בית פורומים כל העולם כולו

ר' אליעזר חיים בלום רעדט ווי א פערד, כדרכו...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/1/2006 21:31 לינק ישיר 
ר' אליעזר חיים בלום רעדט ווי א פערד, כדרכו...

אויב האט איר געליינט די צייטונג פאריגע וואך, האט איר זיך זיכער באגעגנט מיט ריזיגע מודעות - וואס עס איז אראפגעפאלן דער ראם פון "באצאלטער אנאנס" - אז די עדה החרדית האט גערופן דעם נייעם קאשויער רב צו רעדן אין עניני חינוך אין ארץ ישראל.

עס איז באמת געווען אויפפאלנד וואס עפעס זיי האבן נישט געטראפן קיין בעסערן רעדנער, נאר א מענטש וואס מען הערט קיינמאל נישט פון אים, און ער איז כלל נישט קיין נאמבער אין אמעריקע ?! עס האט גלייך געשמעקט אז דא רעדט מען פון אפאר עקסטרעמיסטן, וועלכע זוכן בלויז אויפצובויען אביסל ר' אליעזר חיים אין ניו יארק, אז מ'רופט אים קיין ארץ ישראל רעדן.

דערווייל קומען די ערשטע באריכטן אז ער האט כדרכו בקודש גערעדט דארטן שטותים אז ס'איז געגאנגען א רויעך.

ער האט געפסק'עט אז מ'דארף שלאגן קינדער ביז עס רינט פון זיי בלוט, און אז "אטענשאן" איז א טריפה'נער מאדערנער אויסטרעף, און דער ווארט טאר ניטאמאל דערמאנט ווערן אין א אידישע שטוב...

קרעדיט: בחצרות החסידים
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1787795 

ווער עס ווייסט מער פרטים זאל ביטע מעלדן.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/2/2006 00:45 לינק ישיר 

איך האב געהערט אז תיכף נאך די ערשטע דרשה האבן אלע איבריגע מוסדות וואס האבן אים גערופן צו רעדן אפגערופן זיינע דרשות וואס איז געווען באשטימט אז ער גייט דארט זאגן.

ער איז ארויס פון דארט מיט גרויסע בושות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/2/2006 00:39 לינק ישיר 

האט איינער שוין געשאפט א טעיפ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/2/2006 22:02 לינק ישיר 

Who cares, people are having fun so leave them alone



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/2/2006 05:24 לינק ישיר 

למען האמת דארף צוגעלייגט ווערן אז עס איז פאראן קאנפליקטן פונקטליך וואס ער האט יא אדער נישט געזאגט, אויב עמיצער קען מברר זיין פונקטליך וואס עס איז געזאגט געווארן זאל ער ביטע מזכה זיין דעם ציבור דערמיט. דאס בעסטע איז א טעיפ פארשטייט זיך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/2/2006 01:52 לינק ישיר 

איף הער זאגן אז אלע ארץ ישראל'דיגע תלמידי וחסידי קאשוי, מקטן ועד גדול, האבן זיך איינגעזאמעלט און געמאכט א הערליכען קבלת פנים פאר זייער רבין.

צייטונגן שאצן אז צוזאמען מיט די אלע קאשויע געסט פין אמעריקע און איבער דער גארער וועלט, וואס איז געקומען מיטהאלטן די געהויבענע מסע המלכות, איז געווען דארט אזא גוטע 8 מענטשן אויב נישט מער. כן ירבו.

די ארץ ישראל'דיגע אידן ווייסן אסאך צו פארציילן פון די ארטיגע חסידי קאשוי, מיט זייער אייגנארטיגן חן אין תמימות. ממנו ילמדו. תוקן על ידי - קושקע - 06/02/2006 1:54:54



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/2/2006 00:51 לינק ישיר 

ר' דוד אייכלער האט אנגערופען אלע מוסדות התורה אין ירושלים, אז זיי זאלן ארויסלייגן ברוך הבא צעטלען פארן קאשויער, די סאטמאר צעטלען זענען שוין געווען ביים דרוק, און משה גבאי האט גערופען אז מען זאל עס אפשטעלען סאטמאר זאל אים נישט קיין ברוך הבא שטעלען, ער האט מבזה געווען רבינו שליט"א פאר צוויי יאר צוריק ווען הרב מקאשוי זצ"ל איז געלעגן אין שפיטאל, האט משה גבאי געוואלט ברענגען רבינו שליט"א אים באזיכן און ר' אליעזר חיים האט דעמאלס נישט אריינגעלאזט רבינו שליט"א.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2006 09:44 לינק ישיר 

בא ללמד איך האלט אז ס'נישט כדאי צו ברענגען לינקס צו פארמאכטע פארום'ס וואו נישט יעדער קען אריינגייען.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-2/2/2006 03:22 לינק ישיר 

סטאפ מיט דיין קראנקע "פאקטיש" ווייל דו נעמסט פאקטיש יעדן ארויס פון די כלים.

וויט אלל דו רעספעקט, די דזשאוק וועפט שוין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2006 22:48 לינק ישיר 

אז מען רעדט שוין פאקטיש פון קאשויער רב [ מלפנים קאשויער רב מאנסי] רבי אליעזר חיים בלום שליט"א

איז כדאי ארויס צוברענגן, אז חוץ זיינע מעלות, פון די פרשת חלב תשמ"ב, חוץ די פרשת
סקול דיסטריקט תשנ"ג, איז ער אויך געווען פון די ערשטע שטיצער פון דעם 'העלבראנץ' אין
מאנסי, ווייל איז 'סאטמאר' איז דעמאלט געווען קאלט צו העלבראנץ איז ער
געווארן פון זיינע גרעסטע שטיצער

און האט ער אהין געטראגן זיין חשובן איידעם [מלפנים] טעלער, בשתי ידים ממש, אלץ
צו ווייזן אז ער שטיצט יא אלע ערליכע אידן, ממילא נאכדעם ווען ער האט געוואלט
צוריקצוען און דער איידעם איז געבליבן דארט האט ער געהאט טענות אויף יעדן, חוץ
אויב ווער עס איז שולדיג דערין און דאס איז קאשויער רב, רבי אליעזר חיים בלום שליט"א

תוקן על ידי - wassa_dif - 02/02/2006 9:36:43



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2006 22:42 לינק ישיר 

אנטשולדיגט בא_ללמד

איך האב דעם אינוועטעישאן נישט געזעהן.

נאר איין זאך האב איך יא געזעהן, דעם פיקטשער פון קבלת פנים.
מען זעהט נישט דארט דעם גאב"ד און אויך נישט דעם ראב"ד, און אויך נישט אנדערע פראמינענטע רבנים.
מען זעהט מער ווייניגער נאר די דרייווערס פון די רבנים.

עס קען זיין אז איינע פון די קערער'ס האבען אים גערופען.

מייטנט איר אז זיי דארט ווייסען נישט את הדרך ילכו בה  את המעשה אשר יעשון??
זיי דארפען הדרכה פון א רב אויף ראסס סט.?
און אפשר ווייסט איר פאר א שווארץ יאר ווער דארף דארט ר' מנשה פילאף?

נאר וואס דען קען זיין? - מאקסימום - פון אמעריקע שיקט מען אהין גראצעס. און פארדעם פאדערן זיי - אמאל התאחדות און אמאל די זלונים - אז מען נעמען אהין פון צייט צו צייט זייערע... און נאכדעם זאגט מען פארן עולם: קוקט'ס אונז זענען די וועגווייזער פון כלל ישראל!!

אשרי העם שככה לו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2006 04:22 לינק ישיר 

בא ללמד

קענסט שעלטען!

אבער ב"ה אז ס'איז נאך דא היינט א ערליכע יוד וואס זאגט דעים אמת

אין איז נישט ווי דיין שגץ אין מנוול וואס מוואלט געדארפט ארויסווארפען פון כלל ישראל


דער אייבערשטער זאל עיהם העלפען אויף ווייטער ער זאל קענען ארויסברענגן דעים אמת

(BTW  מען האט עיהם  יא   גערופען פון די עדה אז די ווילסט קאל אריין אין די עדה אפיס אין פרעג!  רעד נישט וואס די ווייסט נישט)

תוקן על ידי - געלט123 - 01/02/2006 4:28:23



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2006 03:21 לינק ישיר 

ער האט געזאגט אז די מנהלים מוזן זיכער מאכן אז דער חדר איז א גהנם פאר די קינדער, ווייל ס'מוז זיין תינוק הבורח מבית הספר, א קינד טאר נישט וועלן גיין אין חדר.

ער האט זיך אפגעשטעלט קורץ פאר'ן מעורר זיין דעם עולם איבער די געוואלדיגע גרויסקייט פון זיך אויפרייסן פאר אללא'ס וועגן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ר' אליעזר חיים בלום רעדט ווי א פערד, כדרכו...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext