וואס גייט פאר אין בנות ציון?
די אמתע מעשה וואס גייט פאר וועגן די באבובע מיידל סקול בנות ציון.
פאר צוואנציג יאר צוריק האט די אדמו"ר מהר"ש זי"ע געגעבען פאר די איידעם הרב יונתן בנימין גאלדבערגער צו אנפירן מיט די מיידל סקול "בנות ציון", וואס זיין ווייב דבורה לאה האט געפירט, נאך וואס די רבי מהר"ש זי"ע איז נפטר געווארן, איז די איידעם געקומען צו באבובער רב זי"ע מרנ"ץ און געבעטן א חיזוק פאר די טאטינס בריוו און די רב מהרנ"ץ האט אונטערגעשריבן, נאך וואס די מהרנ"ץ איז נפטר געווארן, האט רב"צ אוועקגגעכאפט אלע בנינים פון באבאב אן א רשות בי"ד דורך פריוועט מענטשן וואס וועגן געוויסע פארשידענע סיבות איז די בנינים געווען איינגעשריבן אויף זייער נאמען, און ווייל די מענטשען זענען געווען מיט אים האט ער געהאט די פאליס זאל זיך אננעמען אן קיין פראבלעם.
אבער די בנין "בנות ציון" האט ער נישט געקענט אוועקנעמען ווייל די שליסל מענטש זיין שוואגער גאלדבערגער איז געשטאנען אין זיין וועג, און אזוי איז די מיידל סקול געבליבן נייטראל און סאיז נישט געווען דארט קיין צוטיילט. אבער פאר רב"צ האט זייער וויי געטון, און לעצטענס האט ער אנגעהויבן צו מאכן א לאנגע ליסט פון רדיפות קעגן זיין שוואגער ר' יונתן בנימין, וואס איז אליינס די ראש הכולל פון באבאב שוין צוואנציג יאר, און רב"צ האט געשטעלט א אינגעמאן זאל שטיין אויף די כוללים, וואס יעדער האט געזען אז מהאט גימאכט א נייע "רשת הכוללים" און מהאט נישט געוואוסט וואס סמיינט, און ביי אלע מסיבות פון די כוללים האט מען יענע אינגעמאן מכבד געווען אז ער איז די "ראש הכוללים" און פון די שוואגער ר' יונתן בנימין האט מען "פארגעסן".
נאכדעם האט רב"צ אליין אים געוויזן אז ער איז ברוגז, און די רדיפות אין ביהמ"ד איז שטערקער געווארן, בפרט ווען מהאט אים נישט געלאזט רעדן זיין אייביגע דרשה פאר שטיצן די כולל, און ווען ער האט געהאט יארצייט האט מען עם געזאגט אז סאיז נישטא גענוג עליות אין גרויסן ביהמ"ד און אז ער וויל עולה זיין דאף ער גיין אינדרויסן! אויך האט ער נישט באקומען מוסף און ער האט געדאווענט אינדרויסן מיט א עקסטערע מנין.
יענע וואך איז רב"צ געגאנגען אין קאורט און געקלאגט אז די בילדינג פון "בנות ציון" באלאנגט פאר עם, און ער האט איינגעגעבען די סטעיטמענט פאר אלע גאווערמענט עיזשענסיס וואס טיילן די געלט אז מזאל אויפהערן צו געבן די געלט ווייל סאיז זיינס, וואס ר' יונתן בנימין האט געדארפט גיין אין קאורט אז סזאל אראפגיין, וואס ער און זיין ווייב האבן נישט געוואלט גיין אין קאורט מיט די שוואגער.
נאך די אלע דרוק האט זיך ר' יונתן בנימין געבראכן, און געמאהט עפעס א הסכם דורך טעראר, וואס מהאט גערעדט איז נישט מפורסם, אבער די אוטקאום איז געווען אז רב"צ ווערט בעה"ב אין די מיידל סקול.
גראד ווען ער האט עס באקומען האט רב"צ אויפגעהאנגען אין אלע האלוועיס גרויסע פיקטשערס פון רב"צ, און מהאט ארויסגעווארפן אפאר קינדער אז יעדער זאל מורא האבין, מהאט געמאכט א נייע זאך אז מטיילט יעדע וואך תורות פון רב"צ און אלע מורות מוזן עס לערנען מיט די תלמידות, און מפארהערט עס ביי די טעסטס, אויך האט ער אהיימגעשיקט טעראר בריווען פאר ווער סוועט נישט מיטגיין, און א גאנצן טאג דרייען זיך דארטן אינגעלייט צו מאכן א טעראר אויף די מיידלעך וואס באלאנגען נישט צו רב"צ.
אויך איז חנוכה געווען א גרויסע מסיבה פאר די גאנצע סקול וואו רב"צ האט גערעדט, און דארטן האט מען אויך אויסגעטיילט די דרשה פון רב"צ וואס מהאט געדארפט קענען ביי די טעסט.
די גאנצע סקול איז געווארן איין גרוסע שטיק פייער.
הרב יחיאל באב"ד, וואס איז איינס פון די פינף רבנים פון די בי"ד אין באבאב, האט געהערט אלעס, און ער האט געמאכט א עמערזשענסי מיטינג מיט אלע דיינים און גערופן אלע זייטן וועגן וואס סגייט פאר אין "בנות ציון"?
מאיז געזיצן מיטוואך פאריגע וואך, אויך מוצאי שבת, אויך דינסטיג נאך עשרה בטבת, און נעקסטע וואך דינסטיג גייט מען ווייטער, און אינמיטן האט די בי"ד גערופן די הנהלה פון די סקול צו די נעקסטע זיצונג, און יעדער ווארט צו זען פארוואס די בי"ד איז געזיצן אזויפיל מאל, סקוקט אויס ווי עפעס באקט זיך דארטן.
 |
|
|