היינט ביי די נאכט האט זיך עס געפענט ס'האט דארט געדאווענט און געלערנט אריבער 70 מתפללים די בהמ"ד איז נעבען די נייע בהמ"ד חמדת ישראל
ווייסט איינער מער?
נשלח ב-5/2/2006 04:38
לויט ווי איך הער יעצט האט מען נאר געדאווענט דארט צופרי
און ס'האט דארט געדאווענט א שיינער עולם
נשלח ב-3/2/2006 01:33
יא, די וואך שבת פרשת בא גייט מען שוין בשעטומ"צ שוין דאווענען אינעם נייעם בית המדרש, וואס עס איז בידערווייל אין איינע פין די זייטיגע שטיבלעך, צוליב דעם וואס מ'האלט נאך אינמיטען בויען די געהעריגע גרויסע ביהמ"ד.
אויך וועט פארקומען א גרויסען קידוש דארט, וואס איינע פין די חשובע מתפללים מו"ה משה דוד וויינגארטען נ"י ב"ר יצחק פין וויליאמסבורג, האט געבוירען צווילינג מיידלעך.
סימן טוב ומזל טוב יהא לנו גדול יה' כבוד הבית
נשלח ב-2/2/2006 22:43
די אהרונים גייען דארט אויפנעמען א רב?
נשלח ב-2/2/2006 21:44
איך הער אז די וואך גייט מען אי"ה שוין דאווענן דארט. און עס וועט זיין א גרויסע קידיש נאכן דאווענען
ווייסט איינער מער?
נשלח ב-27/1/2006 19:30
ניין די שבת גייט מען נאך נישט דארט דאווענען מען האפט אויף נעקסטע שבת אי"ה
עס איז אויף 13 monsey blv
נשלח ב-27/1/2006 19:10
גייט מען דאווענען די וואך דארט צי אלע פארען אויף ווילאמסבורג צים שבת התוועדות?
נשלח ב-27/1/2006 18:16
ווי איז די ביהמ"ד????
כ'האב עס געזיכט כ'האב עס געוואלט גיין באזיכען
ביטע געבן א אדרעס אין דירעקשענס, ווי אזוי מען קימט דארט אן פין ביהמ"ד "חמדת ישראל" {סאטמער}
תוקן על ידי - כל_העולם - 27/01/2006 18:33:41
נשלח ב-27/1/2006 09:47
מען גייט שוין דאווענען אין ביידע דעם שבת?
נשלח ב-24/1/2006 03:46
איך האב היינט גהערט אז ביז דער ווייל איז נאר איין בילדינג אויפן און נאר פאר מנחה מעריב און פאר לענען און עפשר שבת מען האפט שנעל צו ענדיגען איבער בויען די אנדערע בילדינג און זיך גהעריג אריין גיין
נשלח ב-24/1/2006 03:42
באקומן און אישי פון תושבמאנסי
ווי איז די בית המדרש? מען זעט עס פין אינדרויסן אדער איז עס א אינעווייניגע פליגל?
פליז לייג עס ארויף אין די אשכול פין "ארוינים עפענן נייע ביהמ"ד און מאנסי "
א דאנק
נשלח ב-24/1/2006 00:44
לולא די וועסט זיין ספרייזט,
די מוסדות וועלן מיר נאך האבן
נשלח ב-24/1/2006 00:38
זעט אויס אז מאנסי איז די איינציגסטע פלאץ וואו די אהרונים האבן א טראפ שכל, זיי פעיסן די פעקט און טראגן זיך אפ.
זאלן זיי זיך גיין געזונטערהייט, און טאקע ווי שנעלער.
ווער עס איז נישט געווען ביי די חנוכת הבית פון די סאטמארע שול אין מאנסי, לא ראה שמחה מימיו !
נשלח ב-23/1/2006 20:09
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!
נשלח ב-23/1/2006 17:39
הודו לד' כי טוב, ענדליך וועט סאטמאר האבן אן אייגענעם ביהמ"ד רחבת ידים וואו מען וועט קענען אינאיינעם פארברענגען בשבת אחים גם יחד בתורה ותפלה, און עס וועט קומען צו אן ענדע די מסירות, מלשינות, טעראר און השמצה וואס איז אומדערפאלגרייך אנגעפירט געווארן דורך דעם רב דקהל "חמדת ישראל" און זיינע שווענץ אין די לעצטע חדשים, מיט די אקטיווע הילף פון זיין באליבטן שוואגער תלמידו הנאמן פון מרן זשיגאן זי"ע, דער אלעמען-באקאנטער בעל "נועם המדות" ונשיא "הנהגת התורה" און זיינע טעראריסטן.