הערליכער שבת מברכים אין סאטמאר
הערליכער באשרייבונג גענומען פון ווילי_יונג דער שבת אין וויליאמסבורג איז ווי א יעדע שבת מברכים געווען ספעציעל שיין.
שבת מברכים איז א צייט וואס אסאך יודן וואס דאווענען געווענליך ביי זיך אין שכינות, קומען אין גרויסן ביהמ"ד לכבוד שבת מברכים. בפרט צופרי קומען סאטמארער חסידים הערן דעם רב שליט"א ראש חודש בענטשן. דער ביהמ"ד איז געווען קעיה"ר פול ביי אלע תפילות. ביינאכט האט געדאווענט הרה"צ רבי משה מנחם טירנויער אין ביהמ"ד הגדול דער רב שליט"א האט געפירט א באטע פאר די בחורים אזויווי יעדן שבת מברכים, די וואך איז עס געווען אין קינגס טערעס נישט ווי געווענליך אין בנין עסטרייכער. די באטע איז געווען עפעס אויסערגעווענליך שיין, מען גייט עס שוין לאזן יעצט אין קינגס טערעס ווייל עס איז אסאך בעסער אויסגעשטעלט. דאס דאוענען צופרי איז געווען זייער שיין, מיט שחרית איז מכובד געווארן הרה"ג ר' שמעון משה וואלדמאן שליט"א דומ"ץ קהל חרדים קר"י, א מחותן פין הרב פריעדמאן מנהל אין ישיבה סניף לצעירים, לכבוד די שמחת באווארפן. מוסף האט געדאווענט הרבני הנגיד ר' ארי עסטרייכער נ"י לכבוד די שמחה ביי זיין זון העסקן ר' משה אלי' נ"י שלש סעודות איז געווען דער קלימאקס ווען עס קומען זיך צוזאם הונדערטער יודן זקנים עם נערים זינגען צוזאמען די זמירות בעת רעוא דרעווין און הערן די שיינע דיבורים וואס קומען ארויס מיט אן ענוות קודש פין א יוד וואס האלט זיך פאר דער קלענסטער אין ביהמ"ד, די ווערטער האבן א חן, די ווערטער גייען אריין אין הארץ. השבת נועם הנשמות!!
|