בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ער רעדט צו זיך אליין: וואס טראכט ער?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/1/2006 04:18 לינק ישיר 
ער רעדט צו זיך אליין: וואס טראכט ער?

צוערשט, א גוטע וואך, א 'געזונטע' וואך, א מזל'דיגע וואך, א וואך מיט ישועות, א וואך מיט רפואות, און א וואך מיט אסאך געלט!

אין איינע פון די פארגאנגענע ששת ימי המעשה בין איך געזיצן אויף א שטאטישע באס, כדרכי בקודש פארטיפט אין א ספר (הלואי), פלוצלינג דערהערן מיינע אויערן א קלוגע אינטעליגענטע געשפרעך, קוקט אויס געפירט פון א פראפעסער אין יעיל אדער הארווארד, ער טוט אדורך אלע אקטועלע טעמעס וואס שטייען אויפן סדר היום, אנגעהויבן פון די איראק מלחמה, געענדיגט ביי די בודזשעט, א קיצור, מען האט געקענט נתפעל ווערן פון זיין קלוגשאפט, ווי ער איז יורד צו די אונטערגרונד פון יעדן טאפיק וואס איז נאר אקטועל אין דיזע טעג אויפן האריזאנט פונעם פאליטישן פראנט.

איך בין גאנץ נייגעריג געווארן צו זען ווער עס איז דער הויכגעשעצטער הער מיט וועמען איך האב די עהרע צו זיצן אויף איין באס... דאן האב איך באמערקט אז דער "פראפעסאר" פירט אן איינזייטיגן געשפרעך! נישט מער און נישט ווייניגער: ער רעדט צו זיך אליין, הויך אויפן קול!

איך האב געווינקן מיין חבר וואס איז געזעסן נעבן מיר, און ביידע האבן מיר שטודירט אלע זיינע אויערן אויב עס איז נישט ארויפגעקליפט דערויף עפעס אזא סארט 'בלוי-ציין' שטיקעל, אדער אן אנדער סארט טעכנאלאגיע וואס ערמעגליכן דעם מענטש צו פירן א געשפרעך מיט א חבר אויף די אנדערע עק וועלט אן ברויכן האלטן א טעלעפאן אין האנט, אדער אז א דראט זאל זיך ברויכן ציען צום אויער אדער מויל פונעם רעדנער.... אבער מיר האבן נישט געקענט געפונען אויף אים קיין שום אפאראט.

איז מיר בייגעפאלן א מורא'דיגע חקירה... ובכן, וואס טראכט דער יעניגער וואס רעדט צו זיך אליין???

ער קוקט נישט אויס ווי איינער וואס איז אונטערן איינפלוס פון א פארטייבנדע דראג, ער רעדט פערצופאל גאנץ צו די זאך (ער האט געלעזט אלע וועלטליכע פראבלעמען כמעט אין די איינע דרשה וואס איך האב מיטגעהאלטן...), ער האט נישט אויסגעזען אנגעזעצט און דעפרעסט.

איך בין נייגעריג אויב איינער קען מיר דא מסביר זיין (פון אייגענע עקספיריענס אדער פון אנדערע): וואס טראכט דער מענטש וואס רעדט צו זיך אליין? ווייסט ער אז ער האט א פראבלעם אז ער טראכט הויך? מיינט ער אז דאס איז נארמאל? וויל ער אז איך זאל אים אויסהערן? שעמט ער זיך דערמיט? האלט ער אז איך בין נישט נארמאל אז איך זיץ און קלאץ בעת ער האט א קלוגן מענטש מיט וועמען ער רעדט זיך אדורך אלע זאכען וואס ליגן אים אויפן געוויסן?

יישר כח



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/1/2006 19:08 לינק ישיר 

ליידער ליידער קען איך אויך אזא איינער.

ווען די שמועסט מיט אים איז ער מוראידג צו די זאך, אבער מען קען אין זען רעדן מיט זיך אז עס גייט א רויעך.

תוקן על ידי - RODNEY - 20/01/2006 19:13:13



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ער רעדט צו זיך אליין: וואס טראכט ער?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext