מחאה נמרצת אויף פירצת הצניעות אין באבוב
איך האב נישט געקענט גלייבן אז מ'מיינט אונזערע באבוב!!
איך קען נישט גלייבן אז ס'איז אונזערע יונגעלייט!!
וואס איז געשען?
צוויי היימישע יינגעלייט, אזוי אלט ווי ארום די דרייסיגער'ס, איינער א "מאסבערג" די צווייטער א "שפילמאן", דרייען זיך א גאנצן טאג ארויף און אראפ אין די באבובע בנין, אזוי אז יעדער זאל גיט וויסן ווער צו איז דא בעה"ב, און אז מ'הערט אללעס און מ'זעהט אללעס.
נא, טייערע ליינער'ס!! ווי מיינען ענק דרייען זיי זיך? אין די מתיבתא?
ניין!!! אסאך ערגער!!!
אין די ת"ת?????
נייייין!!!!!! אסאך ערגער!
אין די ביה"כ? אין מקווה? אין בית יעקב? ווי ? ווי?
ניין!!
זיי דרייען זיך נישט מער אין נישט ווייניגער צווישן אונזערע איידעלע וואילע מיידלעך!!!!
נישט מער און נישט ווייניגער!!!
ארויף און אראפ, פין די פלעי גראפ'ס, ביז די עלסטע קלאסן פין די בנות, יא!!
טייערע עלטערן וואס שלאפן נישט קיין נעכט פין דאגה צו חינוך צו זייערע עלטערן, איידעלע מאמעס וואס לאזן טייכן טרערן ביי די לעכט צינדן און וויינען זיך אויס אז די קינדער זאלן אויסוואקסן לשם ולתפארת, די מחנכים וואס געבן אכטונג אז די טעכטער אונזערע זאלן נישט האבן קיין שום קשר מיט ארומיגע חוץ ארויס פין די ווענט פונם בנות ציון, און יעצט נישט מער און נישט ווייניגער דרייען זיך צוויי מענער, יינגעלייט וואס די יצר הרע האט זיך ביי זיי זיכער נאך נישט אפגעקיהלט, אגאנצן טאג צווישן די פיס פין די מיידלעך????????????????
הנשמע כזאת דבר בישראל????????????????
הזאת נעמי???
איז טאקע אללעס מותר געווארן נאר כדי צו טשעפענען אביסל די מיידלעך פין רמ"ד??????????
איז אלע גדרות נפרץ געווארן?
 |
|
|