פאקטיש די מימרא פון א הייליגע פארטיי איז דא א טעיפ ווי רמ"א זאגט עס
זאג דעם היסטאריקער זאל פאקטיש זיין אזוי העפליך און צושטעלן א בארד און פיאות צו די מעשה,
ס'איז נישט אזוי אינטערעסאנט ווען מען פארציילט, סתם: רמ"א געזאגט ר' אהרן איז א קליפה
פאקטיש איז פיל אינטערעסאנטער ווען די מעשה גייט אזוי: יאר תשנ... חודש... שבוע... יום,...
בשעה... איז ר' פלוני אריינגעקומען צו רמ"א [אוודאי געבן געלט פאר מוסדות רמ"א] און געשמועסט
איבער .... אין מיטן שמועס איז אריינגעקומען א מעשה וואס איז פארגעקומען אין קרית יואל, און
דער ר' אהרן האט געזאגט אזוי און אזוי, רמ"א הערנדיג, איז געווארן אינגאנצן אויפגעקאכט, און
מיט א חרדת קודש אויסגעשריגן, דער ר' אהרן איז א קליפה, !!!!!!!!!!, און אלע אנוועזענדע וועלן
דאס קיינמאל נישט פארגעסן מיט וואספארא אש קודש די ווערטער זענען געזאגט געווארן................
איז די צווייטע נישט מער ארגיענעל, קען מען זיך נישט שווערן, באהייליגן מיט דעם
פאקטיש אז מען רעדט שוין פון רמ"א, איז מיר פאקטיש איינגעפאלן א פלאן, היות מיר זענען פאקטיש
אידן שומרי תורה ומצוות, און לשון הרע, רכילות, הלבנת פנים איז אזוי הארב, קלער איך פאקטיש,
צו מאכן א אשכול איבערן ענין פון מחלוקת והמסתעף, און ווען מען רעדט פאקטיש פון רמ"א זצ"ל,
קלער איז אז עס וואלט געווען פאסיג אז די אשכול זאל זיין געווידמעט לזכות, ולרפואת, ולעילו
נשמת אביגדור יאקאבאוויטש, וואס האט כל ימיו זיך מוסר נפש געווען איבער דעם ענין, און נאר א
דאנק זיין געוואלדיגע חביבות המצוה, דרייט זיך ארום אזאלאכע מימרות בשם רמ"א זצ"ל ועוד
מנהלים וואס זאגט איר פאקטיש צו מיין פלאן
 |
|
|