רב"צ רעדט אקייגן די באבובער רב'ס הנהגה
מצורף קובץאזוי ווי דער מוצ"ש מאכן די חסידי האדמו"ר ר' בנציון אריה לייביש האלבערשטאם א דינער פאר זייערע מוסדות, האבן די עסקנים יענע וואך צוזאמען גערופן אן אסיפה, פין יינגעלייט, און ר' בנציון האט געהאלטן א דרשה פאר זיי, און אזוי האט ער געזאגט: "מיר ווילן מחזיר זיין עטרה ליושנה" "מיר ווילן צוריק מקומם זיין די הריסות" "מיר ווילן צוריק שטעלן די יסוד פין חינוך צו אונזערע קינדער".
וויל איך פרעגן די חשובע ליינער'ס:
אזוי ווי באקאנט האט דאך די באבובער רבי ר' שלמה'לי זצ"ל אויפגעשטעלט די באבובער קהילה מיט מוסדות אין אוודאי אויכעט אהער געשטעלט פעסטער יסודות אויף חינוך פאר אונזערע קינדער, אין טאקע זוכה געווען מחזיר צו זיין "עטרה ליושנה".
פרעג איך:
וואס איז געשעהן אז אויף איינמאהל דארף מען 'נאכאמאהל' מחזיר זיין עטרה ליושנה?
ווען איז געשעהן די "הריסות" וואס מען דארף איצט 'נאכאמאל' אויפבויען?
וואס איז געשעהן צו די חינוך אז "מען דארף עס צוריק אויפשטעלן"?
דא האט איהר אן קאפי וואס זיינע חסידים האבן געדריקט מיט די אויבן דערמאנטע דרשה

|
|