די סעמפל איז טאקע אן מיקס אבער עכ"ז קען מען באקומען א היפשער מושג וועגן דעם ניגון, לדעתי איז די ניגון זייער געלונגען, לעבעדיג און פריש און די ווערטער זענען אויך גיט צאמגעשטעלט (היינט גייט עס שוין נישט סתם אזוי בלויז מיטן טרוקענעם פסוק מדארף אריין רוקן אביסל אייגענע געדאנקען, חיזוק אויף אידיש וכו', אנדערש איז שוין נישט אינטערעסאנט) אז סאיז געשמאק צו הערן
די מוזיק איז אויך זייער גיט, סאיז געהעריג נאכגעמאכט מונה ממש מיט יעדע דריי און אינסטרומענט, נאר קאליש (מונהס תלמיד) פרובירט דאס צו מאכן נאך מער ווילד וואס כהאלט אז סשטימט נישט ביי א חסידישען זינגער, לעבעדיג מיט אביסל ווילדע שטיק (אזויווי ירמי' דמן פלעגט האבן) איז איין זאך, אבער אנהייבן מיט א 123 אזויווי מרדכיס תמחה (תמיד בשמחה) איז שוין עקסטרעם, קאור איז איינס פון קאלישס שטארקייטן ער האט זיך אן אייגענע מהלך (צומאל בעסער ווי מונה) און סאיז טאקע זייער פראפעשענל צאמגעשטעלט
מיטן זינגען איז אזוי, פליגמאן האט א געוויסע אייגנארטיג קול וואס איז נישט אזויווי רוב אנדערע זינגערס און ספארמאגט אפילו אביסל פרישקייט, די פראבלעם איז נאר אז ער דארף טרעפן א וועג וויאזוי דאס ארויסצוברענגן אויף אן אופן אז סזאל טאקע זיין א חידוש, אויסהערנדיג דעם ניגון בין איך מסופק צו ער האט דעם ריכטיגען צוגאנג אדער פראדוצירער וואס זאל אים דירעקטן און פארשטיין צו וואס ער איז די בעסטע פאסיג, מערסטנס שטיקלעך איז ער פארשלאפן און ער הארגעט אוועק די שטארקייט פונעם ניגון
מקען טאקע נישט געהעריג דן זיין פון הערן איין ניגון וואס איז האלב רוי, אבער דוקא די ניגון מוזיק און קאור הערן זיך גאנץ געשמאק, די זינגען דארף ערנסטע שינוים לטובה, לאמיר האפן אז מוועט אריין לייגן גענוג ארבעט אינעם זינגערס חלק כדי די גאנצע טעיפ זאל זיין א סוקסעס ווען סקומט ארויס, נישט אז סזאל נעלם ווערן צוזאמען מיט אלע אנדערע אויפגעקומענע שטערנס וואס זענען ארויס געקומען די לעצטע פאר יאר און זענען פארשווינדען געווארן אזוי שנעל ווי זיי האבן אויפגעבליצט
 |
|
|