאלטן דעם פאקט אז ס'קרענקט זיי אין די זיבעטע ריפ אז ס'איז געלונגען פאר די זאליס אפצוקויפן א שטעטל הארט נעבם קרית יואל.
מיר געדענקען זייער גוט ווי די אהרוניס האבן געטאנצן פאר שמחה אז ס'איז נישט געלונגען פאר די זאליס צו קויפן עיס פארם, און אז אלע פלענער פון "פיני" זענען געשטארבן, און נאך און נאך.
יעצט ווען זיי דערזעען זיך מיטן פאקט אז ביז אפאר יאר וועלן די זאליס האבן א שטעטל טאקע "על קברו", און זיי וועלן אפשטעלן דעם וואוקס פון די אהרוניס אין קרית יואל, וואס וועט גאנץ שנעל אנקומען נאנט צו יענע פראפערטי, ווי אויך וועלן זיי קענען גרינגער בויען אלע פעסיליטיס פאר אלע זייערע מענטשן אין קרית יואל. שפרינגען זיי פון די הויט. און פרובירן צו פארדעקן זייער פארוואלקנטן פנים מיט א מאסקע פון שמחה.
פרייטס ענק ווייטער, פרייטס ענק, אזעלכע שמחות ווינטש איך ענק יעדן טאג...
|
|
|
|
| נשלח ב-12/1/2006 23:12 |
|
| |
למעשה לויפט די פייפליין אדורך יענעם געגנט ?
|
|
|
|
| נשלח ב-12/1/2006 22:38 |
|
| |
KEEN EQUITIES LLC
84 BROADWAY, BROOKLYN NY 11211-6049
07/08/2005
|
|
|
|
| נשלח ב-12/1/2006 18:02 |
|
| |
זייער אינטערעסאנטע פאקטן
אפשר ווייסטו נאך פאקטן?
איז דאס וואקינג דיסטענס פון קרית יואל?
איז מעגליך דארט מאכן אייגענע ווילידש.
קען דאס עפעס שאטן פאר קרית יואל?
|
|
|
|
| נשלח ב-12/1/2006 17:54 |
|
| |
פאקטיש האט איר דא אפאר פאקטן
פאקט איינס
the densely populated Hasidic community on the other side of Schunnemunk Mountain.
אויף אידיש הייסט דאס די אנדערע זייט בארג, און ווער עס קען קרית יואל, אדער וויל קוקן אויף גוגל ערד, קען זעהן אז מען רעדט פון א ערנסטע בארג
מארגן וועלן זיי זאגן אז עס איז ממש אין קרית יואל
פאקט צוויי
He didn't know all his new partners, saying he mostly dealt with two - Israel Lefkowitz and Joseph Strulovitch - and their lawyer, Leo Salzman of Brooklyn
אויף אידיש זענען זיי וואלי לעפקאוויטש און יוסף פנחס סטראלאוויטש וואס אויך זיגי/יחזקאל בראך זענען אלע דריי אויף די באורד פון קרית יואל אלייענס
קאמענטארן זענען איבעריג
פאקט נומער דריי
The partners will share ownership of the land and split the profits from the sale of the houses they expect to build. The land was signed over Monday to the partnership, Keen Equities.
אויף אידיש פשוט שקר, ער האט עס פארקויפט, פראסט און פשוט, נאר וואס דען, ווילאנג מען פיילט נישט אלעס אין די קאונטי, קען ער פארקויפן וואס ער וויל [וואס די אידעלך הייסן אים זאגן], און אפילו נאכן פיילן, קען ער אויך פארקויפן אז ער איז א שותף אין די קארפארעישאן 'קין עקוויטיס' איך וואלט אים אבער געבעטן צו ער קען דאס באשטעטעטיגן מיט זיין טעקס ריטוירן אז ער איז א שותף דארט
נאך פאקטן וועל איך פאקטיש צושטעלן שפעטער
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/1/2006 16:43 |
|
| |
ווער איז דער איזרעאל לעפקאוויטש?
|
|
|
|
|