| נשלח ב-29/1/2006 04:29 |
|
| |
הרב וואזנער נישט -ביי דינער ויואל משה
הרב וואזנער נישט געוועןביי דינער ויואל משה און לאנדאן הרב וואזנער האט זיך נישט באטייליגט ביים דינער פאר מוסדות ויואל משה אין קרית יואל וואס איז געווען מצ"ש און לאנדאן אפילו נאך די מוראדיגען דרוק וואס ער האט געהאט נאכען באקומען א פערזענליכע בקשה פון ר' זלמן לייב,אז מיטען זיך נישט באטייליגען ביי די מסיבה צוברעכט ער זיין כח פון מרא דאתרא
|
|
|
|
| נשלח ב-29/1/2006 21:22 |
|
| |
יעצט איז דער פאלן אז ר' משה מענדל טירנויער גייט אפשר גיין קיין לאנדאן... צו פיקסן חיים ווזאנער.
הרב טירנויער האט געזען אז ער איז ביטער דורכגעפאלן אין ירושלים ביים בית דין. אין מאנטרעאל האט ער א גרויסן ניקס. אין קרית יואל איז קיינער נישט אינטרעסירט אויף אים. ער האט דאך מתיר געווען דעם כפירה'דיגן סקול דיסטריקט
מוז ער גיין קיין לאנדאן, ווי ר' נתן יוסף מייזעלס איז אויסגעשפיגן געווארן....
מזל טוב הרב טירנויער מזל טוב
תוקן על ידי - כל_העולם - 30/01/2006 10:19:46
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2006 05:38 |
|
| |
שפיטצער אמת_זיגט און אלע סאטמאר חסידים לאכן פון דיר דא האסטו וואס אמת זיגט שרייבט די סאטמארער חסידים אין לאנדאן האבן זיך ניטאמאל געקיצלט צי הרב וואזנער קומט יא צי נישט. פאר פרעמדע רבנים האט מען געזען אז דער טעראר פון די אהרונים זאל זיי נישט באאיינפלוסן. מען האט געהערט אז שלום יצחק שעהר פרובירט מיט געוואלד צו טעראריזירן הגה"צ רבי אליעזר דוד פריעדמאן שליט"א און פארקויפט לאקשן-תורה'ס אז מען צוברעכט די ארויפגעצווינגענע קרית יואל'ע רבנות פון ר' אהרן, איז מען שנעל אריבערגעגאנגען און אים געוויזן דעם בריוו פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א דער מרא דאתרא, וואו ער אנולירט ר' אהרנ'ס גאנצע רבנישע אויטאריטעט.. מיט הרב וואזנער'ן האט מען זיך נישט צוטאן געמאכט. איך בין נישט באהאווענט אין די לאנדאנער לאקאלער פאליטיק, אבער א היימישער יונגערמאן פון לאנדאן זאגט מיר אז הרב וואזנער האט נאר זיך באגראבן, די אהרונים האבן פון אים געמאכט דאס גענאר פון די שטאט. אלע פראמינענטע רבנים אין לאנדאן האבן געוויזן אז זיי שרעקן זיך נישט פונעם אהרונישן טעראר, און הרב וואזנער האט זיך ביזדערווייל יא דערשראקן. זאגט מיר יענער יונגערמאן, אז מען ספענדט אפילו נישט קיין פינף סעקונדעס צו פאליטיזירן וואס הרב וואזנער גייט טאן נעקסטעס מאל. "זאל ער טאן וואס אים שמעקט" זאגט מיר יענער, "ווייל סאטמאר וועט אויך טאן ווייטער וואס אונז שמעקט
|
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2006 17:25 |
|
| |
ראדני שרייבט: אלע פראמינענטע רבנים אין לאנדאן האבן געוויזן
ראדני, ווי זענען אומגעקומען די צענדליגע רבנים וואס האבן באשיינט דעם אויבן אן ווען די ישיבה גדולה דקרית יואל האבן געמאכט א דינער אין לאנדאן, עס איז געווען אויסגערעכענט נעמען פון 53 רבנים ודיינים פון לאנדאן וואס האבן זיך באטייליגט, ווי אויך ביי די כולל שומרי החומות דינער ווי ר' זלמן לייב האט זיך אריין געשטופט די נאז, זענען אויך געווען איבער 50 רבנים, סא, ווי זענען זיי נעבעך אומגעקומען, איז חלילה געשען א רבנים מגיפה אין לאנדאן, זענען זיי רח"ל אומגעקומען על קידוש השם, אז איר האט נעבעך געהאט גאנצע דריי רבנים'לעך בני בלי שם, (אויסער הרב פאדווע שליט"א גאב"ד לאנדאן) וואס קיינער האט נאך זייער נאמען נישט געהערט, יא מען שרייבט צו "ועוד" אז יעדער זאל מיינען אז אויסער הרבנים הגאונים הצדיקים: הרב פעלדמאן פון תורה עץ חיים, הרב אליעזר דוד פריעדמאן רב דחסידי בעלזא הישן, הרב שלום פריעדמאן דומ"ץ לאנדאן, זענען געווען נאך רבנים,
נארישע זאלונים'לעך, אויב וואלטן דארט באשיינט נאך רבנים, וואלט איר דאך ארויסגעשריבן זייער נאמען, און נישט געשריבן "ועוד", על כן, איך האב א איידיע וויאזוי עס האט אויסגעזען ענקער, לאנדאן: מעכטיגע הצלחה מוסדות ויואל משה!!, א טאטאלער ביטערער דורעכפאל, וואס רוב רובם פון די רבני ודייני העיר לאנדאן האט ענק בויקאטירט, זיי ווילן מיט אייך קיין שייכות נישט האבן,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2006 17:36 |
|
| |
ראדני152 דריינץ האלט נישט ווי דיר דאס שרייבט ער און ח.א.ס.
DRYNITZ איך בין מוחה אויף דעם וואס "אמת זיגט" שרייבט מיט א ביליגקייט קעגען הגה"צ הרב וואזנער שליט"א. הגה"צ הרב וואזנער איז פון די שענסטע סאטמארע רבנים איבער די וועלט, ער איז א גאון וצדיק, ענוותן ושפל ברך, בעל מדות נפלאות ועוד ועוד. עס איז טאקע א שווערע פיל אראפצושלינגען אז ער האט זיך נישט באטייליגט ביים דינער, אבער פאר דעם פארליהרט ער נאך נישט זיין חשיבות און עס נעמט נישט אוועק פון זיין אמת'ן גדלות. איך פארשטיי אז ער וויל זיך נישט מישען אין די מחלוקה, און אזוי ווי למעשה איז מוסדות ויואל משה אין קרית יואל, ווי מכלומפרשט איז ר' אהרן דער מרא דאתרא האט ער זיך נישט געוואלט ארויסשטעלען אויף אונזער צד און קומען. איך שטעל מיך פאר אז ווען די מעשה זאל זיין פארקערט, אז ר' אהרן'ס מענטשען זאלען מאכען א מסיבה פאר זייער וויליאמסבורגער קהל יטב לב וואלט ער מן הסתם אויך נישט געקומען. ווען כ"ק הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א איז געווען פאראיאר אויף שבת אין לאנדאן האט הרב וואזנער אויפגעטרעטען מיט א פייערדיגע דרשה, און אנגערופען דעם רב, "דער ריכטיגער רב הדומה למלאך ה' צבאות" וכו', זעהט אויס אז דא האט ער געהאלטען אז מיטען קומען נעמט ער א צד אין די מחלוקה, און דאס האט ער נישט געוואלט. למעשה האט ער זייער ווארעם אויפגענומען די שלוחים די ראשי הקהלה דקהל ויואל משה בק"י און אנגעוואונטשען ווארעם הצלחה בכל הענינים
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2006 20:38 |
|
| |
אויך האבן די זאליס געכאפט א פליק, מיט דעם וואס הרב פאדווע שליט"א האט נישט געוואלט רעדן א דרשה, ער האט געזאגט אז ער איז געקומען צו די מסיבת פרידה און פארשפיל פונעם חתן לכבודו פון ר' בעריש בעגער ני"ו וואס מאכט חתונה די וואך, און נישט צו די סאסמאן מוסדות.
ממילא האט ער נישט געוואלט רעדן, טראץ וואס ביי יעדע קליינע מסיבה אין לאנדאן זאגט ער א דרשה.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2006 08:41 |
|
| |
מעכטיגע בילדער גענימען פון איני יהודי
1
בילד ווי דער לאנדאנער רב שליט"א זאגט דברי ברכה, וואו מען זעט אויך א חלק פונעם אויבן אן. אויף די רעכטע זייט זעט מען דעם פאלטישאנער רב שליט"א דער נואם הכבוד וועלכער איז ספעציעל געקומען פון ניו יארק.
דער לאנדאנער ראב"ד הגאון רבי שלום פריעדמאן שליט"א חדב"ן פון הגאון צדיק הרב פדוא זצ"ל.
הגאון רבי זאב פעלדמאן שליט"א רב פון קהל עץ חיים (69) אויף די צווייטע זייט זעט מען דעם ליעזשער רב שליט"א אנדערע רבנים ובתוכן הגאון רבי אליעזר דוד פריעדמאן שליט"א רב פון די בעלזא הישן קהילה זענען געווען שפעטער ווען דער
פאלטישאנער רב האט גערעדט,
2
הגאון הצדיק רבי אליעזר דוד פריעדמאן שליט"א באגריסט זיך מיט'ן פאלטישאנער רבי'ן שליט"א נאך זיין דרשה.
3
א הערליך בילד ווי דער מרא דאתרא פון לאנדאן הגאון הגדול רבי אפרים פדווא שליט"א זאגט די דברי ברכה לטובת די קרית יואל'ער מוסדות.
תוקן על ידי - ראדני152 - 31/01/2006 8:45:19
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2006 17:29 |
|
| |
ב'האב היינט גערעדט קיין לאנן צי א חבר מיינער ער זאגט מיר אז די זאליס וואלטן זיך געווינטשען ווען הרב פאדווא קימט ווען נישט
וויל ער איז געקימען האט ער פארשטייט זיך געמיזט רעדן אויך האט ער ארום גערעדט נאר פין שמחת חתן, עס איז געווען דארט עפעס א שמחה אויך םין איינער פין די בערגער'ס {שלום??} פין וועם ער באקימט כסדר געלט, האט ער געמיזט גיין
ער האט גערעדט בשבת פין דעם מחותן וכדומה ער האט נישט דערמאנט קיין ווארט פין מוסדות ויאל משה!! יעדער דארט איז געבליבען מיט אין א שאק!! אין ער האט גענדיגט זיין דרשה
דאס האב איך אליינס געהערט אין ווער עס האט משפחה דארט קען קאלן פרעגן
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2006 17:34 |
|
| |
עס איז בכלל זייער אינטערסאנט צי זען אז די זאליס האבן שוין ארויס געגעבן אלע בילדער פין יענע מסיבה,רבנים, סטעש. וכדומה
חוץ די בילדער פינעם עולם! זכט אויס אז די בילדער פינעם עולם ליגט נאך ביים דעוואלפער! מען דארף עס נאך באראבעטען!!
ביטע נישט פארגעסן צי לייגען צוויי מאל יעקעלע גליק
|
|
|
|
|