|
|
| נשלח ב-10/1/2006 05:48 |
|
| |
פארוואס ביסטע דא????
פארוואס ביסט דא אין כל העולם כילו???
1}ווייל די ווילסט זען נייעס??
2}ווייל די ווילסט פירען/אדער ליינען א דעבאטע מיט איינעם איבער א געוויסע נושא??
3}ווייל די ווילסט שרייבען גיטע נייעס אויף דיין קהלה/מוסד/רב/גבאי/שמש/גראסערי, אד"ג ??
מיין מיינוג איז אז רוב מענטשן קימען צי היידפארק ווייל זיי ווילען זען וואס איז דא עפעס נייעס אין דער וועלט,
אין דא איז עס א גיטע פלאטץ צי זען, ווייל עס ווערט געשריבען אויף מאמע לשון וואס עס איז גרינג צי ליינען
אין עס ווערט געברענגט זאכן וואס עס איז אינטערסאנט פאר אונז היימישע אידן
מהיכי תיתי ווען עס קימט אינטער א אינטערסאנטע נייעס ווי למשל קארט/מציצה בפה/חסידות,אד"ג
האט מען ליב אויסציפרעגן די נייעס ,אין מברר זיין וואס די נייעס איז געווען,
אין יעדער וויל ווייזן אז ער איז גערעכט, אין נאר ער האט פארדינט דערפין וכדומה
אבער! די עיקר ציל פין אהער קימען איז צי זען אמת'ע קראנטע נייעס!!
אין נישט סתם צי קייען וואסער אין זיך טענה'ען אויף ליפט
מילא האלט איך אז עס איז א גרויסע עוולה פין די מענטשן וואס קימען אהער אין עפענענן פאלשע נייעס
כדי צי אנהאלטן לעבעדיג דעם פורום, אדער שרייבן זיי שטותים כדי עס זאל ..............???
עס איז לגמרי נישט וויכטיג!! אין עס הרג'ט נאר די פורום
ווייל שטותים איז דא אסאך אינטערסאנטערע פלעצער אויף הייד פארק ווי צי ליינען
א עקזעמפאל פין א אשכול פין וואס איך רעד, איז דאס
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1756785
וואס לכאורה איז דאס ליגענט, איך איך פארשטיי נישט דעם ציל פין דאס שרייבען
לעת עתה איז כמעט נישט דא פין די סארט שרייבער אין אונז דארף מיר זען אז עס זאל ווייטער נישט זיין
אז איינער איז מחולק מיט מיר בנוגע די דריי אויבן דערמאנטע סיבות קען ער עס שרייבן אין זאגן פארוואס
תוקן על ידי - שלום_משה - 10/01/2006 5:48:45
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2006 18:46 |
|
| |
from the yissishe world form
איך האב "דערווייל" אפגעשטעלט אלע אפדעיטס אין דעם פארום "אידישער וועלט" איינזעהנדיג אז אויף דערווייל איז דא א נייער גוטע נייעס און אנאליזן פארום אין הייד פארק מיטן נאמען "כל העולם כולו" וואס דעקט מייסטענס אלע אינטערסן וואס איך בין נייגעריג און זענען געווארן געדעקט ביז אהער אין דעם פארום.
מיר לעבן און ליינען, אויב לאזן זיי נאך און דעקן נישט אלעס, וועלן מיר ווידער אנהייבן צו האקן פאוסטס לעבעדיג, דערווייל ערלויבן מיר זיך דא א פוילקייט און פאוסטן טעגליך אונזערע אישוס.
אמת זיי זענען אפענע שארפע היציגע און טיילמאל בעיבישע ארונים און קינדערישע בלאט פרפעגאנדיסטן פאר די ארונישע פארטיי.
אבער מיר דארפן לעבן מיטן ביטערן פאקט אז באצאלטע פארטיי דעמאגאגן האבן די כלים, צייט און געלט אויפצוהאלטן א כסדר'דיגער אפדעיטעט פארום פון פרישע אינטערסאנטע נייעס און לינקס, ביז משה פרידמאן וועט איינזעהן אז סלוינט זיך אים צו קאנקערורען אויפן דעת הקהל וואס ליינט אינטערנעט, וועל איך ליינען יצחק ראזנבערג'ס באצאלטע ארבייטער.
זינטן אונטערגאנג פון חדשות אנש קענען מיר דאנקן און לויבן דעם באשעפער אז די ארונים האבן אויפגעהערט שפילן באהאלטן און אין דעם נייעם פארום זייערער "כל העולם כולו" זאגן זיי אפען ווער זיי זענען דעריבער איז גרינגער צו ליינען זייערע שטותים און הנאה האבן פון זייערע שווערע הארוואניע צו פאוסטען אלע נייעס און דעבאטעס וואס רודערט זיך אין מקווה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2006 07:14 |
|
| |
איך מיין אז איך רעד פאר רוב גולשים דא.
פאר נייעס, איז דא ראדיא, צייטונגען, פילע אנדערע פורום'ס, און וועבסייטס.
רוב גולשים קומען דא פאר פאליטק און פאליטישע נייעס, און דווקא נישט פאר ציוויליזירטע שיינע הויכע ניווא סטייל, פאר דעם איז דא די בלאט, די יוד, די צייטונג, און די אלע אנדערע סארסעס.
דא ווייל ס'איז אנאנעמאס, קומט מען זען און שרייבן רויע סחורה, און איך מיין אז ווילאנג דא איז דא די אלע נערישע רולס, וועט זיך די פורום נישט אויסארבייטן, און ס'וועט אויך זיין דא אסאך אביוז.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2006 05:58 |
|
| |
אבער איך בין צומישט און ארום לויפן צו 6 פלעצער
אמאל ביי זובוי איז געווען איינס ..
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|