די זאליס האבן היינט געכאפט א פרישע שאס אין בני ברק.
די זאליס צוזאמען מיטן תימן'נער טאלער האבן נעבעך איינגעלייגט וועלטן אז די פאליציי איז קראפטעט, און זיי האבן געהאט אן אפענער באווייז וואס מיט דעם זענען זיי ארומגעלאפן די וואך צו אלע "הויכע" פענסטער, אז די פאליציי האט געבען א "צו הרחקה" פאר די צוויי זאליס היימליך און שעכטער, אז "זיי טארן נישט אריין קומען אינעם שול פון קהל יטב לב דסאטמאר אין בני ברק אינדערוואכן טאג", (און די געריכט האט עס באשטעטיגט און נאר אראפ גענומען שבת).
און פאר די אהרוני וואס האט זיך געשלאגען מיט זיי האבן זיי אראפגענומען אלעס און ער מעג אריינקומען געהעריג, נאך וואס זיי זענען געווען ביי רבי משה חיים וויס שליט"א וואס האט זיי קלאר געוויזן ווער עס איז בעל הבית.
די בהמה'לעך היימליך מיט שעכטער האבן זיך טאקע נישט דערוואגט אריינצקומען אין שול די גאנצע וואך
1) ווייל טאלער האט איינגעלייגט 50 טויזנט דאללער בעיל אז זיי גייען פאלגען
2) אז מען כאפט זיי אין שול טראסקעט מען זיי גלייך אין חד גדיא.
טאלער האט זיך דערזעהן דא אין פעקל, די זאליס באשרייען אים אז ער טויג נישט, און י. ווייס פון ירושלים וכו' שרייען א גאנצען טאג פאר היימליך און שעכטער אז זיי זאלן אריינגיין אין ביהמ"ד און זיך אנפייפען, א כפרה מיט טאלערס 50 טוזינט דאללער.
היינט נאך שווערע ארבעט פון א גאנצער וואך זענען אראפגעקומען א פאר מענשטען פון די משטרה, טאלער האט זיי אנגרייט א שיינע סעודה כיד המלך ביי ר' אלי' כ"ץ אין שטוב, און אויך אן עורך דין, די פאליצי איז אנגעקומען אהין, טאלער האט זיי געוויזען די פאפירן פון די אפילאט קארט פון "באראש" ווי זיי שרייבן אז די געריכט קען נישט ארויסווארפן אדער אפהאלטן פון איינעם צום קומען דאווענען, ווייל עס איז א רעליגיעזע אישוי, און דא האבן זיי די "טשיף ראביי" הרב כ"ץ פון סאטמאר בני ברק וואס זאגט אז די אינגעלייט מעגן יא אריינקומען.
די פאליציי האט זיי געזאגט קליפ און קלאר, היימליך מיט שעכטער זאלן זיך נישט וואגן אריינצוטרעטען אינדערוואכן אין סאטמאר שול, און זיי האבן נאך צוגעבען פאר טאלער אז זיי הערן אז ער איז די הויפט טראבעל מעקער, ווארענן זיי אים אויך אז טאמער ער וועט נאר אפילו זיין "פורצפאל לעבן" א מחלוקה וועט ער גיין אין חד גדיא.
די פאליצי האבן זיך אויפגעהויבען נאך 10 מינוט, און נישט טועם געווען דארט גארנישט, טאלער איז זיי נאכגעלאפען ביזן קאר זיי בעטן אז זיי זאלן נאכלאזן און אים עפעס געבן, זיי זענען אוועקגעפארן און טאלער איז געבליבען אבל וחפוי ראש.
תוקן על ידי - שורשנגח - 12/01/2006 5:05:04
נשלח ב-13/1/2006 09:15
דער איינציגער געווער וואס זיי האבן נאך, צו שרייבן פאשקעווילן און אויף היידפארק איז נאך געבליבן ביי זיי אין די הענט
פארוואס פארגינסטו זיי דאס אויך נישט?
סוף כל סוף פארדינען דאך א פאר יודען פארנוסע פון דעם
נשלח ב-13/1/2006 05:30
לעצטע נייעס פון בני ברק,
היינט נאכמיטאג האט דער גרויסער לויער משה שוב – וועלכער פארטרעט די סאטמארער מוסדות אין בני ברק – באקומען ביי זיך אין אפיס אויפן פאקס א מיאוס'ע פאשקעוויל קעגן דעם לאנגיעריגער מנהל המוסדות הרה"ח ר' משה חיים ווייס שליט"א.
דער לויער האט שוין גאנץ גוט געוואוסט וואס דאס מיינט, וויסנדיג פון די פאשקעווילן-קרענק וואס יאגט נאך די פארביטערטע זאלונים אין ב"ב וואס פראבירן טאג-טעגליך ארויסצושפייען זייערע בויך ווייטאג אויף נארישע און ביליגע פאשקעווילן, דער לויער האט אבער געוואלט וויסן די פונקטליכע אדרעס פונעם פארביטערטן שיקער (שיכור), האט ער זיך פארבונדן מיט די "בזק" פירמע און האט פון זיי באקומען נישט קיין צווייטן אדרעס ווי: (כאפט אייך גוט אן...) ד.מ. טאלער רחוב קדושת יו"ט 13 ב"ב. דא האט איהר דעם קינדערישן פנים פונעם תימענער טאלער, נו איז דא מיט וועם צו גיין צום טיש???
עס איז וויכטיג צו אנמערקן אז אין די לעצטערע וואכן איז שטארק געפאלן זייער פאשקעווילן-קרענק אין ב"ב, ווי עס שיינט איז דאס צוליב דעם וואס טאלער איז צו פארנומען מיט זיינע אנדערע קינדערישע מעשים תעתועים.
נשלח ב-13/1/2006 04:24
אויך געהערט היינט פון בני ברק אז מר. טאלער טאר נישט אריין אין ביהמ"ד די וואך שבת און אינמיטן די וואך.
נשלח ב-13/1/2006 01:25
סאַרי, אבער אונז זעמיר נישט אין די ביזנעס פון פיטערן די קעלבעלעך מיט "געווינען", "דער אמת זיגט". אונז זעמיר פארנומען אין די צייט מיט אויפטאן למעשה, צו פארזיכערן די הונדערטער מיליאנען דאלארן נכסי סאטמאר פון נישט חלילה אריינפאלן אין נישט-ריכטיגע הענט, דעריבער וועל איך זיך נישט צו שטארק מוטשען דיר איבערצוצייגן פאר וועם ס'באלאנגט בני ברק.
אדרבה חלומ'טס ווייטער אז מען בויעט, ס'טוט זיך, ס'לעבט זיך, ס'איז מוראדיג, מען זיגט, מען געווינט, מען האט ראזענוואסער אין טאש, די משטרה אין טאש, און וועם נישט?... און מ'העמיר זיך טרעפן מיט אייך בקרוב אויף שמחות.
ס'איז בעסער אז איר שלאפט, לייגט אייך צוריק אויף די אנדערע זייט און געווינטס ווייטער!
נשלח ב-13/1/2006 01:13
לכו
דו האסט אלין גיהערט פון אינער וואס האט אליין גיזעהן! ממש!
נשלח ב-12/1/2006 21:38
איך הער אז דוד טאלער דעם פון תימן האט היינט באקומען אן "צו הרחקה" אז טאר אויך נישט אריינטרעטען אין סאטמאר ביהמ"ד די וואך און קומעדיגער שבת.
ווייסט איינער דערפון?
נשלח ב-12/1/2006 21:34
זאג פאר יוסף 90 מיט חיים הערשלע פון ירושלים אז זיי קענען חלומ'ען ווייטער.
בני ברק ליגט אין די הענט פון אנ"ש חסידי סאטמאר תחת הבעלות פונעם מנהל רבי משה חיים ווייס שליט"א.
שלום משה דא איז דא א קלארע דאקומענט פון די עיר' וואס זאגט אז רבי משה חיים ווייס איז בעל הבית, די ערי' גיט נישט יעדן מאנטאג און דארנעשטאג ווען יוסף90 באקט דא עפעס א פרישע דאקומענט..
אז יוסף 90 האט אן אנדערע דאקומענט אז יעצט איז ער מער נישט בעל הבית דארף ער ברענגען.
נשלח ב-12/1/2006 19:54
פאקטן!
פאקט 1) איז אז די צוויי אינגעלייט טארן נישט אריינטרעטן אין סאטמאר בית המדרש בני ברק א גאנצע וואך און דאס האט דער ריכטער אויך באשטעטיגט.
פאקט 2) די משטרה פון בני ברק האט אראפ גענומען די "צו הרחקה" פון דעם בחור אהרוני וואס זיי האבן געהאט ארויפגעלייגט אויף אים נאכדעם וואס זיי זענען געווען ביי רבי משה חיים ווייס שליט"א און ער האט אויפגעוויזען אז ער איז דער קלארער בעל הבית.
פאקט 3) די דאקומענט וואס די ערי' שרייבט אז רבי משה חיים ווייס שליט"א איז דער בעל הבית אויף די מוסדות און די קהלה האט מען דא ארויף גלייגט, און בשעתו ווען איך האב געשריסן אז עס אזי דא האט יוסף 90 געמאכט קולות אז איך בין א ליגענער און עס איז נישט דא אזא זאך.
פאקט 4) די פאליציי האט שלאר געזאגט פאר רבי אלי' כ"ץ מיטן תמין'נער טאלער אז רבי משה חיים ווייס איז בעל הבית דא, און זיי טוען וואס די עיר' האט באשטעטיגט.
פאקט 5) רבי משה חיים ווייס שליט"א פירט די אפיס מיט אלע בנינים, אז די זאליס וואלטן עס ווען געהאט וואלטן זיי אים נישט געלאזט איין טאג עס פירן.
פאקט 6) רבי משה חיים ווייס בויעט יעצט יעצט די נייע תלמוד תורה מיטן פולן שוואנג, און די זאליס האבן שוין פרובירט אויף אלע פראנטן עס אפצושטעלן און זיי קענען גארנישט גארנישט טאן.
פאקט 7) אז די זאליס האבן פאריגע וואך איבערגענומען די מוסדות אין בני ברק וואלט דער איד געהאט ריזיגע שרייעדיגע העדליינס, און די וואך און פאריגע וואך אין דער איד שטייט נשיט קיין איין ווארט, נאר יוסף90 דא אויף הייד פארק שרייט ארום דערמיט שוין צוויי וואכן.
פאקט 8) אז דער תמין'נער טאלער האט היינט באצאלט פאר דעם חודש דעם פולן רענט פארן זאל, אזוי ווי ער באצאלט ערליך אויפן דאטום יעדן חודש, און נישט פאר וואלערשטיין אדער פאר ר' זלמן לייב וואס לויט יוסף90 זענען זיי די בעל הבתים.
נשלח ב-12/1/2006 18:15
איך האב יעצט געזען און דער בלאט בילדער ווי אזוי מ'בויט און ב"ב אויב זענען די זאליס באה"ב און ב"ב פאר וואס לאזן זיי דאס צו?