ערגעץ האב איך אמאל געליינט אז א ליטוואק און א חסיד האבן זיך געטענה'ט איבער אברהם אבינו.
דער ליטוואק פרעגט דעם חסיד: "און דו קלערסט טאקע אז אברהם אבינו איז שבת געגאנגען אין א שטריימל און א ווייסע זשופיצע ?".
ענטפערט אים דער חסיד: "איך ווייס נישט אויב ער איז אזוי געגאנגען, איין זאך ווייס איך יא, קיין פראק מיט א קנייטש הוט איז ער זיכער נישט געגאנגען"...
|
|