בית פורומים כל העולם כולו

בג"ץ פאררעטער: פאלארד נישט מדינה שפיאן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/1/2006 06:09 לינק ישיר 
בג"ץ פאררעטער: פאלארד נישט מדינה שפיאן

די פארשאלטענע בג"ץ האט געמאלדן אז זיי זענען נישט גרייט צו אנערקענען אז פאלארד ליידט וועגן די מדינה. איי ער זיצט וועגן זייערט וועגן? זאל ער זיך שטעלן אויפן קאפ. ווי לאנג ער איז נישט קיין אראבער אדער א שונא הדת זאל ער זיצן אין תפיסה, איין דתי ווייניגער.

http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-3201011,00.html



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/1/2006 16:53 לינק ישיר 

איך בין נישט זיכער אויב עס איז א "קללה" פאר די מדינה, פיזור לרשעים נאה להם ונאה לעולם.

אדרבא, זאלן זיי זיך זעלבסט באגראבן אלס טיפער, דאס קענען זיי זיין זיכער אז קיין שפיאנען אין אמעריקע וועלן זיי אזוי שנעל שוין נישט האבן...

און זאל דאס דינען אלס גוטע לעקציע אז א איד אן קיין תורה איז ניטאמאל קיין מענטש, און ווי אזוי עס קוקן אויס די פאן-טרעגער פון "צדק" און "יושר".



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/1/2006 18:18 לינק ישיר 

בא ללמד, איך האב געזאגט אז ס'איז א קללה פאר די עקזיסטענץ פון די מדינה, נישט פאר די וועלט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/1/2006 16:22 לינק ישיר 

איך וואלט געוואלט פארשלאגן אז מען זאל דא מאכן א דעבאטע וועגן פאלארד

נישט איבער ווי פרום [ער איז היינט ערליך] נישט צו ער איז געווען א שפיאן [ער איז געווען] נישט צו ער האט שפיאנירט פאר מדינת ישראל [ער האט] נאר צו זיין טערמין איז טאקע אזויפיל הארבער ווי אנדערע בדומה לו

פון איין זייט, איז יעדעס מאל ווען א פרעזידענט א דעמאקראט אדער א רעפליקאנער הייבט נאר אן צו טראכטן פון אים פארדאנירן, קומען די רעגירונג צולויפן און רוימען אריין אין אויער עפעס געהיימע קאודס, און עס ענדיגט זיך אפ ביי דעם

פון די צווייטע זייט, ליינענדיג די אלע ארטאדאקסישע/אגודיסטישע/ציוניסטישע צייטונגען ברענגן זיי אלץ אראפ פארוואס אנדערע ערגער אדער די זעלבע פון אים האבן באקומען פיל קלענערע טערמינען, און זיי באזירן דאס אויף פאקטן מיט נעמען פון שפיאנען, ווען און וואס מען האט זיי אנגעקלאגט, און וויפיל יארן מען האט זיי געאורטיילט און וויפיל זיי זענען פאקטיש געזיצן, און לויט דעם זעהט טאקע אויס, אז אמעריקא האט עפעס א ספעציעלער חשבון מיט אים

איין מאל האב איך געהערט א אינטערסאנטער הסבר, אז אלע אנדערע שפיאנען זענען פון לענדער וואס אמעריקא שפיאנירט קעגן זיי, און ווי נישט , מאכט מען אלץ אויסטוישונגען פון ביידע לענדער, און נאכמער, אמעריקא ווייסט אז אויב גייען זיי בכל חומר הדין, וועלן זייערע שפיאנען באקומען די זעלבע אין די לענדער ווי זיי שפיאנירן

אבער אין מדינת ישראל האט אמעריקא נישט קיין שפיאנען [אגודיסטען ווערט נישט גערעגט אויף מיר] און ממילא איז נישטא קיין אויסטוישונגען און פרובירן צו געפעלן




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בג"ץ פאררעטער: פאלארד נישט מדינה שפיאן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext