|
|
| נשלח ב-2/2/2006 22:46 |
|
| |
עס איז בכלל היפש א שוואכע ארבעט, די זאליס האבן אסאך בעסער געפעלשט דעם רבי'נס אונטערשריפט...
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2006 22:49 |
|
| |
דא איז די בריוו פון די רבי שליט"א אז שואל פערלשטיין איז א גנב
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2006 23:16 |
|
| |
זיי זענען גיט משוגע אריינצוגעבן די פאפיר איך טראכט שוין אז זיי זענען טיף אין דער ערד מיט ראזענוואסער אויך!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2006 01:00 |
|
| |
עס איז זייער פשוט און עס איז א גוטער וועג, ווייל דאס מיינט אז וואספארא פאלטשע בריוו (צו אמת'ע בריוו) פון רבין די זאליס וועלן ברענגען, וועלן די אהרונים תיכף האבן פון רבין פארקערט.
ווי אזוי?
די בריוו האט געשריבען
דער זעלבער רבי...
מיט די זעלבער הענט...
מיט די זעלבער פעדער... מיט די זעלבער קלארן דעת...
מיט די זעלבער חתימת קדשו...
ווי אלע בריוון וואס משה גבאי האט כסדר ארויסגעבען פון רבין די לעצטע 6 יאר.
נאר איין חילוק איז דא
אז די בריוו איז נישט געווען געדריקט אין דער איד "אויך"....
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2006 01:15 |
|
| |
די ביסט אבער מודה אז ס'איז פאלטש
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2006 01:41 |
|
| |
להוי ידוע
דער בריוו האט נישט קיין אנדערער ווי דער אויסווארף פר"מ פארשפרייט בשעתו ווען ער האט געהאט רייבערייען מיט פערלשטיין. (דער מענטש האט זיך שוין צוקריגט מיט די גאנצע וועלט AT ONE POINT OR ANOTHER)
די אלע סארט קריאזע בריוון פון סאטמארע רבי שליט"א, אויב עס איז געפעלשט, האט עס נאר דער פרא אדם געפעלשט אויפן נאטאריעס פעיסטינג באורד אין "דער איד" אפיס.
נאר דער מושחת קען דיר זאגן צו ער האט עס געפעלשט צו נישט.
דאס איז די איינציגע פוינט מיט דעם בריוו.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2006 03:34 |
|
| |
קושקע.
אפשר דערציילסטו עפעס מער וועגן די רייבערייען צווישן פערלשטיין און פריעדמאן ? ווען איז דאס געווען ? צוליב וואספארא סכסוך ?
לדעתי האט דער בריוו טאקע נאר דעם דאזיגן אויבנדערמאנטן ציל, ארויסצוברענגען אז אויב פעלשן בריוו קען יעדער איינער פעלשן בריוו, און אויב האט פריעדמאן [...] געקענט איינמאל פעלשן קען ער יעצט נאכאמאל פעלשן.
די אפשאצונג אז די אהרונים ווילן ווייזן אז דער רבי איז נישט בעה"ב, איז שרעקעדיג נאריש, באראש האט קלאר גע'פסק'עט אז דער רבי איז יא בעה"ב, ראזענוואסער קען דאס נישט איבערדרייען אפילו אויב ער וויל. דעם פאפיר האט מען געגעבן פאר ראזענוואסער, נישט פאר דעם אפעלאט געריכט.
עס איז אויך נישט מסתבר אז די אהרונים ווילן דערמיט ארויסזען שאול פערלשטיין פון קהל, ווייל וואס וועלן זיי האבן אויב מען רוקט ארויס פערלשטיין ?! וועט זיין דוד לייבוש יאקאבאוויטש, אדער אן אנדערער פערד.
מיר איז די מערסטע עולה על הדעת אז די אהרונים ווארטן אז די זאליס זאלן אויפטאנצן אז דער בריוו איז פאלש, וואס עס איז פארגעזען אז זיי וועלן טאקע אזוי טון ביי די ערשטע געלעגנהייט, און אזוי ארום אונטערברענגען דעם צוטרוי צום רבי'נס געשריבענעם ווארט אין די אויגן פונעם געריכט.
חוץ איין זאך וואס איז מעגליך, אז די אהרונים האלטן אז דער אפעלאט געריכט זעט די פאפירן וואס ווערן אריינגעגעבן ביי ראזענוואסער, און דאס וועט זיי העלפן מאכן א החלטה. אבער עס איז זייער רחוק מן השכל צוזאגן אז דער אפעלאט זעט די פאפירן, ווי אויך אז יעצט קען נאך עפעס טוישן דעם באשלוס פון אפעלאט געריכט.
במילא קום איך צוריק צו מיין אפשאצונג.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2006 05:49 |
|
| |
בא ללמד שרייבט
מיר איז די מערסטע עולה על הדעת אז די אהרונים ווארטן אז די זאליס זאלן אויפטאנצן אז דער
בריוו איז פאלש, וואס עס איז פארגעזען אז זיי וועלן טאקע אזוי טון ביי די ערשטע געלעגנהייט,
און אזוי ארום אונטערברענגען דעם צוטרוי צום רבי'נס געשריבענעם ווארט אין די אויגן פונעם געריכט.
נאכמער, לויט מיין מיינונג ווילן די ארוינים אומשעדליך מאכן יעדן בריוו פון רבין וואס
איז נישט מיטן רבין' האנט שריפט, און ארגינעל, און די אהרונים האבן דאס לויט מיין מיינונג - א
אומנייטראלע אהרונישע מיינונג - גוט געמאכט, מיט עס ארויסברענגן זייטיגערהייט, מיטן ניגון אז
דער רבי שליט"א פלעגט שרייבן בריוו ווען ער האט איינעם ארויסגעווארפן, והא ראי' שאול
פערלשטיין בריוו....,, און אז עס איז נישטא קיין בריוו קעגן בערל פרידמאן, פון רבין דירעקט,
איז נישט פשט אז 'עס איז נישטא' נאר פשט איז 'אז עס איז נישט אמת, ווייל עס איז נישטא' ,
איי, וועט יעדער שרייען, די בריוו איז פאלש, ווי איז די ארגינעלע, און די אלע אנדערע טענות,
און בפרט אז עס וועט קומען פון די זאליס, וועט מען דאך מוזן מאכן א סטאנדארט, אז נאר
ארגינעלע, האנט געשריבענע בריוון זענען אמת, אם כן נפל פיתא בבירא, רוב בריוון פון משה גבאי
קען מען גראד לייגן אין מואזעאום
חוץ איין זאך וואס איז מעגליך, אז די אהרונים האלטן אז דער אפעלאט געריכט זעט די פאפירן וואס
ווערן אריינגעגעבן ביי ראזענוואסער, און דאס וועט זיי העלפן מאכן א החלטה. אבער עס איז זייער
רחוק מן השכל צוזאגן אז דער אפעלאט זעט די פאפירן, ווי אויך אז יעצט קען נאך עפעס טוישן דעם
באשלוס פון אפעלאט געריכט.
אמת, אבער לאו דוקא, ווייל אפיציעל איז נישטא א וועג וויאזוי די אפעלאט ריכטער זאלן
באקומען גראדערהייט אינפארמאציע וואס פאסירט אינדרויסן און נאכדעם וואס דער אפיעל האט זיך
אנגעהויבן, אבער דאס מיינט נישט אז זיי טארן נישט נאכפרעגן, זיי דארפן נאר האבן א סיבה,
פארוואס איז זיי איינגעפאלן זיך נאכצופרעגן און נאכצוקוקן,
און אויפדעם איז עס בטעות -אפשר נישט בטעות, ווער ווייסט - איז מעסטרא געווען איינער פון די
4 ריכטער אויף אפעלאט פון ראזענוואסער, ממילא איז די קעיס "גראדערהייט" אנגעקומען צו אים, און
ממילא איז נאר נארמאל ער זאל זיך מער אומקוקן אויף אלע פאסירונגען, טוישונגן, און
אנטוויקלונגן אין דעם קעיס , בפרט אז אויך ריכטער ספאנזינא איז געווען הושענא רבא דער אפעלאט
ריכטער פאר עמענרדשענסי סטעי'ס פאר ריכטער קרייזמאן האט אים איבערגענומען ממילא איז ער אויך
דירעקט אינפארמירט געווארן פון פרשת ראזענוואסער
אבער, עס איז נישט דוקא, עס איז לאו דוקא, און מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן
אוי וויי, ווייטער פאקטיש ווייטער פארגעסן אריינצולייגן פאקטיש דאס ווארט פאקטיש, זאל דאס
פאקטיש אריינלייגן נאך יעדע עטליכע ווערטער
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2006 19:59 |
|
| |
עס איז זייער פשוט צו פארשטיין.
משה גבאי האט געהאט א גאן וואס האט געהייסן "מכתב קודש מרבינו שליט"א" יעדן מאנטאג און דאנערשטאג פאר יעדן שייגץ שטיק האט ער באצאלט א דריקער וואס האט אים אפגעקלאפט א נוסח ווי אזוי ער האט געוואלט פלוני ופלוני איז א שגץ יענער איז א מסור דער איז א בוגד וכו'.
אדער האט ער גענומען א גרעפיק וואס האט צוזאמגעשטעלט א גאנצער מכתב "בכתב יד קדשו", אדער האט ער גענומען א אלטע חתימה פון רבין און עס ארויפגעקלעפט אן פארטיג, אדער האט ער געהיייסן דעם רבין אונטערשרייבן, א 90 יעריגער איד וואס איז איינגעשפארט מיט אזלעכע אינשי דלא מעלי שרייבט אונטער וואס אימער, אן נישטמאהל וויסן וואס דארט שטייט, ער וועט שרייבן אפילו אז זיינע קינדער זענען ממזרים וד"ל.
דאס איז אבער געקומען צו א סוף און א ענדע, מען האט דעם גאם צובראכן אויף שטיקער.
ווען משה גבאי האט מפרסם געווען א "מכתב קודש" פון רבין נאך די גרויסע חתונה פון בן כ"ק הגה"צ גאב"ד קרית יואל שליט"א, האבן די אהרונים אריינגעלייגט אין דער בלאט א מכתב "כתב יד קדשו" דעם רבינ'ס האנט שריפט ווי ער שרייבט פארקערט, זיי קענען מאכן די זעלבע וואס ער קען. משה גבאי האט געמאכט מחאות אין דער איד געשריגען און געלארמט מיט חרמות קללות וכו', זלמן לייב האט געהאלטן א דרשה און געשאלטען אז זייט אדם הראשון האט מען נאך נשיט געטאן אזא עבירה פון פעלטשען דעם רביס בריוו.
אבער וואס איז געווארן דער סוף דער גאם פון "מכתב קדוש מרבינו" איז צוהאקט געווארן, עס איז געווארן ווי אן אשר יצר פאפיר.
גענוי דאס זעלבע געשעהט יעצט אין קארט.
די זאליס שרייען כסדר אין קארט אז די רבי איז מיט זיי ווייל ער גיט "זיי" בריוון, יעצט שרייען די אהרונים אז די רבי איז מיט זיי ווייל ער גיט "זיי" בריוון.
מען וועט קענען ארויסגעבן אסאך בענדער פון "אגרות משה"...
"אגרות משה ט"ב" אדער "אגרות משה גבאי"...

 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2006 21:59 |
|
| |
ענק חלומען גוט, עטץ מיינטץ די דזשאדזש איז צודרייט? וואו איז די בריוו געווען ביז היינט? עטץ מיינטץ ענק וועלן קענען זאגן פאר די דזשאדזש אז קישקע זאגט אז משה גבאי האט עס דעמאלטץ פארשפרייט? יעדער ווייסט אז קיינער האט קיינמאל נישט געזען די בריוו. ענק קענען ברענגען א קהלס מיטינג וואו מהאט גערעדט וועגן די בריוו?! סוועט מיאוס בעקפייערן אויף ענק, אזויווי אלע ענקערע פאלשע זאכן.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2006 22:02 |
|
| |
אנטווערפענער - בעלגישער - פערד
פאקטיש זאגסטו א מיינונג
וועלן מיר זעהן וואס נאך וועט בעקפייערןן
אדער וועט בעקפייערן די פאקט אז פאר 'יוסי אליטוב' - דער שרייבער פון 'המשפחה' - האט משה
גבאי געפינען פאר וויכטיג צו אוועקגעבן א גאנצן טאג פון רבין
און פאר ריכטער ראזענוואסער, קען מען נישט געבן קיין צען מינוט
איך פארשטיי אז עס זייער פארשטענליך, דו פארשטייסט דאך אויך אוודאי אזוי, עס איז כמעט זיכער
אז פאקטיש פארשטייט ריכטער ראזענוואסער אויך אזוי
|
|
|
|
| נשלח ב-5/2/2006 04:46 |
|
| |
הייסט עס אז דו עקסעפסט אז די בריוו וועט אויך בעקפייערן?! האסט יא אביסל שכל אין קאפ. וואס דו זאגסט וועגן ראזענוואסער ביים רבין, אונז האמיר קיינמאל נישט געזאגט אז די רבי איז קראנק אדער ער וועפט ח"ו, אונז האמיר מודה געווען אז לעווינטאל איז געווען ביים רבין, אונז האמיר נאר געזאגט אז סאיז זייער מיאוס אז ראזענוואסער זאל קומען פארהערן דעם רבין זאכן וועגן די קהילה. וואס איז די באמבע פון יוסי אליטוב? לעווינטאל איז נישט אזוי חשוב ווי אליטוב? ווען ענק האבן געטענהט לעווינטאל האט ראזענוואסער זייער גוט פארשטאנען אונזער תירוץ.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/2/2006 06:13 |
|
| |
איך האב געהערט אז סאטמאר האט אריינגעגעבן פעיפערס ביי ראזענוואסער, אז די בריוו קעגן ר' שאול איז טאקע א עכטע בריוו, אבער נאכדעם האט ר' שאול זיך איבערגעבעטן מיטן רבין, און אויפגעוויזן אז אלעס איז נאר שקרים, און די רבי האט אים געהייסן צוריק אריינשטעלן אין קהל. איינער קען עס באשטעטיגן?! איך מיין אז סאיז א ברילאנטערנער ענטפער אויב יא!
|
|
|
|
| נשלח ב-9/2/2006 09:52 |
|
| |
אנטווארפענער:
עס איז אן אנגענמענע פאקט וואס איז באוויסט אין איז באזירט אויף ענקער אייגענע פאפירען וואס
עטס האטס אריינגעגעבען צי STUART DRUG STORE, אז עטס געטס דעם רבין פאר די לעצטע 8 יאר
ARICEPT
א יעדער בר שכל וויסט פארוואס מגעט די מעדעצין צי א פאציענט
במילא איז איינס פין די צוויא;
ׂ1ׂ ) אבער איז די רבי הונדערט פערסענט געזינט אין עטס פיטערטס דעם רבין מעדיצינישע סם חאטש
ער דארף דאס נישט האבען לויט ענק באשר די רבי איז הינדערט פערסענט געזינט
2)אבער זאגטס עטס ליגענט , אין די רבי איז ליידער נישט געזונט אין דערפאר געטס עטץ דעם רבין
ARICEPT
אין דעמאלטס קימט אויס אז די אלע זאכען וואס עטס האטס געשריבען בשם דעם רבין די לעצטע 7-8 יאר
אבער אינטערגעריקט בריוועלעך צים רבין אין עם באפוילען אינטערצישרייבען , איז גארנישט ווערט
,באשר די רבי איז ליידער נישט געוועהן אין א גזינט מצב אפצישאצען די בריף וואס ער ווערט
געצווינגען דארך
זיינע קינדער אין דער גבאי בן פראדעל אינטערצישרייבען ,
אין במילא זענען די אלע עינינים וואס עטס האטס מכריז געוועהן בשם דעם רבין די לעצטע 7-8 יאר
אין אלע מניות"ער וואס עטס האטס געזאגט אין געמאכט בשמו די לעצטע 7-8 זענען שקר וכזב אין
עטס האטס אויסגעפאפט אין באגאנבעט די חסידיי סאטמער מיט ענקערע פאלטשע בריווען וואס עטס האטס
מיט שקר געצווינגען דעם רבין אינערשרייבען , אין נאכגעזאגט לאנגע יארען שקר בשמו , די רבנים
אין דיינים וואס האבען נישט אינזין דעם אייגענעם אינטערעס אבער אייגענע כבוד וואלטען דארפען
וווען דאס
צי וויסען (באמת די דיינים וויסען דאס אבער מחמת נגיעת עצמיות וכו")
איך בין זיכער אז ראזענוואסער איז נישט א תינוק בן יומו אין ער פארשטייט גאנץ גיט וואס מיר
שרייבען אויבען, אין דער חוטרע בן פראדעל וחבריו לרעה פארשטייט דאס אויך גאנץ גיט
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/2/2006 15:37 |
|
| |
אנטווערפןרב איך האב נישט געהערט דערפון,און עס איז שוין נאך די דעדליין, איז מער מסתבר אז עס איז נישט אמת, אבער לאמער זאגן אויב יא, האלט איך נישט אז עס איז די בעסטע תירוץ, עס וואלט געווען בעסער ווען מען לייקענט עס, חוץ עס קען זיין אז די ליגעיל טיעם האט געהאלטן, אז די גאנצע זאך פאר וואס די ארוינים האבן געגעבן די בריוו וועגן ר' שואל איז נאר ווייל זיי האבן געוואלט אז סאטמאר זאל זאגן אז די בריוו איז פאלטש, וועט ראזענוואסער זיי אויך גלייבן אז די בריוו פון רבין ווי ער באשטעטיגט די וואלן איז אויך פאלטש, וועגן דעם האט סאטמאר געזאגט יא די בריוו איז אמת, און אזוי איז אן אינטערשריפט פון רבין א גיטע אינטערשריפט,
אויב איז די מעשה אזוי האט מען זייער גיט גענפערט,
|
|
|
|
|