בית פורומים כל העולם כולו

דארף זיין א קארטעל ביי די מקוה?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/1/2006 05:57 לינק ישיר 
דארף זיין א קארטעל ביי די מקוה?

וואס זאגט דער עולם דער צו
און קר"י איז שוין דא
און ב"פ איז שוין דא
און וומ"ס שלאגט מען זיך צו די רבי זי"ע האט געהאלטן דערפון אדער נישט
וואס זאגט איר דער צו לויט אייך הערן אייער מיינונג



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/2/2006 20:16 לינק ישיר 

יהרוג ועל יעבור!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/2/2006 07:03 לינק ישיר 

די זאלי'ס האבן טאקע יעצט א פראבלעם. ווייל רוב זאלי'ס שרייען וואס די בני יואל האט געשריגן. ווייל רוב זאלי'ס זענן פון בני יואל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2006 06:21 לינק ישיר 

1
דאס האבן די בני יואל געשיקט ווען מען האט עס געמאכט די קארטלך און ק"י



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2006 04:28 לינק ישיר 

שלום משה
טיך האף אז די האסט שוין איבערגעביסען עפעס, ווייל די קוקסט אויס עפעס אומרואיג, אפשר האסטו זיך צו-ווילדיעוועט ווייל עס האט זיך דיר געדאכט אז איך מיין דיין צדיק.it's just too bad. איך שרייב דא אלעס וואס קומט מיר אויפען צונג/מחשבה אפגעזעהן פון די ר' זלמן לייב-אהרן חזער'יי.

דעס וואס די טענה'סט אז איך בין א חזיר קען אפשר זיין - לשיטתך. אבער דאס ווארט "סעלפיש" קומט נישט אריין און די פיקטשער.

איך קען דיר נישט צופיל העלפן - אבער אין שולחן ערוך ווערט געברענגט אנדערש -. עס איז דא זאכען אין א שטאט וואס איז א חיוב אויף די בני העיר, ווי צ.ב.ש. בנין בית הכנסת, תלמוד תורה, מקוה טהרה ל', עס ארבעט נישט מיט קארטלעך לויט וויפיל מענטשען ס'איז דא אין די שטאט, אזויפיל וועט יעדער צושטעלן. ניין. עס איז א חיוב הכלל; די בני העיר. דער עושר דארף צושטעלן מער, און דער ארעמאן אויך זיך אנשטרענגען כפי יכלתו. א צדקה קאסע איז אויך א חיוב אויף די בני העיר - און פארשטייט זיך אז דער ארעמאן דארף נישט דארט שטעלן וויפיל דער עושר. . די שאלה איז אויב מקוה איז אזוי וויכטיג ביי אונזער ציבור ווי די דערמאנטע זאכען אין שו"ע - און דער ענטפער איז זיכער: יא!. די קענסט עס רופען חזיר'יש,סעלפיש -.you name it

דיין טענה אז דער ציבור איז גרעסער פארשטיי איך ניט. נו פארדעם קומט דאך אריין מער אויך?

איך האב נישט געזאגט אז די מקוה דארף זיין בחנם. איך האב געזאגט אז דער געיט באלאנגט נישט דארט. עס דארף זיין א שמש וואס קאלעקט מקוה געלט. און אויב יכול'ט ער -  וואלט ער געדארפט צו קענען קאלעקטען אכציג פראצענט פונעם עולם. און עס קען זיין אז איך בין צווישען די אכציג.

נאר וואס דען אזויווי איך האב געשריבען, די פארדינסט דיר היינט דיינע פאר דאללער, and want to enjoy life  און די ווילסט פארגעסן פון דיינע אבליגעישאן'ס. קוקט אויס אז ארויסנעמען א דאלער פון טאש איז נישט פון דיינע favorites.
 
דעס וואס די זאגסט אז מען קען זאגען פארן שמש אז - איך האב נישט. קוקט אויס אז די קומסט פון א בעל בתיש'ע שטוב, מען האט דיך חתונה געמאכט אויפן רייכסטען סטאנדארט -מיט א לעפטאפ צו די זייט... און די ווייסט נישט וואס דאס מיינט - פאר א מענטש  דאס ארויסצוזאגען.

דעס אז עס איז דא א שמש אין די זייט עוועילעבל פארן פאבליק דאס איז אפשר אין זייער א גרויס ביהמ"ד וואס ער האט ביזנעס אין די זייט. אין די קלענערע שוהלן ווערט ער זייער שנעל נעלם. אבער זיין תירוץ איז אז דער שמש אין די גרויסע שוהל האט אויך געלייגט א געיט.

און צום ענדע וואונטש איך דיר זאלסט מאכען אסאך געלט, און עס זאל דיר גרינג אנקומען צוגעבן פאר יענעם. (שיק מיר א צוואנציגער אין אישי.) און דיינע קינדער זאלען נישט האבען קיין קאמפיוטער צו די חתונה.

הצלחה 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2006 18:05 לינק ישיר 


kerry08


פין דיין תגובה קיקסטע אויס אז ביסט זייער א סעלפישער מענטש
וואס איז מקיים די משנה שלי שלי  שלך שלי מיט
אלע הידרים

קענסט מיר מסביר זיין. פארוואס לעקטער אין דיין הויז דארפסטי באצאלן.
אין די מקווה וואה די ניצט דארפסטע נישט באצאלן???

קענסט מיר מסביר זיין פארוואס דיין ברויט וואס די עסט דארפסטי באצאלן
אין די מקווה וואה די ניצט דארפסטע נישט באצאלן???

קענסט מיר מסביר זיין פארוואס דיין קאר וואס די קויפסט דארפסטע נאצאלן
אין די מקווה וואה די ניצט דארפסטע נישט באצאלן???

יא די אלע חזרים וואס ווילן לעבן אויף יענעמס חשבון
זענענן ביזי אז די געיט איז נישט אויסגעהאלטן

כמעט יעדער קען באצאלן 17 א חודש פאר א מקווה וואס "ער" ניצט
אין אויב נישט קען ער גיין צום מקווה איד אין בעטן א הנחה אדער אומזינסט. זיי געבען נאך

אין יעדע מקווה איז דא א מאשין וואס מיט דעם קען מען אריינגיין פאר "דאלער"
די משולחים קענענן זיך דאס אויך ערלויבען אויב נישט קענענן זיי גיין צום מקווה איד

אמאל איז נישט געווען א דריטעל אזא עולם, אין זאכן האט נישט געקאסט אזוי טייער
האט מען געקענט טיילן מער אומזינסט, אבער היינט צי טאגס איז נישט מעגליך מער

די אלע וואס רעדן אזוי ווי קערי, זיי באצאלן נישט מעמבערשיפ אויך נישט,שכר לימוד די מינומם וכדומה
איי פין ווי דארף קהל לעבן?, תיקו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2006 17:18 לינק ישיר 

שילדיג און אלעס איז ר' אהרן . ווייל ער האט עס גלייגט די ערשטע און ק"י און די קהל און ק"י האט געניג געלט אזוי אויך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2006 17:09 לינק ישיר 

מורי ורבותי דער מאשין איז ליידער א הכרח, ווייל מען באצאלט פשוט נישט, און מען האט נישט קיין ברירה, מען מוז קענען דעקען די הויכע בילס פין די מקוה. נאר וואס דען? די בעלי המקוה האבען אן אחריות צו שטעלען דארט א מענטש וואס טאמער זאל אנקומען איינער וואס האט נישט זאל מען אים אריין לאזען אויף'ן תנאי אז ער וועט באצאלען מארגען נאך אמאהל. און יא, אויב א שוהל האט נישט צו דעקען הוצאות, און מענטשען געבען נישט גענוג אין פושקע, און עס שטייט מען זאל פארמאכען די שוהל, איז נישט בעסער צו רעכענען ביים אריין גאנג אפאר דאלאר? ההכרח לא יגונה ולא ישובח. די חילוק איז נישט אין די עסקנים, די חילוק איז אז היינט איז דא אסאך מער מענטשען וואס האלטען נישט ביים באצאלען נאר ווען מען צווינגט זיי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/2/2006 02:59 לינק ישיר 

מיין טענה איז נישט צו די שוהלען און רב'עלעך אין בארא פארק אדער וויליאמסבורג וואס שטייען אפיציעל נאר פאר ביזנעס. זיי זענען אין ביזנעס אזויווי דער גראסערימאן דער ביזנעסמאן און דער גנב. ביזנעס!. מיין קשיא איז נאר אויף די קהילות וואס שטעלן נאך אהן דעם פנים אז זיי זענען דא צו פארגיטיגען כלל ישראל.

איך האב געהערט אז און סקווירא'ע שטעטל האט מען געלייגט אזא מאשין און דער רבי האט גזאגט לא.

אויף סטמאר'ער קהילה איז די קשיא דער שטארקסטער.
 און וויזשניץ מאנסי אין מאנסי איז אויך דא א מאשין. דארט נוצט מען אלץ דעם תירוץ דער רבי דארף דאך חתונה מאכען אזויפיהל אייניקלעך. פיין. אבער דער תירוץ האט נישט קיין לימיטס? עס איז א בלענק טשעק?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2006 02:52 לינק ישיר 

אה!, זייער א וויכטיגע טעמע.

מיין מיינונג טייערע אידען איז: ס'איז עקלדיג מיאוס און גרויליג.

דאס איז געווען דער סיסטעם אלעמאל, אז ס'איז דא מינימאלע סערוויסעס וואס די קהילה שטעלט צו פאר יעדן, סיידן ער האט יא - סיידן ער האט נישט. עס איז געווען אזויווי פארשטענדליך פון זיך אליינס אז עס קען אמאל אריינוואקען א איד וואס ער האט נישט. ער האט נישט?... יא!, אמאל קען עס זיין א משולח פון אויסלאנד, אמאל א פרעמדער, און אמאל איינער פון דעם ביהמ"ד.... ער האט נישט. דערמאנט אייך, האט איר אלס כולל אינגערמאן אלעמאל געהאט גרייט דעם בייטעל? אויב יא אשריכם, - אבער נישט יעדער.

נאר וואס? אמאל זענען טובי הקהל געווען צאמגעשטעלט פון פארשטענדיכע ערליכע אידען - פארשטייט זיך אז מען האט דארט געדארפט א בעל מאה אויך - אבער עס זענען געזעסן דארט אין אלגעמיין ערנסטע מענטשען אין האבען פארשטאנען אז עס איז דא גרעניצען מיט פריניציפען וואס מען מוז אויף זיי שטיין, אפילו ס'זאל קאסטען. מ'האט געוואוסט אז ס'איז דא מאנכע וואס נעמען עדווענטידזש, אבער דאך נישט געהאלטען אז דאס איז א סיבה צו לייגען געיטס. אבער היינט זענען טובי קהילה צאמגעשטעלט פון גאנץ א אנדערע טייג. נישט קיין ערנסטקייט נישט קיין כריזמא - נאר בעלי מאה, אדער דער גרעסטער רשע וואס וועט פארטיידיגען דעם רב פון די קהילה מיט א מעכטיגקייט - עד כדי הכאה.

 נו, דער עושר וואלט דאך שוין פון לאנג געוואלט טוישען דעם סיסטעם אז דער רייכער דארף זארגען פארן ארעמען - מיר וועלן דאך שוין היינט רעפאבליקען - , דער מסווה הבושה צו זאגען הויעך אז דער עושר דארף נישט איזינען האבען דעם עני איז שוין נישטא. עס איז גאר א מכובד'דיגער מיינונג, ווען א אינגערמאן זאגט דאס הויעך און שוהל פילט ער זיך שוין אז מען קוקט אים אן אריסטאקראטיש.

ממילא קען שוין מאכען א געיט ביי די מקוה, און א מאשין צופרי פאר די קאווע. דארף איך אויסהאלטען יענעם מיט קאווע? ס'איז עפעס א קרעטשמע דא? אדער א באר?...

נאר טייערע אידען, אויב מירהייבען אן אזוי טראכטען וועט מיט די צייט שכר לימוד אוודאי שטייגען פילפאכיג. דארף איך עפעס לערנען מיט דיין זוהן בחנם?! האסט נישט גיי שנארען!... איך דארף דיך אויסהאלטען מיט מצות? און אזוי וועלן מטושטש ווערן אלע יסודות - וואס בפרט דא אין וויליאמסבורג איז אזוי שטארק אוועקגעשטעלט געווארען דורך סאטמאר'ער רבי'ן זי"ע בעיקר.

נאר איין קשיא האב איך. פארוואס זאל מען נישט לייגען א מאשין ביים אריינגאנג צום שוהל אזויווי אין די סובוועי, און עס וועט קאסטען צוויי דאלער א טאג. איך מוז דיך עפעס אויסהאלטען מיט לעקטער, הייצונג, עיר-קאנדישאן בחנם?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2006 21:32 לינק ישיר 

אין קר"י גייט ארויף גיין די פרייז פאר מקוה צו 20 דאללער און דיוס צו 275 דאללער
קהל האט ארויסגעלייגט א קאפי פון די O&R געז בילל ווייזענדיג אז די בילל איז דאפעלט ווי פאריאר
סך הכל 20,000 דאללער נאר געז!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דארף זיין א קארטעל ביי די מקוה?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext