בית פורומים כל העולם כולו

קוועלט פון נחת, שינוי צוברעקלט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/1/2006 09:56 לינק ישיר 
קוועלט פון נחת, שינוי צוברעקלט!

רוב פון אונזערע ליינער האבן ניטאמאל קיין אנונג וואס "שינוי" מיינט, ביי זיי איז עס א זאך וואס מען נוצט שבת ווען מען וויל טון א מלאכה... אבער די וועלכע קענען זיך אויס אין די איזרעלי פאליטיק, ווערן צושמאלצן פון נחת ביים זען די נאנטע סוף פון די גרעסטע אנטי-דת פארטיי אין די היסטארי פון מדינת ישראל.
ביי די פאריגע וואלן האט שינוי געהאט 15 חברי כנסת, א ריזיגע נומבער, און זיי האבן טאקע אויפגעשטעלט די קאליציע, אין די פאולס פאר די וואלן האט מען זיי פארגעזאגט 3-4 חברי כנסת. אבער נעכטן איז דארט פארגעקומען א ערדציטערניש, טומי לפיד, די גרעסטע מויל מאכער אין גאנץ מדינת ישראל, האט קוים קוים געווינען די פריימעריס אין זיין פארטיי (דארט איז די סיסטעם אנדערש ווידא), און אויף די צווייטע פלאץ האט אברהם פורז, די קאנדידאט פון לפיד גאר פארלוירן צו איינעם רון לעווינטאל (א ברודער פון דזשאדזש לעווינטאל...?). דעס האט אזוי אויפגערעגט לפיד און פורז אז זיי האבן באשלאסן אז זיי גייען מאכן א אייגענע פארטיי, און זיי גייען זיך נאך שלאגן אויף די נאמען "שינוי".
לויטן פשוטן חשבון, איז זייער פאני אז מגייט זיך אפילו שלאגן אויף די נאמען, די אחוז החסימה איז 3 חברי הכנסת, און אויב שינוי האט געדארפט באקומען 4, און יעצט גייען זיי זיך צעטיילן, מיינט עס אז שינוי גייט בכלל נישט זיין קיין פארטיי אין כנסת, צו וואס גייט מען זיך שלאגן אויף די נאמען?
קומט די "הארץ" און פארענטפערט אלעס, אין קאסע פון שינוי איז דא 14 מיליאן ש"ח, און אויף דעם גייט מען זיך יעצט שלאגן... און דעס איז די לינקע, וואס טוען זיך אייביג אויף מיט זייער "צדק ויושר"...
ליינט מיט הנאה:

http://www.haaretz.co.il/hasite/pages/ShArt.jhtml?contrassID=1&subContrassID=5&sbSubContrassID=0&itemNo=670075



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/1/2006 10:00 לינק ישיר 

און דא קענט איר אויך זען ווי די לינקע פרעסע באוויינט זייערע געוועזענע ליבלינג:

http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-3199438,00.html



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/1/2006 11:30 לינק ישיר 

וואס איז דער גוטסקייט אז שינוי איז צוברעקעלט? אדרבא, ער האט געוואלט ראטעווען אידישע קינדער פון נעמען געלט פון מדינה.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-13/1/2006 16:42 לינק ישיר 

וואסא.

האסט פארגעסן צוצולייגן די דריי פינטעלעך צום סוף...

[דאס איז מסתמא א המשך פון אונזער ויכוח אויב מ'מעג ווינטשן אז שרון זאל שטארבן...]



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/1/2006 17:22 לינק ישיר 

די שינוי פארטיי איז געלאפן אויף איין פלאטפארמע אנטי דת, גארנישט מער נאר לעצור את החרדים,

זאלן זיך לערנען א פארציע די אלע פארטייען וואס זיין איינציגער ציל איז לעקר ולהרוס, אן קיין פאזיטיווע תכלית, זיי וועלן בטל ומבוטל ווערן די איינציגע זאך וואס וועט בלייבן וועט זיין א מחלוקה'לע צווישן זיך,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > קוועלט פון נחת, שינוי צוברעקלט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext