הרב קאפעלמאן שליט"א איז געווען באזוכען ביי אליעזר קעסטנבוים אין מען האט אים געבעטן ער זאל גיין מחזק זיין ר' זלמן אין ער האט נישט געוואלט , זענען די זאלי חכמים געגאנגען צי זיין דרייווער אין אים געהייסען אדורך פארען ווילסאן אין ר' זלמן האט אנגעגרייט זיין הויז אין געווארט אינדעראויסען וכך הוא הרב קאפעלמאנס קאר איז דורך געפארען אין דער דרייוער האט זיך אפגעשטעלט אין ר' זלמן מיט ליפא קרויס אין ש.ש. פריעדמאן אין יוסף י. לאנדא אין שלמה י. מאשקאוויטש אין ר' זלמנס בנימלעך אין נאך אפאר לוזערס זענען געשטאנען דארט אין געווען זיכער אז הרב קאפעלמאן וועט אריינקומען אין דעם געגרייטען הויז די לעקטער האבן געשיינט אין ר' זלמן האט שוין ארויסגענומען א חומש מיט עפעס א גמרא , אין הרב קאפעלמאן האט געעפנט דעם פענסטער אין געזאגט פאר ר' זלמן אין פנים איך האלטדיר נישט ביים באזוכען אין איך ווייס נישט פארוואס מען האט מיך דא געברענגט אין אויף וואס איר ווארט אנטשילדיגט האטס מיר א גיטען טאג , דער קלימאקס פין דעם מסיבה איז געווען ווי מאשקאוויטש האט געגעבן א שריי פאר ר' זלמן "א גיטען מועד" .........
נשלח ב-27/1/2006 02:07
הרב קאפעלמאן איז געזעסן אין קאר און געווארט פינעף מינוט.
נשלח ב-26/1/2006 23:29
הא... הא... הא...
איך האב שוין לאנג נשיט אזוי געלאכט ליינענדיג ראדני 152 תגובה, אזוי פיל שטותים אין איין תגובה.
גראדע לויט דיינע שטותים וויאזוי איז ר' זלמן לייב געווען אזא מחוצף פאר הרב קאפעלמאן נאכדעם וואס ער האט זיך געבטען און געבעטן צו אים מיט תחנונים וווינענדיג אז ער זאל אים אויפנעמען האט ער אים בשום אין אופן נישט געלאזט, און דערנאך ווען הרב קאפעלמאן איז אנגעקומען צו אים אהיים האט אים ר' זלמן לייב נישט געלאזט ארויסקומען פון קאר, און ער האט אים אריינגעפישט צוריקאין קאר און פארקלאפט אויף אים די טיר, פאר די חוצפה פון אים נישט פאלגן...
אזא פנים טראגן דיינע מעשות.
אבער איך האב שוין הנאה אז ענדליך זענט עטץ מודה אז הרב קאפעלמאן איז נישט געווען ביי ר' זלמן לייב אין שטוב, אנהייב וואך האט עטץ צוגעזאגט פיקטעשערס דערפון.
(איך בין נישט מקנא הרב קאפעלמאן שליט"א וואס ר' אהרן טייטלבוים ווע אים דערלאנגען דערפאר...).
תוקן על ידי - ראדני152 - 26/01/2006 22:33:46
נשלח ב-26/1/2006 22:26
דא האט איר די עכטע מעשה פון ווילי_יונג
איך שרייב נישט אלץ אן ענטפער צו די ליגענט וואס די ארוינים פארקויפן ווייל אין הזמן סובל צו קענען אפענטפערן זייערע שקרים וואס איז כל יום מרובה מחברתה. איך שרייב פאר די סאטמארע יודן זאלן וויסן וואס איז געווען.
דער באגלייטער פין הרב קאפעלמאן שליט"א האט אנגערופן צום רב אין שטוב אז דער ראש ישיבה וויל זיך קומען געזעגענען פאר ער פארט אוועק פין שטאט, ער איז געווען אויפן וועג צו מאנסי אין פין דארט אהיים.
האט דער רב שליט"א געזאגט אז בשום אופן זאל ער זיך נישט מטריח זיין, אויב וויל ער קען דער רב אריבערגיין צום ראש ישיבה זיך געזעגענען, דער באגלייטער האט געפרעגט דעם ראש ישיבה און דער ר"י האט געזאגט אז ניין, ער וויל זיך גיין געזעגענען ביים רב, האט דער רב שליט"א ברוב ענותנותו אין למען כבוד התורה געהייסן זיינע שטוב מענטשן שטיין אינדרויסן אין עם זאגען ווען דער ראש ישיבה קומט אן. ווי נאר די קאר איז אנגעקומען איז דער רב שליט"א ארויסגעקומען אין האט געבעטן אז דער ראש ישיבה זאל נישט ארויס פין קאר, ער האט עם געזאגט אז רצונו של אדם זה כבודו אויב וויל דער ראש ישיבה מיך מהנה זיין זאלט איר וויסן אז עס איז מיר א כבוד נישט מטריח צו זיין דעם ר"י, בדרך צחות האט עם דער רב געזאגט אז עס וועט עם זיין א בזיון ווייל ער האט נישט אנגעגרייט קיין פירות אויפן טיש, דער ראש ישיבה האט געשמייכלט ווי איינער זאגט ניצחתני!
אין דער איד זעהט מען טאקע די פיקטשער ווי ר' זלמן לייב טרעפט זיך מיט הרב קאפעלמאן אויף די גאס אין א קאר פראנט פון זיין הויז, מען זעהט אז דארט איז גייט עפעס פאר.
ר' זלמן לייב האט אויך פארגעסן אנטאן זיין פעלץ, עס איז געווען קאלט פאר אים, ווען הרב קאפעלמאן האט אים אזוי "קאלט" אויפגענומען.
דער איד שרייבט אז אויפען וועג ארויס פון שטאט האט ער אעים באזיכט...
וועגן דעם איז ער נישט אריינגעקומען צו אים....
זעהט אויס אז פון אליעזר קעסטענבוים האטל ער מער ווי פון ר' זלמן לייב.
תוקן על ידי - כל_העולם - 26/01/2006 21:26:03
נשלח ב-26/1/2006 19:51
מענטשען זענען דארט געשטאנען.
It's just to bad!!
נשלח ב-26/1/2006 17:45
די מעשה דארף נאך זיין אמת..
נשלח ב-26/1/2006 17:19
אליך זעקו.... בך בטחו ולא בושו
נשלח ב-26/1/2006 09:01
די זאליס זאגן אז איז געווען ביטערע בושות וואס זאלן מיר זאגן ....
נשלח ב-25/1/2006 21:49
אין דער איד גייט ארויסקומען א ביטערע מחאה קעגן דעם שייגעץ הרב קאפעלמאן.
אויך גייט מילעך שטערן אנהייבן א סעריע ארטיקלען:
חזור בך ! מיסטער קאפעלמאן חזור בך !
תוקן על ידי - כל_העולם - 26/01/2006 9:18:53
נשלח ב-25/1/2006 21:35
רב קאפלמאן איז געווען נעכטן ביי ר' אליעזר קעסטנבוים'ס הויז פאר א באזוך. דערנאך האט זיך אנגעהויבען א געפעכט צווישען ר' זלמן'ס מענטשען- וואס האבען געוואלט אז ער זאל באזוכען ביי ר' זלמן לייב שליט"א - און רב קאפעלמאן'ס זוהן ר' משה; ר"מ בישיבה לוגאנו - וואס האט געהאלטען אז ער דארף אהיןנישט גיין.
די פשרה איז געווען אז ער וועט קומען צו זיין הויז אינטען זיך געזעגענען. עס פעלט נאך דאט'ס צו די מעשה, אבער דאס איז וואס מען האט געזעהן.
ווען דער קאר איז אנגעקומען צום הויז האט מען געווארט איבער פינעף מינוט אויף ר' זלמן, האט ר' משה פארשטאנען אז מען וויל זיין אלטען טאטען ארויפשלעפן צו ר' זלמן'ס שטוב - כדי ס'זאל זיין א פיקטשער אין דער איד -. ער איז געווארען רויט פאר כעס, און אנגעהויבען ארויפלויפען די שטיגען. איינער פון די שטוב מענטשען האבען אים געפרעגט: ווער ביזטו? האט ער געזאגט משה קאפלמאן.
ר' זלמן איז געזעצן אינדערהיים זייט זייגער איינס, די טיש איז שוין געווען געדקט, די פריצים אויסגעזעצט על הסדר, די טאץ רויטע טרויבען האבען געגלאנצט, און די פאטאגראפירער זענען שוין געשטאנען אויף די בענקלעך.
אזויווי ר' זלמן האט דערהערט אז ר' משה איז שוין ביים צוויטען שטאק און פארשטאנען אז עס ווארט אים א סילוק, האט ער געכאפט דעם טילוף און אראפגעלאפען דורך די אינעוויניגסטע טרעפ.
ר' משה איז אראפגעלאפען און געפרעגט ר' זלמן לנוכח כל השומעים: היתכן? מען האט געבעטן דער ראש הישיבה זאל קומען - וואס האלט מען נישט וואס מען האט אפגעשמועסט? האט דער רב געענטפערט: איך האב נישט גערופען. איך פארשטיי אז מען איז מיר גארנישט שולדיג אבער איך האב נישט גערופען.
נאכדעם האבען די זאלונים א עפן געגעבן דעם טיר פונעם קאר פונעם ראש הישיבה, און ער איז ארויסגעקומען. די טאץ פירות מיט די פאטאגרעפער זענען שוין געשטאנען גרייט אויבן. למעשה, איז ער נישט ארויף אין שטוב, נאר גערעדט מיט ר' זלמן אויף די גאס.
ר' זלמן האט נאכדעם געזאגט אין די גאס פאר אלא נוכחים אז דער ראש הישיבה האט אים געזאגט: וואס זאל איך טוהן, איך בין אין געפענגעניש.
ביים אוועקפארען האט איינע פון ר' זלמן'ס הויז מענטשען אריינגעשריגען אין די קאר פאר'ן זוהן ביסט א חצוף ומחוצף.
אפילו אויב האט ר' זלמן טאקע נישט געוואוסט אז ער קומט נישט ארויף. פארוואס האט ער אים נישט אפגעווארט אינטען ווי עס פאסט פאר א גדול עלטער ווי אים זעכציג יאר? ווער איז דער חצוף? און ווער דער מחוצף?