בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

URGENT CALL TO ACTION

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/1/2006 18:22 לינק ישיר 
URGENT CALL TO ACTION



URGENT CALL TO ACTION

IN VIEW OF HAMAS WINNING THE ELECTION IN A DEMOCRATIC MANNER, THE PALESTINIAN PEOPLE HAVE CLEARLY INDICATED THAT THEY SUPPORT TERRORISM AND THE DESTRUCTION OF ISRAEL. M

  IT IS THEREFORE IMPERATIVE THAT EVERYONE WHO CARES ABOUT ISRAEL AND ITS PEOPLE CONACT THE WHITE HOUSE AND URGE THE PRESIDENT TO IMMEDIATELY TERMINATE ALL FINANCIAL AID TO THE PALESTINIAN, WHICH IS NOW A RECOGNIZED TERRORIST ENTITY.
MN


PLEASE WRITE, FAX, CALL OR E-MAIL THE PRESIDENT, AS OFTEN AS POSSIBLE: M

PRESIDENT GEORGE W. BUSH
   THE WHITE HOUSE
1600
PENNSYLVANIA AVE
WASHINGTON DC 20500


202-456-1111 PHONE
202-456-2461 FAX
[email protected]   


http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1784848


תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 29/01/2006 18:24:24



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/2/2006 17:27 לינק ישיר 

פאר די אלע וואס זיכען א תירץ אויף אנטיסעמעטיזעם מיט שכל זענען בלינד צי היסטאריע.

נעם למשל די פאראדאקס פין  היטלערס פראפעגאנדע  וועגן די אידען
פין איין זייט איז די זשיד איז א שמיציגער א אינטער ראסע, (מענגעלע האט אויך דאס געוואלט פריווען מיט זיין ריסערטש)  אין פין די אנדערע זייט איז דער זשיד דער וואס געוועלטיגט אויף די וועלט  אין שטערט די סא קאלד אויבער ראסע.

אין דאס איז די פוינט וואס עניה_סוערה טרייט צי מאכן אבער אינזער שלמהלע איז אייוט אף היז מיינד.

ציונות  איז לא מעלה ולא מוריד, סאיז דא א דרייווער וואס איז אין קאנטראל

אין אן אנדער אשכול שרייבט יוחי :
אלס אן אגודיסטישער אנטי ציוני, זאג איך אז א יעדען טאג ווערט מער און מער קלארער פאר די גאנצע וועלט אז דער מדינה איז א כשלון פונעם ערשטער קלאס.
לפי הערצעל דארף דאך דער עצם קיום המדינה מבטל זיין אנטי סעמיטיזם פון אונטער דעם זון



פין א ריין שכלדיגע בליק האט זיינע ווערטער דעלמאס אין אפשר אויך היינט געמאכט סענס, אבער ווי געזאגט כלל ישראל ווערט נישט געפירט לויט די כללי השכל.

און ווער עס זעט וואס די מוסלימענער פארפירען איבער א גוי'אישער CARTOON
און ווער איז שולדיג?
לפי IRAN איז עס מדינת ישראל.

קען איינער מסביר זיין דאס מיט שכל ?
ווער עס זעט נישט קלאר די השגחה עליונה איז סערטעפייט בליינד

בקיצור רוב גוים אין איירופע האלטען שטילערהייט אז אויב נאר נישט פאר מדינת ישראל וואלטען מיר נישט געהאט קיין פראבלעמען.

אין וואס האבן רוב גוים געהלטען פאר די מדינה?


שכל זאגט:  אין די פאל, ווער עס ניצט עם, האטעם נישט .


ציונות לא יושעינו ואין לנו להישען אלא ....
נא קוועשטען אבאט איט





שלמה לערען פליז די זוהר (די ארגענעלע נישט אויף די אינטערנעט וועסטו טרעפען און  זוהר הקדוש פ' וארא זוהר חלק ב' דף ל"ב ע"א )



ווי על ההוא זמנא דאתיליד ישמעאל בעלמא ואתגזר, מה עבד קודשא בריך הוא, ארחיק להו לבני ישמעאל מדבקותא דלעילא, ויהב להו חולקא לתתא בארעא קדישא, בגין ההוא גזירו דבהון, וזמינין בני ישמעאל למשלט בארעא קדישא כד איהי ריקניא מכלא זמנא סגי, כמה דגזירו דלהון בריקניא בלא שלימו, ואינון יעכבון להון לבני ישראל לאתבא לדוכתייהו, עד דישתלים ההוא זכותא דבני ישמעאל. וזמינין בני ישמעאל לאתערא קרבין תקיפין בעלמא, ולאתכנשא בני אדום עלייהו, ויתערון קרבא בהו, חד על ימא וחד על יבשתא וחד סמוך לירושלם, וישלטון אלין באלין, וארעא קדישא לא יתמסר לבני אדום. בההוא זמנא יתער עמא חד מסייפי עלמא על רומי חייבא, ויגח בה קרבא תלת ירחין, ויתכנשון תמן עממיא ויפלון בידייהו, עד דיתכנשון כל בני אדום עלה מכל סייפי עלמא, וכדין יתער קודשא בריך הוא עלייהו, הדא הוא דכתיב (ישעיה לד ו) כי זבח ליהו"ה בבצרה וגו'. ולבתר דא מה כתיב, לאחוז בכנפות הארץ וגו' וישיצי לבני ישמעאל מינה, ויתבר כל חילין דלעילא, ולא ישתאר חילא לעילא על עמא דעלמא, אלא חילא דישראל בלחודוי



און דאס איז אלעס פאר דעם שכר וואס ישמעאל האט זיך גע'מל'ט ביי די 13 יאר.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/2/2006 08:08 לינק ישיר 

שלמה'לע, פארפאלן. דו האסט דיך פאררעדט דאס מאל. דער וואס ווייסט צו זאגן פון מאדאנא, האט נישט אריין צו רעדן אין דער נושא פון ווער ס'קען לערנען זוהר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/2/2006 06:04 לינק ישיר 

האסט טאקע זייער גוט ארויסגעברענגט די פארקרומטקייט פון "עניה_סוערה"

די יודן האבן געוועלטיגט אויף די וועלט? די ביסט אייוט אף יאר מיינד.

און דער חכם וואס ווייסט נישט פון דא, און נישט פון דארט, ברענגט מיר א זוהר, די קענסט דען לערנען זוהר? ווי האסטו דיך געלערנט זוהר אויף די אינטערנעט? אדער דארט ווי מאדאנע לערנט קאבאלא?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/2/2006 03:58 לינק ישיר 

שלמה'לע,
די נאציס האבן נישט געהאט אויף וואס נקמה צו נעמען? האט נישט אפשר דער ימח שמו'ניק געהאט א "ריכטיגע" טענה אז די אידן געוועלטיגן אויף די וועלט?
(פארשטייט זיך אז איך שרייב דאס נאר ארויס צו ברענגן די פארקרומטקייט פון אונזער נייע חכם מכל אדם)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2006 21:51 לינק ישיר 







http://212.179.31.110/likud_080206/



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2006 02:25 לינק ישיר 

שלוימעלע, איך ברענג דיר א זוהר אז דאס וועט זיין פאר די גאולה, ווייל כך גזר שמו יתברך. און די ברענגסט מיר א רבי זיעוכי"א ?

די האסט אפשר געהערט 212.990.7031  ?


תוקן על ידי - findodort - 02/02/2006 2:24:59



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2006 08:32 לינק ישיר 

TEN QUESTIONS



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2006 02:45 לינק ישיר 

אין אמת'ן מיין איך, אז די ביסט א נוגע בדבר, ווייל ס'זעהט אויס אז די האסט נישט קיין פראבלעם מיט די ציוניסטישע מדינה, און די האלטסט זיי נישט ריספאנסעבל פאר די צרות וואס מען ליידט פון די אראבער, און די ביסט גאר סימפאטיש צו זיי, כאטש זיי זענען די וואס שולדיג אין די אלע צרות , אזוי ווי דער רבי זיעוכי"א ברענגט דעם פסוק, אז וועגן די מעשים פון ציונים "אני מתיר את בשרכם"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2006 02:27 לינק ישיר 

אז די ביסט אזוי קורץ, און די פארשטייסט נישט די חילוק פון בין לאדין און היטלער ימח שמם, צו די אראבער וואס זענען זיך נוקם אויף וואס מ'האט פון זיי צוגענומען און וואס מ'האט זיי געהארגעט, ביסטו גערעכט.

פארוואס האט מען זיי געמעגט געבן געלט ביז יעצט? אראפאט איז גארנישט אזא קליינער טעראריסט געווען, איך האלט נישט אז מ'זאל געבן געלט פאר טעראריסטן, אבער אויב מקען אויפטון לוינט זיך דאס געלט.

מיט וואס איז יעקב געגאנגען צו עשו?

דעס וואס די רעדטסט וועגן "נוגע בדבר" רעדטסטו סתם שטותים, ווי קומט דאס דא אריין, אבי געשאסן אין די וועלט אריין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2006 01:55 לינק ישיר 

אפילו חאמאס וועט זיך אינטערגעבן אין זאגן אז מיר לייגן אראפ די גווער און אונז הערן אויף מיט די טעראר, טאר מען זיך אויך נישט לאזן פון זיי, אין אפילו נאכן זאגן אז זיי געבן אויף זייער טעראר, טאר אמעריקא נישט שיקן די ביליאנען פאר זיי,
שטעלץ אייך פאר, מארגען וועט זיך בין-לאדין ארויס קומען פון זיין מייזן לאך אין וועט זאגן פאר פרעזידענט בוש, פליז ביטע איך בעיט דיר בכל לשון של בקשה זייטס מיר מוחל פאר די אלע טעראר וואס איך האב געמאכט פאר ענק, זייטס מיר מוחל איך וועל שוין זיין א גוט אינגעל, שיקטס מיר אפאר פון ענקערע גרינע דאלארן ,
דא וועלן ענק אויך זאגן אז מען וועט אים  דארפן מוחל זיין? זיכער אז נישט
שטעלץ אייך פאר, מארגען וועט זיך היטלער ימח שמו וזיכרו אויף וועקן פון זיין שלאף אין וועט זאגן פאר פרעזידענט בוש, פליז ביטע איך בעיט דיר בכל לשון של בקשה זייטס מיר מוחל פאר די אלע קרבנות וואס איך האב אויסגעשאכטן, זייטס מיר מוחל איך וועל שוין זיין א גוט אינגעל, שיקטס מיר אפאר פון ענקערע גרינע דאלארן ,
דא וועלן ענק אויך זאגן אז מען וועט אים  דארפן מוחל זיין? זיכער אז נישט
איז וואס איז דא לגבי די חאמאס אנדערשט, ווייל זיי הארגענען מענטשען וואס וואונען אין די מדינה?
וואס וואלט געווען ווען די חאמאס וואלט ווען געהארגעט נאר אין אמעריקע, וואלטן ענק אויך געזאגט אז מען זאל זיך לאזן איבער בעטן פון זיי?
א טעראריסט בלייבט אן טעראריסט נישט קיין חילוק צי ער הארגעט אין ארץ ישראל פולן אינגערן רוסלאנד אמעריקע אדער .............
איך פארשטיי מיינע קעגענערס וואס האלטן נישט ווי מיר, זיי זענען לגבי דעים ענין א נוגע בדבר, וועגען דעים מעיג א קרוב נישט עדות זאגן לטובת א קרוב, והשוחד יעוור עיני חכמים, מען איז אזוי אויפגערעיגט אויף די מדינה אז מען קען נישט טראכטן נארמאל,
טראכטס ענק גוט איבער אין מיינע ווערטער, אין אז איר האלט נאך אלץ אנדערשט פון מיר, נישט קיין פראבלעים, כשם שפרצופיהם אינם שווים כך דיעותיהם אינם שווים.
כאטש איך האב א נארמאלן פנים!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/2/2006 00:37 לינק ישיר 

די אפיציעלע, ערוועלטע, אראבישע פירער, אפילו אויב דאס איז חאמאס, וועלן מסתמא יא אראפלייגן די געווער פאר געלט, און פאר די אמעריקאנע שלום פלאן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2006 20:00 לינק ישיר 

זעהט אויס אז נישט דער שלמה המלך האט די תורה געמיינט איז די "חכם מכל אדם".



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2006 17:35 לינק ישיר 

און ספרים הק' שטייט אז פאר מיר וועלן אויזגעלייזט ווערן וועלן די ארבער געוועלטוגען, און טון זייער גרויסע צרות
פאר כלל ישראל. אין ידען וועלן נישט האבן קיין ברירה, עס וועט נישט העלפן קיין מדינה אין אויך נישט קיין הירש פון די נתורי קרתא, נאר זיך ווענדען צים טאטען און הימעל. און פאר דעם הייסט ער שוין טויזענטע יארן ישמע-אל.

די אראבער וולען נישט אראפגעלייגט די געווער פאר געלט. זיי האלטן און זאגן אז זיי האבן א חוב קדוש באחרית הימים צו הארגענען א יעדע איד (און קרוסט). די חאמאסניקס זענען פאדאמענטעליסטן, און נעמן זייער קאראן זייער ערענסט.  

אז מען קען אפהאלטן אז עס זאל נישט אנקימען געלט פאר די טעראריסטן דארף מען זעין צו טיען אלעס וואס מען קען

רופן 311 ביי מציצה בפה, גלייב איך נישט אז דאס איז התגרות באומות, א חילול ה' אין א נארישע מהלך, זיכער יא. צו דאס האט אויך קליע געמאכאט, גאנץ מעגליך. 



תוקן על ידי - findodort - 31/01/2006 17:39:33



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2006 06:11 לינק ישיר 

ס'זעט סיי ווי נישט אויס אז אמעריקע, לכה"פ אינטער בוש, זאל וועלן געבן געלט פאר חאמאס.
 
קרן, איך האלט אויך אז דא איז נישט שייך התגרות באומות, אבער דא איז בכלל נישט קיין פארגלייך צו די נאצים ימח שמם, אפשר אויב די אראבער וואלטן אראפגעלייגט די געווער פאר געלט וואלט זיך יא געלוינט פאר דעם צו באצאלען, סוף כל סוף זענען זיי דאך רוצחים פאר נקמה, נישט אזוי ווי די נאציס, און די טמאנע מדינה איז מער שולדיג אויף יעדע אנפאל פון די אראבער אויף די יודן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2006 01:51 לינק ישיר 

משוגעים, הצלה האט א נארמאלן געדאנק, (איך ווייס נאר נישט צו דער מהלך איז ריכטיג) מען זאל זען אמעריקע זאל נישט געבן קיין געלט פאר די רוצחים.

איך האלט אז מען טאר נישט מאכן קיין טראסק נישט אויפצורייצן די טעראריסטן, אבער אזא פארלאנג איז קריטיש וויכטיג.

שטעלט אייך פאר בשנות הזעם ווען אמעריקע וואלט געשיקט ביליאנען צו די נאציס און מ'וואלט גע'פועל'ט עס אפצושטעלן - וואלט עס געהייסן התגרות באומות?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > URGENT CALL TO ACTION
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext