נעכטן דורכפארנדיג דיוויזשאן עוו. האב איך געהערט ווי שוין ווייטער פראטעסטירט מען קעגן ווערצבערגערס גראסערי, פארן זיין שטאלץ און פארקויפן די ערליכע צייטונגען כאטש וואס עטליכע משוגעים שמעקט עס נישט. קומענדיג נענטער האב איך באמערקט אז נישט ווי געווענליך איז עס געווען עלטערע ליידיגגייער, נאר דאס מאל איז עס געווען פון תינוקות של בית רבן, וואס זענען דורכגעפארן מיט זייער געלן באס, און די קולות וואס זענען פון דארט ארויס האט מיר געמאכט טראכטן אז דאס איז זיכער פון פאבליק סקול אין זייער האלאווין חגא. ווי שאקירט בין איך געווארן זעענדיג אז אויף די באס שטייט געשריבן אידישע אותיות פון די ת"ת תשב"ר, פון די פיינע תלמיד תורות אין וויליאמסבורג.
עס האלט שוין דארט אז די עלטערע האבן שוין איינגעזען אז מיטן פראטעסטירן וועט מען אים נאר צוברענגען נאך און נאך קאסטומערס, אפי' פונעם קנאישן לאגער, וואס קענען נישט סובל זיין אזעלכע געמיינע געוואלדטאטן, האט מען עס איבערגעגען פאר די קינדער אז זיי זאלן נעמען די זאך אין די האנט, מיינענדיג אז אזוי וועט מען זיך רעכענען אז דאס איז נאר קינדער און מען דארף זיך נישט צוטוהן מאכן דערפון.
מיר האט עס אבער דווקא יא אויפגעשוידערט זעענדיג ווי ווייט מען גייט יענעם אונטערצוברענגען, אזש צו לערנען תמימותדיגע קינדערלעך וואס ווייסען נאך קוים צו זאגן פון אהבת ישראל, גייט מען זיי הייסן צו פיינט האבן א צווייטן ווייל ער פארקויפט בלעטער וואס זענען נאך עניטיים אזוי גוט ווי דער איד מיטן בלאט און צייטונג צוזאמען, און קיין ווארט שלעכטס וועט מען דערין נישט טרעפן קעגן א צווייטן איד.
************************************
צופרי האב איך באמערקט ווי די שוטים גייען אן מיט די עקלהאפטיגע שריט, און האבן ווייס געמאכט די גאסן פון צעטעלעך מיט זיינע פריוואטע סעלפאן נאבמערס, א רשעות וואס איז אין דוגמתה, און פעלט נישט אויס צו קאמענטירען ווייל עס רעדט פאר זיך אליינס ווי ווייט די אידן האלטן.