בית פורומים כל העולם כולו

ר' שמעון זאב-דרשה אקעגען ר' דוד עקשטיין

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/1/2006 18:30 לינק ישיר 
ר' שמעון זאב-דרשה אקעגען ר' דוד עקשטיין

מעכטיגע פייט צוישן ארוינים נאר אזוי גענימען פון
lakish

היינט אינדערפרי האט ר' שמעון זאב מייזליש ביי זיין שיעור געווידמעט אהאלבע שעה קעגן ר' דוד עקשטיין.

די מעשה וואס מען טוט אפ קעגען ר' שמעון זאב און זיין שיעור שפילט זיך שוין אפ איבער א יאר.

אבער דעם פרייטאג אינדערפרי האט "קהל" געמאכט, אז דער מנין תהילים וואס מען זאגט שובבי"ם פרייטיג זאל פארקומען אויפן פלאץ פון זיין שיעור.

א עלטערער אינגערמאן ר' וואלף שניצער האט אויסגעקלאפט אז דוד המלך האט נישט געמאכט דעם תהילים פאר פאליטיק ממילא ווער עס וויל זאגן עכט תהילים זאל מוחל זיין ארויסגיין ווייל דא קומט פאר א טעגליכער שיעור.

און דער עולם איז טאקע ארויסגעגעאנגען.
לצים האבן זיך געווערטעלט אז דאס איז געווען דער זעלבער תהילים פון שמיני עצרת 7:30 אינדערפרי...

היינט מאנטאג, איז ר' שמעון זאב ארויס פון די כלים און אנגעגריפן פערזענליך ר' דוד אז ער האט נישט קיין נשמה פון א א יד! (ער האט זיך זעט אויס באצויגען צו די ווערטער פון רבין אז ר' דוד איז א גוי!...)

ווער עס האט מער פרטים זאל זיך מעלדען.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2006 18:03 לינק ישיר 

משמועסט אז סדארף ארויסקומען א צעטל פון דוד עקשטיין ווי ער בעט איבער ר' שמעון זאב.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2006 05:02 לינק ישיר 

לויט ווי איך הער טענהט דוד עקשטיין אז ר' שמעון זאב האט זיך אליין אפגעזאגט שוין מיט א יאר צוריק פון זיין מוץ, און ער זיצט שוין נאמאור אין בית הוראה איבער א יאר.
איינער קען עס קאנפירמען?
אויך, ווייסט איינער וואס איז געווען נעכטן ביי די מיטינג פון ר' שמעון זאב מיט קהל? תוקן על ידי - כל_העולם - 02/02/2006 5:38:59



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2006 03:56 לינק ישיר 

חשבון ארויף, חשבון אראפ.

דער בעל הבית פון כל העולם כולו האט מיר דערציילט אז ס'האט אים אריינגערופן א חשוב'ער רב זיך באקלאגן פארוואס מען לייגט נישט אריין גענוג בילדער פון אים.

"ווייסט דאך," זאגט דער רב, "אז פאר מיר גייט דאס גאר ווייניג אן. איך ליג נישט אין די ביליגע גשמיות'דיגע זאכן, אבער די חסידים, זיי ווערן שוואכער אין אידישקייט, זיי באקומען ספיקות אין די אמונה."

ר' שמעון זאב קוקט מיר נישט אויס צו זיין ווייניגער פערד ווי יענער רב. תוקן על ידי - כל_העולם - 02/02/2006 5:37:50



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2006 03:37 לינק ישיר 

ווארהייט דו ביסט בכלל נישט גערעכט זיי נישט ברוגז ווייל דער פראבלעם איז נישט אז ס'איז ארויס געפאלן דער ווארט מו"ץ נאר ס'איז במכיוון ארויס געלאזט געווארן און מיט א חשבון און אויב שוין יא חשבון האט ער אויך אויסגערופן בואו ונחשוב חשבונו מאך נישט קיין טעות איך האלט נישט אז ער האט גוט געטוהן אבער סתם אזוי צו שיסן און די וועלט אריין כבוד קענסטו אויך נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2006 03:26 לינק ישיר 

קהל האט ארויסגעלייגט א צעטל שבת זיך צו אנטשולדיגן אז מען האט בטעות געמאכט דעם מנין אויפ'ן ארט וואו ר' שמעון זאב לערנט פאר.

אבער וואס ס'האט געבאדערט פאר דעם גרויסן בעיבי איז געווען אז מען האט נישט געשריבן אויף אים דעם טיטול מו"ץ, און דאס איז געווען די סיבה צו זיין ווילדן אויסברוך.

נעבעך נעבעך, צו וואס נארישע כבוד-געזוכעכץ קען ברענגען.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2006 21:26 לינק ישיר 

פאקטיש פארטראגן זיך נישט די צוויי, דוד עקשטיין פון קרית יואל מיט יעקב יגן פון לעיקוואוד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2006 21:19 לינק ישיר 

באקומען אין אישי:

ביטע אריינלייגן אין די אשכול פון ר' שמעון זאבס דרשה קעגן דוד עקשטיין.

דוד עקשטיין האט נישט גארנישט מיט דעם דאקטאר יאגען, אפאר פריוואטע יונגעלייט זענען געגאנגען צו אים נעמען לקטשערס, און ער האט זיך אפגערעט אויף "בנעשעקלעך", ער האט בכלל נישט דערמאנט קיין נעמען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2006 20:30 לינק ישיר 

פאקטיש די מימרא פון א הייליגע פארטיי איז דא א טעיפ ווי רמ"א זאגט עס זאג דעם היסטאריקער זאל פאקטיש זיין אזוי העפליך און צושטעלן א בארד און פיאות צו די מעשה, ס'איז נישט אזוי אינטערעסאנט ווען מען פארציילט, סתם: רמ"א געזאגט ר' אהרן איז א קליפה פאקטיש איז פיל אינטערעסאנטער ווען די מעשה גייט אזוי: יאר תשנ... חודש... שבוע... יום,... בשעה... איז ר' פלוני אריינגעקומען צו רמ"א [אוודאי געבן געלט פאר מוסדות רמ"א] און געשמועסט איבער .... אין מיטן שמועס איז אריינגעקומען א מעשה וואס איז פארגעקומען אין קרית יואל, און דער ר' אהרן האט געזאגט אזוי און אזוי, רמ"א הערנדיג, איז געווארן אינגאנצן אויפגעקאכט, און מיט א חרדת קודש אויסגעשריגן, דער ר' אהרן איז א קליפה, !!!!!!!!!!, און אלע אנוועזענדע וועלן דאס קיינמאל נישט פארגעסן מיט וואספארא אש קודש די ווערטער זענען געזאגט געווארן................ איז די צווייטע נישט מער ארגיענעל, קען מען זיך נישט שווערן, באהייליגן מיט דעם פאקטיש אז מען רעדט שוין פון רמ"א, איז מיר פאקטיש איינגעפאלן א פלאן, היות מיר זענען פאקטיש אידן שומרי תורה ומצוות, און לשון הרע, רכילות, הלבנת פנים איז אזוי הארב, קלער איך פאקטיש, צו מאכן א אשכול איבערן ענין פון מחלוקת והמסתעף, און ווען מען רעדט פאקטיש פון רמ"א זצ"ל, קלער איז אז עס וואלט געווען פאסיג אז די אשכול זאל זיין געווידמעט לזכות, ולרפואת, ולעילו נשמת אביגדור יאקאבאוויטש, וואס האט כל ימיו זיך מוסר נפש געווען איבער דעם ענין, און נאר א דאנק זיין געוואלדיגע חביבות המצוה, דרייט זיך ארום אזאלאכע מימרות בשם רמ"א זצ"ל ועוד מנהלים וואס זאגט איר פאקטיש צו מיין פלאן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2006 20:12 לינק ישיר 

פאקטיש דא האסטו די עכטע מעשה פון ר' משה ארי' זצוק"ל פון היסטאריקער חדשות אנש סאטמאר

און אז מזאגט שוין נאך פון הגה"ק רבי משה ארי' זצוק"ל א פאלשע סטעיטמענט, וועל איך דא דערמאנען א שארפע אבער קלארע סטעיטמענט וואס דער צדיק וקדוש האט געעפערט פאר א חשובער איד וואס האט געפרעגט פון אותו צדיק שווערע קשיות און גרויסע תמיהות אויף דעם גלילות'ער - ר' אהרן.

האט דער הייליגער ירושלימ'ער רב געענפערט, וזל"ק:

"ער איז א קליפה"!!!

די תירוץ האט פארענפערט ביי דעם איד און ביי אסאך אנדערע אידען פיל אומפארענפערבארע קשיות....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2006 05:41 לינק ישיר 

פאקטיש זאגט דער "פאקטישל" צו דער זאך !!

און מיט יענקעלע'ס יומאר, ווער קען זיך פארמעסטן !!

מנאי
 
גוטזאגער




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2006 03:06 לינק ישיר 

אוי וויי איך האב פאקטיש פארגעסן פאקטיש אריינצולייגן פאקטיש איבעראל יעדער ווערט פאקטיש געבעטן דאס אליין פאקטיש צו טאן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2006 02:02 לינק ישיר 

נו. יעצט זאל איינער ענטפערן פאר אים,

"אנא איך שעם זיך נישט"!

מאכטס ענק נישט משיגע, און טאמער ווערן די צוויי צירוק בשלום וועט ער זיך דען צימאכן דאס פיסק ?

עס האט נישט ציטוהן איינס מיטן צווייטען, ביי די זאליס לעבט יעדער בשלום, [?] און איך זעה נישט אז
דאס זאל זיי מאכן פאר נארמאלע אדער ערליכע מענטשן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2006 01:44 לינק ישיר 

שלמההמלך פליקט גיט אריין פאר פאקטיש דא האט איר שלמההמלך

פאקטישל, דעס וואס די זאגסט "די אהרונישע/סאטמאר קהלה איז געבויעט, אויפן שלחן ערוך, אזוי ווי רביה"ק זי"ע האט אונז געלערנט" עפרא לפומיך, עס קען נישט זיין ווייטער פון דעם אמת.

און דעס וואס די זאגסט "הייליגער פארטיי" עפרא לפומיך, עס קען נישט זיין ווייטער פון דעם אמת.

און דעס וואס די זאגסט "אלץ אהרוני בין איך נישט פארשעמט" שקר, די ביסט שוין גאר גוט פארשעמט, און די שעמסט דיך יעדעס מאל עקסטער, ווען עטץ מאכטץ אן.

"די חינוך פון די קינדער" מאכן די ארונים, מיט ר' אהרן בראש, חרוב שוין איבער 20 יאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2006 01:09 לינק ישיר 

פאקטישיאנקעלע 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2006 00:19 לינק ישיר 

אוי וויי, אוי וויי,
איך ווער א זאלי,
וואס א בראך...
געפאקט און געמאזעלט פאר 7 יאר,
און מיט איין שמעון זאב דרשה, פוטש.
איך קען נישט צומיר קומען פונעם ביטערן דורעכפאל...
דאס פנים פלאמט פאר בושה,
ר' שמעון זאב פארטראגט זיך נישט מיט דוד עקשטיין,
וואס א טראגעדיע...
ואני אנא אני בא...
ווער דארף נאך ראזענוואסעער?,
ווער דארף נאך די אפעלעט קארט?,
וואס האב איך פון די 10 טויזענט חסידים אין טענט?
וואס האב איך פון די שובבי"ם תורות?
וואס האב איך פון די שיינע נאבעלע דרשות?
וואס האב איך פון די ל"ג בעומר הדלקות?,
וואס האב איך פון די חנוכה לעכט צינדען?
וואס האב איך פון דעם אלעם?
אז ר' שמעון זאב מיט דוד עקשטיין קרוגן זיך...
ביי, ביי, אהרוניס,
פון היינט מאל בין איך א זאלי,
ברענגטס שנעל אהער ר' זלמן לייב'ן,
לאמיך עם א קיש טאן,
לאמיך עם אנהייבן צן לעקן,
איך בין גרייט צו זין דער צענטער ביי זיינע באטעס,
איך בין אפילו גרייט אינטער צוזאגן וועלעכע סדרה
עס גייט די וואך,
אבי זיי זאלן מיך לאזן אריין קומען צו זייער פארטיי,





תוקן על ידי - כל_העולם - 31/01/2006 0:31:38 תוקן על ידי - כל_העולם - 02/02/2006 5:36:33



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ר' שמעון זאב-דרשה אקעגען ר' דוד עקשטיין
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext