|
|
| נשלח ב-16/1/2006 00:11 |
|
| |
קעניג/ניו יארק:
ווען עטס זאליס וואלטן ווייניגער ביזי געווען מיט די נארישע דורכגעפאלענע טריקס פון פאלשע אהרונישע פאשקעווילן און פאלשע אהרונישע ניקס, וואס קיין שום מענטש - אפילו איינער וואס האט א לאו איי קיו - רעדט זיך נישט איין אז ס'איז אמת, וואלט עטס שוין געשטאנען סאך ווייטער.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 00:13 |
|
| |
יא שפיטצער06 איז 100% גערעכט איך האב עס אליין געזען ניו יארק/קעניג טרעף א נייע ניק
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 00:21 |
|
| |
ניו יארק דארף מען חוסם זיין נישט פאר'ן שפילן ווי אן אהרוני נאר פאר'ן האבן זייער א קליינע איי קיו.
ספעציעל יעצט אז יעדער ווייסט שוין אז ניו יארק און קעניג זענען איין מענטש, און יעדער האט געזען ווי ער האט געשריבן און שנעל געמעקט.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 00:30 |
|
| |
קעניג/ניו יארק
האסטו נישט געענטפערט פאר יענקל11 אז ב"פ און ב"ב זענען נישט ביי די ארוינים, און אים געפרעגט פון ווי ער ווייסט אז וומ"ס איז דא א 50%?
פאר דו האסט עס שנעל אויסגעמעקט און זיך גענומען צו רעדן ווי א זאלי.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 05:19 |
|
| |
ניו יארק/קעניג סטאפ שוין מיט די ליגענט נעם דיך שרייבן געהעריג מיט דיין זאלי ניק יעדער ווייסט עני וועי די מיספארשטענדעניש וואס די האסט געהאט מיטן שרייבן מיטן ניק קעניג אנשטאט ניו יארק
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 05:21 |
|
| |
אין יעצט צירוק צים ענין:
הערטס אויס, איך האב געהאט, לויט מיין מיינונג, א גיטע פלאן ווי אזוי עפעס מער אויף ציטון.
אבער איך זעה אז עס איז רבו עלי חבירי, אין רוב האלטען אז מיין פוינט איז נישט אויס געהאלטען, אין אסאך זענען נאך גאר געווארעהן ברוגז אויף מיר פארען אפילו ארויף ברענגען אזא פלאן, אזש ביזען מיך אנריפען א זאלי.
האב איך געטראכט אז אפשר איז מיין פלאן טאקע נישט גיט.
ווייל וואס קען דער בעסטער פלאן אויף טון, ווען עס האט נישט קיין צוהערערסץ
וועל איך מיך טאקע יעצט אפ לאזען דערפון, אין אז עס וועט מיר נאך עפעס בייפאלען, וועל איך עס מיטיילען מיט ענק.
אויב אן אנדערער האט עפעס א בעסערען פלאן, בכל הכבוד!
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 09:07 |
|
| |
איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר
איין צורידערטער פערשוין מאכט א סטופיד אשכול אין יעדער קריגט זיך צו איז ער אן ארוני אדער א זאלי מיט א פאלשן ניק,
איגנארטס דעם צידרייטן,
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 14:47 |
|
| |
איך האב אויסגעמעקט אלע תגובות וואס האבן פארדרייט די טעמע.
דער אשכול פאר זיך איז א לעגיטימע פראגע, כאטש ער איז פראוואקאטיוו. אבער עס איז פארפארן זייער שנעל אראפ פון די רעלסן (וואס עס איז מסתמא געווען די אמת'ע כוונה פונעם פותח האשכול), און זיך דערקייקלט צו א נארישע ויכוח.
יעדער איינער איז בארעכטיגט צו האבן וויפיל ניק'ס ער וויל, און שפילן וועלכע זייט ער וויל, ווי לאנג ער שפילט די נארמאלע כללים פונעם שפיל.
מ'בעט דעם חשוב'ן ציבור נישט זיך לאזן פארדרייען אראפ פון די רעלסן פון די וועלכע צילן אזוי צו סאבאטאזשירן דעם פארום. איך גלייב אז די טעמע וואס ניו יארק האט ארויפגעברענגט - נישט קיין חילוק מיט וועלכע ניק - איז זייער אינטערעסאנט צו דעבאטירן און הערן דערוועגן די מיינונג פונעם ציבור, אזוי ווי רוב פון די תגובות האבן באמת געוויזן דא.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 14:58 |
|
| |
און יעצט צוריק צו די דעבאטע.
ווי איך האב באמערקט, האב איך אויך באקומען די זכי' צו ווערן אריינגערעכנט צווישן די אנפירער פון קהלתינו הקדושה, דערצו נאך פון די עקסטרעמיסטן... שייך זיך דערלעבט... צו ווערן די פירער פון היידפארק פארומ'ס אריינגערעכנט ביי די זאליס/אהרונים-זאליס צווישן די קהילה פירער, אז זיי ערלויבן זיך אזוי צו טראכטן אויף מיר ?! ווייזט אויס אז יא...
לענינינו. על ראשון ראשון.
דו מאכסט א הנחה אז מיר מוזן האבן מוסדות אין וויליאמסבורג פון די 13 און אראפ, ווער זאגט אז מיר מוזן בכלל האבן מוסדות פאר יענע יארגענג ?
דערווייל שטייען מיר ב"ה אויסגעצייכנט מיט די פיר ישיבות, וועלכע זענען שוין - אויב דו ווייסט נישט - אריבערגעוואקסן די זאלי ישיבות אין וויליאמסבורג סיי בכמות און סיי באיכות, דאס איז שוין טראץ וואס מיר האבן נישט די ריזיגע מוסדות פון 13 און אראפ.
עס איז אמת אז עס איז פאראן חסרונות דערין, א געוואלד חסרונות, עס איז מיר ווייט נישט באטעמ'ט געווען צו הערן ווי מיין אינגל קומט אהיים מיט א שמחה כ"א כסליו, אז "די רב האט אזוי שיין געטאנצן", אבער ער וועט עס אויסוואקסן אי"ה... עס איז מיר נאך אלץ פיל וויכטיגער צו האבן געטרייע ראשי הקהילה וועלכע פרובירן מיט אלע מעגליכקייטן צו באפרייען די געגזל'טע נכסי קהלתינו הקדושה.
תוקן על ידי - בא_ללמד - 16/01/2006 15:08:51
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2006 15:07 |
|
| |
בנוגע דיין "פארשלאג" פון זיך זעצן צום טיש פארהאנדלען, גלייב איך אז איך ברויך דיר נישט דערמאנען וויפיל מאל מען האט שוין פרובירט צו פארהאנדלען מיט די זאליס. אריינגערעכנט: 1) די זיצונג פון ר' אלישע הורוויץ מיט שאול פערלשטיין ווינטער תש"ס. 2) דער באזוך פון ר' זלמן לייב ביים רב שליט"א נאך שבועות תש"ס. 3) דער זיצונג פון ר' יצחק ראזענבערג און ר' מנחם גרשון לעבאוויטש און ר' בערל יאקאבאוויטש מיט יענקל כהנא און ליפא קרויס און שאול פערלשטיין. 4) די פארהאנדלונגען פון ר' משה דוב שוועיד און ר' ישראל דוד הארפענעס צווישן די אהרונים און די זאליס, וואו די אהרונים האבן שוין געהאט אונטערגעשריבן א שטר מיט א גרייטקייט זיך צו צוטיילן די נכסים - דאס איז שוין געווען נאכן זיין אין געריכט ! 5) די פארהאנדלונגען צו גיין צו דין תורה ווינטער תשס"ג. 6) דער זיצונג פון ר' אלישע הורוויץ מיט משה גבאי ביים שוואגער פון בערל ווייס, אינאיינעם מיט ר' ישראל האגער פון מאנסי זומער תשס"ד.
עס זענען געווען נאך, איך געדענק נישט אלע, ווער עס געדענקט זאל ביטע פארענדיגן.
אבער איך מיין אז דאס איז שוין גענוג צו געבן א שטיקל בילד ווער די זאליס זענען, פארוואס מען קען מיט זיי נישט פארהאנדלען, און וואס עס האט געצווינגען אנצוקומען אין גוי'אישן געריכט, ליידער.
און אז דו ווילסט דוקא עס גוט פארשטיין, זיי מוחל זוך אויף דרייניטץ, און פרעג אים וויאזוי ער האט געשפילט מיט אונז האקי ביים עפענעם דעם פארום...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2006 15:15 |
|
| |
דרייניטץ/ניו יארק ווי ביסטו? ביסט ביזי צו פייערן זיג פון די אפיעל קאורט? קום ענדערש דא ווייטער "טרעטן אויף אונזער הינער אויג"..
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2006 16:37 |
|
| |
ער גייט שוין היינט פייערן דעם אורטייל פון ראזענוואסער, נישט נאר דעם אפעלאט אורטייל...
ער געט איבער - אין נאמען פון "א אהרוני", פארשטייט זיך - אז ראזענוואסער קומט היינט אדער מארגן. און לויט די זאליס גייט ער געבן א אומגערישטן זעץ פאר די אהרונים.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2006 17:28 |
|
| |
בא ללמד ס'איז געווארן א גאנצע מיש מאש פון עם דארט יעצט שרייבט ער דארט אזוי 16:58 17/1/2006 מיש_מאש אוי דרייניץ! אז ענק דארפן שוין רעדן פון באשעפער דעמאלטס זענטס עטץ טאקע אויף גרויסע געהאקטע צרות...
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2006 16:31 |
|
| |
לאמיר אבער פרעגן די קשיא אנדערש, זינט ווען האט זיך עקסטרעמיזם [כאמאס..] אריינגעכאפט ביי די אהרונים [סאטמארע]
איך וועל אויף דעם פרעגן פארקערט, האט זיך אמאל עקסטרעמיזם זיך אפגעשטעלט אין סאטמאר זינט תרס"ו ביז תשס"ו ועד בכלל
|
|
|
|
|