אינמיטען זומער - ווען עס איז געהאנגען אין ראדני ביהמ"ד גרויסע פלאקאטען קעגן קרית יואל'ער רב מיט די ווערטער הר' אהרן, און פלאקאטען אז עס גייט זיין א פראטעסט קעגו איבער זיין הויז -, האב איך געפרעגט א אינגערמאן -איך בעט דיך, איז דאס נישט איבערגעטריבען די גבולות? ענפערט ער מיר - וואס הייסט ער גייט אין קארט.
דער פראטעסט האט זיך נישט אויסגעארבעט ווי עס קוקט אויס וועגן טעכנישע סיבות, וועגן מורא פאר א דורכפאל פונעם השתתפות הציבור, אדער וועגן א פערמיט. אבער נישט מתוך הכרה פון די אנדרייער אז עס וועט ברענגען צו א הירוס הדת, החינוך, און די גאנצע ציוויליזאציע.
אפשר קען איינער ענטפערן וואס וואלט געווען נאך אזא פראטעסט?
מארגען מאכען די ארונים א פראטעסט ביי ר' זלמן לייב'ס שטוב, איבערמארגען די זאלונים ביי ר' געציל בערקאוויטש שליט"א, און א טאג דערויף די ארונים ביי דעם דיין ר' ישראל חיים מנשה פרידמאן שליט"א, און פארטיג. פון דעם טאג און וויטער ווען א דיין וועט זאגען עפעס וואס כאטש וואסא גרופע וועט נישט שמעקן וועט מען פראטעסטירען.
ותורה מה תהא עליה?
אבער אזוי קוקט אויס א חינוך וואס שמעקט און איז מתגעגע פאר נצחון. אהן קיין ברייטערע בליק וואס א עפעקט דאס וועט האבען אויפן גאנצען כלל. און אזוי קוקט אויס א חינוך וואס ראדיקאלען האבען זיך אויף דעם משתלט געווען, און זיך איינגעפלאנצט דערין שטארקע ווארצלען, אהן האבען א פינטעלע אחריות אויפען אייבישטער'ס נחלה.
 |
|
|