ווייל מער אין מער מענטשן "רובו ככילו" פירן שוין היינט א עמטליכען געהעריגן בודשעט
אין זיי האבן א קרעדיט קארד וואס צי ניצען אין סטארס, וואס איז גרינגער אין מער זיכער ווי זיך צי דרייען מיט קעש
אין פין די אנדערע זייט, האבן ב"ה אונזערע היימישע געשעפטן א גיטן אפעטיט ווען עס קימט צי מאכן פרייזן אין יעדען הינזיכט סיי מיט עסן, קליידנוג, שיך,אין וואס נישט
נאר ווען עס קימט צי באצאלן, אויב וויל מען ניצן א קרעדיט קארד,
שטעלט ער א פנים ווי גלייך איך וויל אים דא בא'גנב'נן
כאילו ער האט נישט געבעטן {צום ווייניג'סטענס} 20 פראצענט מער ווי דער גוי, וואס דאס דעקט שוין ברייט די טעקס
{אדרבה גייט קיקען וויפיל א סענטווידש קאסט ביים גוי}
איך האלט אז עס דארף ווערן עמטליך איינגעפירט ביי אונז אויך
אז מען באצאלט 10 דאלעאר אויך מיט א קרעדיט קארד
אין אויב עס שמעקט דיר נישט, דאן אדער בעט ביליגער, אדער לאז איך דעם סענטוויטש/וכדומה דא איבער, אין גיי די נעם די סענטוויטש אין לייג עס אין גארביטש
תוקן על ידי - שלום_משה - 15/01/2006 18:07:14
נשלח ב-22/1/2006 22:28
שלום משה, וועגן א מינימום פארשטיי איך נישט וואס דיין טענה איז
נשלח ב-19/1/2006 17:24
איך האב נעכטן געפרעגט נאך א גשעפט ער האט מיך געזאגט די זעלבע זאך
נשלח ב-18/1/2006 20:05
צוויי נקודות
איינס, נישט יעדע יוצא מן הכלל, איז מחייב צו טוישן דעם כלל
און בפרטיות, איך וואלט צוגעקויפט נאך עפעס פאר 3.75..... חוץ אויב עס איז געווען א טויטע קאץ פון דר. לידער דארט
נשלח ב-18/1/2006 19:52
ווארהייט
לאמיר דיר פרעגן,
איך האב גע'עפענט די אשכול, ווייל איך בין אריין אין א רעסטראונט אין מאנסי כ'האב געבעטן א {פלענע} טונא סענטוויטש מיא א קאווע,
עס איז אויסגעקימען נאך טעקס 6.25 יא-זעקס-דאלער-מיט-פינף-אין-צוואנציג-סענט
פאר א סענוויטש אין א קאווע
איך האב באמערקט אז איך האב נישט קיין קעש,האב איך געגעבן א קארטעל
האט ער מיר געשטארשט 10 דאלער אין געגעבן א קרעדיט אויף 3.75
דאס מיינט א איד א חזיר מיט אלע מפרשים
ווייל פאר דעם געלט קען איך עסן ביים גוי א גאנץ הינדל
נאר ווייל איך בין א איד האב איך געמוזט צאלן 6.25 קעש, אין מיט א קארטעל 10 דאלער
ממילא צי האבן א מינומום, וויפיל מען טשארשט אויף א קרעדיט קארד איז חזריש
אין דער בעה"ב איז א PIG
נשלח ב-18/1/2006 19:30
טאגליכט איך ווארט אויף א תירוץ פון דיר ישר כח
נשלח ב-18/1/2006 16:34
עס איז קלאר אביסל צוריק געשטאנען נישט צו נעמען קרעדיט קארטלך אדער צו רעכענען מער,
אבער צו בעטן א מינימום האט אין זיך א געהעריגע הסבר
נשלח ב-18/1/2006 07:49
איך האב יעצט אריין געבליקט און די לינק וואס די ברענגסט איך זע דארט נישט וואס די זאגסט נאר אלעס וואס איך האב געזאגט
אז א חוץ בערך די 3 4% פון די עמאנט וואס מנוצט איז דא א טרענזעקשן פי פון 0.23 $
עס שטייט נישט קיין איין ווארט פון האלד עס שטייט קלאר וואס איך זאג דא האסטו וואס דארט שטייט
Per-authorization fee for credit card transactions
This amount is charged each time a credit card transaction is submitted for authorization and is in addition to the discount rate.
יעצט ווען איינער קויפט עפעס פון .2 $ גייט אראפ בערך 3% + 0.23 $
פארדינט ער נאך עפעס?
א חוץ וואס עס שטייט דארט אז דעס אלעס איז נאר ביי Visa Master אבער אלע אנדערע איז נאך טייערער
זאג אים אז ער איז אריינגעפאלן אין א מיאוסן דיל און ער זאל זיך גיין זיכען א אנדערען פראסעסאר.
הבהרה!!!
די אלע זאכן וואס איך האב געשריבן איז נאר לגבי "קרעדיט" קארדס, משא"כ "דעביט" קארדס, קען קאסטן די טרענזעקשן פי'ס איבער צוויי דאלאר פער טרענזעקשן, ווייל די בענק לייגן צו אייגענע טשארזשעס פאר די מערטשענס
נשלח ב-17/1/2006 16:13
איך קען יענעם גיט איך ווייס ער האט מיך נישט געזאגט ליגענט ס'איז יא דא א טרענזעקשן פי
א יעדער סטאר האט אן אנדער'ער פלען זיין פלען איז דא א טרענזעקשן פי