בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

האק מיר נישט אין קאפ אריין!!!!!!!!!!!!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/1/2006 18:19 לינק ישיר 
האק מיר נישט אין קאפ אריין!!!!!!!!!!!!!!

פארפאלן, אז עס טוט וויי שרייט מען, און איך האף אז איר וועט מיר אויסהערן, און פעולות וועלן געטאן ווערן אפצוטאן פון אונז די נייע אנשיקעניש וואס נעמט מיר שוין ארויס פון גלייכגעוויכט, און דאס איז די רעקארדירטע מעסעדזשעס וואס רופן אריין אין שטוב יעדן טאג אן אויפהער

צו וואס ברויך איך געשטערט ווערן פון מיינע וויכטיגע ענינים (יא! אנטוהן די קינדער איז אויך וויכטיג, אזוי איז אויך זיי לייגן אין בעט אריין, און סתם דערציילן א מעשה ביי נאכטמאל) נאר צו הערן אז די און די פאנדיעלא געשעפט האט זיך מיישב געווען אראפצוציען די פרייזן ביז דרייסיג פראצענט (איך רעד שוין נישט פון דעם פאקט אז דאס איז לויטער שקר, זיי לייגן ארויס איין 'רעק' מיט זיבן קליידער פאר די ביליגע פרייז, וזהו)???

זיץ איך אויפן פאטעל און פרוביר זיך מצמצם צו זיין אין א גוט שטיקל שאפערס ראוט, ברויך זיך דער טעלעפאן צוקלינגן און אויפוועקן די גאנצע הויזגעזונט (יא! זיי רופן אויך ווען די קינדער גייען שוין שלאפן) מודיע צו זיין אז האצענפלאצער רבי וועט יא ערשיינען צו מלוה מלכה לטובת מוסדות קאסקיאסקא???

איך מיין צו זאגען, דאס אמעריקאנע פאלק האט שוין איינמאל אויסגעשריגן זייער וויי געשריי און טעלעמארקעטערס ווייסן שוין אז זיי קענען געשטראפט ווערן אויב זיי דרייען א קאפ פאר מענטשן וואס האבן זיך איינגעשריבן אויף די "לאז מיר צורוה" ליסטע, וואס זאלן מיר אידעלעך זיין גרעסערע נודניקעס ווי די טעלעמארקעטערס???

רבותי!!! א קול מוז געהערט ווערן! איך האב ביי זיך באשלאסן אז א צוועק וואס רופט צו מיר אין שטוב, באקומט נישט קיין גרייצער (כאילו אנע דעם יא...)!

פאריגע וואך האט מיר א געוויסער מענטש (פערצופאל א גר) אנגערופן בלי שום גוזמא דריי מאל אין די זעלבע שעה צייט!!! אנטשולדיגט מיר! EXCUSE ME דאס גרעניצט זיך מיט פעגעריי און נערוון קריכעריי, און איך וועל דאס נישט דולדן!!

א קול גייט ארויס פון דא וואס זאל געהערט ווערן צו אלע אדווערטייזערס: פון מיר וועט איר קיין געלט נישט מאכן אויב איר וואגט זיך צו רופן מיין טעלעפאן!! איך וויל דאס נישט ברויכן נאכאמאל זאגן!

און יא! איך רעד אויך צו די מוסד וואס רופט ארום זיבעצן מאל א וואך מודיע זיין אז עס גייט פאר א רעגיסטראציע (פערצופאל האב איך שוין יא באצאלט שכר לימוד, מאך משוגע א צווייטן).

החותם בכאב לב
הק' גראף

רבותי, זייט מודיע דעם עולם אויב עס איז דא א וועג וויאזוי מען קען זיך ארויסדרייען פון די חברה, ווייל איך מיין אז בלאקן די טעלעפאן פאר פרייוועט נומערן העלפט נישט דערויף, זיי קומען ארויף מיט א נאמען און טעלעפאן נומער.


תוקן על ידי - גראף - 16/01/2006 18:23:46



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2006 02:07 לינק ישיר 

שלום משה

ברויכסט מיר שוין נישט ענטפערן.

עקספיריענס? וואו שאפט מען עקספיריענס צו דערשנאפן אויף יענעם'ס שריפט אויף וועלכן שיף ער רייזט דורך דעם אטלאנטיק?

לויף שנעל אדורך נאכאמאל אלע מיינע תגובות, און צייג מיר אן וואו איך האב אפילו נאר בארירט מיט א קוצו של יו"ד די טעמעס וואס דו האסט ליב צו קאכן דערין, אזש דו פארשטייסט גארנישט וויאזוי מענטשן קענען עפעס אנדערש רעדן אויסער פאליטיק?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/1/2006 23:53 לינק ישיר 

איך גלייב נישט אז היימישע געשעפטן קלינגען צו טעלעפאנען וואס זענען אויפן DO NOT CALL ליסט.

די צרה איז מיט אונזערע מוסדות וואס קענען דאס טון לויטן געזעץ, און טרייבען ממש איבער כדברי אונזער הויכגעשעצטער גראף.

איך האלט אז דאס ברענגט באמת נישט קיין רעזולטאטען, ווייל עס נעווירט באמת.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/1/2006 22:56 לינק ישיר 

גראף
איך גיי דיר נישט ענטפערן אינטער וועלכע ניק

אבער איך וויל דיר פרעגן א פראגע
אין סאטמער איז די גאנצע קהלה, יא די דיינים/רבנים/שו"מ/שוחטים/מלמדים/מגידי שיעור
פארמישט אין א פארוויקעלטע מחלוקה אן אויפהער טאג אין נאכט, וואכן שבת

אין די זעלבע איז אין כמעט יעדע אנדערע קהלה!!

קימסטע מיר פארהאלטן פארוואס איך בין ביזי מיט מחלוקות???
מיינע שיינע אידן נישט די זעלבע??

אין די גרויסער צי לייגער פיןוועלכע קהלה קימסטע אז די קענסט זאגן אז די טיסט נישט אין מחלוקות????

{לויט מיין עקספיריענס ביסטע אין די זעלבע שיף ווי מיר, נאר די ביסט א זאלי, אין איך א ארוני}



תוקן על ידי - שלום_משה - 16/01/2006 22:58:07



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/1/2006 22:45 לינק ישיר 

עס ווערט מיר גוט, דו ביסט גאר פון מיינע קאלעגע קרעטשמע זיצער??

נו, אז דו קענסט זיך יא איינהאלטן אמאל פון שרייבן פאליטיק, פארוואדזשע זאלסטו נישט קענען שרייבן נאר נייטראלע זאכען? דו מאכסט געלט פון מרבה זיין מחלוקת בישראל? דו שלאפסט רואיגער ווען די ווייסט אז דו האסט אנגעגריפן אידן?

אגב, עס גלייבט זיך מיר שווער אז דו שרייבסט אין קרעטשמע, שרייב מיר ביטע אונטער וועלכע ניק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/1/2006 22:34 לינק ישיר 

התאחדות
גם אני מצטרף

אז אויב איינער ערקלערט אז ער וויל נישט אז מען זאל קאפיען זיינע זאכן,
טאר מען עס מער נישט טיען מיט יענעמס זאכן!!

א מענטש האט בעלות אין רעכט אויף זיינע זאכן וואס ער שרייבט
צי זאגען אז ער וויל נישט אז עס זאל גיין ווייטער,אין אז מען טאר עס נישט קאפיען

אבער ביז יענער זאגט עס נישט
גייט עס אריין אין די גדר אז אלעס וואס עס ליגט אויפן אינטערנעט איז פובליק אין עולם כמנהגו נוהג אז מען קאפיט איינער פין צווייטען




תוקן על ידי - שלום_משה - 16/01/2006 22:37:22



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/1/2006 22:30 לינק ישיר 

דער פריץ מיט'ן מאשקע..
גראף, עס קען זיין אז שלום_משה איז נישט גערעכט, למעשה איז עס מעשים בכל יום, און איך מיין אז אויב די גלייכסט עס נישט, עפען אויף אן אשכול וועגען דער נושא און פארדאם עס, אבער עס איז נישט אזוי איידעל צו אטאקירען דירעקט..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/1/2006 22:21 לינק ישיר 

גם אני מצטרף לדברי ידידי התאחדות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/1/2006 22:20 לינק ישיר 

איך וועל פראבירן צי ציען די שמיעס ווי ווייט עס איז מעגליך
ווייל פין יעדע תגובה דיינע זעט מען נאכאמאל אין נאכאמאל דיין אמת'ע אינדענדעט
אין עס איז א שאד עס צי פארפאסן


אבער נעווער מיינד,
איך האב גארנישט קעגן מענטשן וואס באשטימען אז מיט איין ניק שרייב איך נישט קיין פאלטיק אין מחלוקות
אין זיך אהער שטעלן כאילו זיי זענענן מורא'דיג קעגן מחלוקת
אזאש אין פריוואטען לעבן גייען זיי ניטאמאל אין ביהמ"ד ווייל היינט ציטאגס אין יעדן ביהמ"ד שלאגט מען זיך

עס איז אבער א גליטש, אז ווען מיט דעם ניק וואס מען שפילט איידעל אין ארנטליכקייט
גיט מען זיך אמאל א צילאז, אזוי אז יעדער זעט אז אינטער דעם ניק
ליגט ווייטער דער זעלבער גארביטש, נאר פשוט דער דעקעל האט זיך געעפענט איז יעדער איז געוואר געווארן וואס דארט ליגט

גראף זיי מיר געזינט
אין זיך ווידער זען מיט מיין אנדערע ניק מיט דיר אין קרעטשמע אויף א פריינטליכען אופן
אבער נעקסט טיים געדענק!! די ניק "גראף" איז אויסשליסליך א איידעלע ניק
אין זע עס בעסער צי קאנטעלירען!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/1/2006 22:07 לינק ישיר 

ביודעי ומכירי קאמינא, קענענדיג אלע ניק'ס פון דעם אויבנדערמאנטן גראף, טוה איך קאמענטירן, אז קיין איינע פון זיי טוען נישט פיגורירן, אין קיין שום פאליטיקעל אשכול.

און צו דיר מיין באקאנטער הער גראף, עס קומט זיך דיר 20 פון די גרינע מענטשעלע מיט די הענט ארויף, אויף דיין קלארע ערקלערונג, איבער די אלע טינופות, וואס קאכט זיך ליידער ארום בין אנש.
אלע מעמבער'ס אין דעם אזוי באליבטן פארום חדשות אנש, וועמען איך קען בפרטיות, זענען אויף די זעלבע מיינונג, און איך קלער אז נאך פיל אנדערע אויך, ווי מ'קען דאס זיין אויף פילע מעמבערס וואס זענען אויפגעשטאנען דוקא נאך וואס דער ארנטליכער מנהל כבוד הרב ג'יבוי, האט מיט זיין שכל הישר אויסגעליידיגט דעם פארום פון סיי וואספארא שמוץ און גרויל, וואס איז פריער געווען געפאסטעט אין דעם דאזיגען פארום, און האט ארויפגעברענגט, עקל און אפשיי פון יעדן רעכטדענקענדיגער מענטש.

אשר על כן טוה איך מיר צושטעלן צו די בקשה פון גראף, ביטע נישט נאכקאפירן קיין שום זאך וואס ווערט ארויפגעברענגט אין דעם פארום, צו סיי וואס פארא פארום וואס גרעניצט זיך מיט די ערגסטע מיני מחלוקת וואס מיר האבן זיך דערלעבט היינט אין אונזערע צייטן.

תוקן על ידי - התאחדות - 16/01/2006 22:12:21



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/1/2006 21:41 לינק ישיר 

שלום משה

עס זענען דא דא זייער אסאך ניקס וואס קענען אלע מיינע ניקס, איך גיי זיי נישט אויספראקן דא ברבים, אבער סהדי במרומים (JEWBOY און נאך צענדליגער קענען מעיד זיין) אז קיינער פון מיינע ניקס שרייבט נישט אין קיינע פון די "צפרדע" משם יפרד והיו לארבעה רשעים פורומים וואס זענען אויפגעקומען ווי פארדארבענע שוואמלעך נאך א רעגן ווען אונזער חשוב'ער מנהל הרב דזשובוי האט גענומען דעם דראסטישן און דראמאטישן שריט אין די ריכטיגע ריכטונג און מיט דעם פארשטויסן דיר מיט דיינע קאלעגעס און קאנטער קאלעגעס (ביי מיר אויפן צינג איז בכלל נישט רגיל די א' ווארט און די ז' ווארט ברוך השם) לעזאזל!

גייט אייך פון דאנעט, מיר וויינען נישט קיין מינוט נאך אייך, מיר וועלן אי"ה ווייטער אנגיין אן אייך אויך! שוין לאנג וואס מיר ווארטן אז "חדשות אנ"ש" זאל זיך אביסל דערהייבן און לויז ווערן פון אייער געמויזעכץ!

איין קליינע עצה טובה וועל איך זיך ערלויבן דיר מיטצוטיילן: ווען דו גייסט ארויס פון דא, געב אכט אז די טיהר זאל זיך נישט פארהאקן אויף דיין וויידל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/1/2006 20:54 לינק ישיר 

גראף
עס ווערט מיר נאך מער שווער פארוואס די נעמסט נישט קיין שטעלונג אין איינע פין די פורום'ס
{ד"א כ'האב קיינמאל נישט געשריבען אז די נעמסט, נאר זעט אויס אז עפעס ווילסט פארדעקען}

ווייל פין דיינע לעצטע צוויי תגובות קיקסטע אויס דייקא א זייער היציגער פארשוין וואס איז זייער וויליג יענעם צי אטעקירן אין אנדרייען א איבערקערנישש אויף זאכן וואס איז מעשים בכל יום אין עס איז זייער נערמאל ביי די נערמאלע ארענטליכע מענטשן דא
גאנצע שטיקער ווערן גע'קאפיט פין פורום בח"ח אהער
אין גאנצע שטיקער איז דא אין קרעטשמע פין דא
ממילא נישט דיין ארענטליכקייט איז עפעס וואס שפילט ביי דיר א ראלע

נאר וואס דען, לייענדיג דיין לעצטע שטיקעל אין דיין לעצטע תגובה ווערט אלעס קלאר,
די האסט מורא אז מען אויפבויען עפעס א פורום דורוך דיינע תגובות
כאילו איינער דארף דא אנקימען צי דיר,
יא יענע פורום בליט ב"ה אן אזעלכע ארענטליכע מענטשן ווי דיר

נ.ב. איך קען באשטיין צי וויסן דיין אנדערע ניק, ווייל זענעדיג דיין כעס אויסבראך אז מען האט גע'קאפיט דיין תגובה צי כל העולם כילו
פארשטיי איך אז די האסט עפעס גאר שטארק קעגן דעם פורום
וויל איך וויסן וועלכע ניק די ניצט אין חדשות סאטמער




תוקן על ידי - שלום_משה - 16/01/2006 21:01:59



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/1/2006 20:42 לינק ישיר 

גראף איינס און נאכאיינס




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/1/2006 20:31 לינק ישיר 

איך ווייס נישט אויב דורך זיך איינשרייבן אינעם DO NOT CALL ליסטע ווערט מען פטור פון די סארט "מלוה מלכה" רופענישן וכדומה, דאס איז דאך א NON PROFIT ORGANIZATION.

א ווארט צו דיר מיין טייערער חבר שלום משה:

איך בין ב"ה נישט בלינד, און האס איז ביי מיר א משפחה נאמען, איך ווייס נישט וואו אין די וועלט אדער אונטערוועלט דו האסט איינגעזען אז איך נעם א שטעלונג אין דיינע טינופת, זוך נאך מיין ניק און אויב געפונסטו איר ביי איינע פון די נייע "צפרדע" פורומים וואס האבן אויפגעשפרינגן ווי נאר חדשות אנ"ש איז דערקלערט געווארן מחלוקה פריי, דאן באקומסטו פון מיר א מיליאן טאלער! (געספאנסערט דורך: בלא בלא בלא).

עס קען זיין אז דו ביסט גערעכט, דער עמא דבר פון היידפארק איז אז מען קאפיעט און מען שרייבט "קרעדיט פאר בלא בלא", אבער למעשה ווען דו וואלסט מיר אנגעפרעגט אויב איך בין גרייט מען זאל נעמען מיינע ווערטער און ארויפלייגן אויף א פורום וואס איז אין רוח חכמים ונבונים נוחה הימנו (צוליב דעם וואס איר מאטיוו און רוקנביין איז רוקן שטעכעריי, און איך רעד נישט דוקא פון כל העולם כולו, איך רעד אפילו פון די אנדערע וכל שום וחניכא דאית להו), וואלט איך בשום אופן נישט מסכים געווען.

עס קען זיין אז מיין אויפברויז נעמט זיך פון מיין ארנטליכקייט, איך האב נאך קיינמאל גענומען דיינס אן ארטיקל, אדער אפילו אן ארטיקל פון א נארמאלע היידפארק שרייבער און דאס אריבערגעלייגט אין קרעטשמע צום ביישפיל, הגם איך גלייך זייער די קרעטשמע, אבער אן יענעם'ס רשות טוה איך גארנישט, יענעם'ס רייד און שריפט געהערן צו אים, נישט צו מיר. איך קען נישט בויען מיין פורום מיט יענעם'ס רייד אן זיין צושטימונג.

קרעדיט פאר: גראף



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/1/2006 19:38 לינק ישיר 

בעטלאהן

יא, אבער מיר זענענן אידן, אין מיר האבן נישט די היתר צי מסר'ן

אין דאס איז די פראבלעם, ווייל זיי ווייסן דערפין אין זיי ניצען עס אויס!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/1/2006 19:35 לינק ישיר 

לכאורה אז מען רעגיסטרירט זיך אויך דעם Do Not Call ליסטע קען מען פטור ווערן פון דעם פראבלעם.

עס איז דא געלט שטראפן פאר קאמפאניס וואס רופען מענטשן וואס ווילן נישט אזעלכע קאללס און זייער נומבער איז ליסטעד אויף "דא נאט קאלל"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > האק מיר נישט אין קאפ אריין!!!!!!!!!!!!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext