אגודה, ראלי אין אלבאני, טעקס דידאקשען פאר שכר לימוד
עס איז באקאנט געווארן אז די אגודה האט געמאלדן אז מען גייט מאכן א ראלי אין אלבאני, צי שטיצען פאטאקי'ס פארשלאג צי געבן טעקס קרעדיט פאר די וואס צאלן שכר לימוד,
היות די אישו איז אויך שטארק נוגע פאר די וואס באלאנגן נישט אין די אגודה, וויל איך פרעגן, גייען מיר אויך אהינגיין כדי עס זאל זיין ווי מער מענטשן, כדי די ראלי זאל האבן א גרויסע הצלחה אדער מיר גייען נישט אהין, ווייל מיר גייען נישט אינאיינעם מיט די אגודה אפילו ביי אזא רייין סעקולערע ענין
6. איבער דעם ענין פון שלעפן קינדער בין איך נישט קיין פוסק, פון דעם מוסד אוואו איך שיק מיינע זין און טעכטער האט מען לפי ידיעתי קיינעם נישט געשלעפט, נישט יונגלעך און נישט מיידלעך.
7. דער ענין פון מציצה בפה לאז איך איבער פאר די מבינים (?).
8. דער ענין פון אגודת ישראל איז שוא ושקר, ווי איך האב שוין אויבן געשריבן. אגב, הרב הקדוש מסאטמאר זי"ע האט אמאל אין א אוידיענץ מיט הערי גודמאן ע"ה, דער יו"ר פון אגו"י אין אייראפע, איהם געבעטן ער זאל גיין מודיע זיין פאר די אומות אז אידן האבן נישט קיין שייכות מיט מדינת ישראל (כ'מיין ס'איז געדרוקט ערגעץ אין זכר צדיק לברכה), אין אנדערע ווערטער, ער האט זיך באנוצט מיט אן אגודיסט!
איז רבינו סר מן הדרך?
9. די הלכה פון אין מבטלין איז נתונה כחומר ביד היוצר, ווען עס קומט צום באגלייטן אן אדמו"ר אדער א כ"ק אדער א טראסק ביי א הכנסת ס"ת וכו' - פארענטפערט מען דעם מחבר, אדער בלייבט עס שווער; ווען מען פיהרט איין נייע מנהגים צו מאכן summer vacation און winter vacation מיט אנדערע פגעים ומרעין בישין, איז די קשיא אויך נישט שווער; ווען דו האסט א פריוואטע קריג מיט א מענטש קומט דער שלחן ערוך פלוצים צוריק ארויף אויפן אויבערפלאך...
10. "די רעגירונג מיינט" "די רעגירונג טראכט" "זיי וועלן מיינען" איז הכל הבלים פוסטע נארישע רייד, די אלע וועלכע געניסן - און מיט רעכט - פון די פראגראמען וועלכע זענען געאייגנט פאר שוואכע פארדינער, ווילן נישט טראכטן אז "די רעגירונג מיינט" "די רעגירונג טראכט" - און מען רעדט פון טויזנטער משפחות וד"ל.
11. דער ענין פון קנאות איז נישט איבערגעגעבן געווארן פאר צעטל-דרוקער, ווער געדענקט נישט ווי דער רבי זי"ע האט פארפיהרט אין די נשא תורה געגן די "וועלכע עס פאררופן זיך אויפן נאמען פון די נטורי קרתא, זיי רייסן צעטלעך, זיי מאכן קאליע, למען השם נישט רייסן", ווען מען טוט אויף דער אייגענער האנט א זאך וואס קיין שום דעת תורה האט נישט געטראפן קיין פסול דערינען, פארשטויבט עס דעם געבליבענעם אויטאריטעט פון אמת'ע קנאות.
12. כ'האב נאך אסאך נקודות, אבער נישט צייט, אפשר די באזעסענע שרייבער דא וועלן מוסיף אדער גורע זיין.
נשלח ב-16/2/2006 18:04
איין זאך פארגעסן
דער שרייבער פין יענעם צעטיל רעדט זיך אפ אז עס וועט זיין א חילול השם אז ביי מציצה בפה האט מען זיך נישט פאראייניגט אין דא יא מילא האט ער מורא אז די סיטי וועט מיינענן אז מיר מיינענן נישט ערענסט די מערכה פין מציצה בפה
עסקנים{נישט אלע} ,אדאנק ענקער פארעטערישע ארבייט ביי מציצה בפה ווייסט שוין די סיטי ווי ערענסט אונזערע עסקנים האלטן דערביי אין טאקע וועגן דעם האלט דארט ווי עס האלט
נשלח ב-16/2/2006 17:48
פארוואס האט קיינער נישט אינטערגעשריבען די צעטיל אז מען טאר נישט גיין צום פראטעסט??
איך האב אפאר קשוית
איינס. ער ברענגט אראפ א ש"ע אז אפילו לבנין בית המקדש טאר מען נישט מבטל זיין קיין תינוקות של בית רבן איז מער שווער, פארוואס פאר א פאליטישע ראלי מעג מען יא?? איז א פאליטישער ראלי ח"ו העכער בנין ...???? יארן וואס מען פלעגט נעמען די ת"ת קינדער "בייטאג" פאר א ראלי!!
פארוואס האט מען ביי "אינסענערעטעיר אין וומסב"ג" יא געמעגט מוחה זיין קעגן די סיטי פארוואס איז דעמלאטס נישט געווען די הלכה פין למה תתראו?? עס איז נישט פאר רוחניות
מען איז שוין נישט איינמאל אין נישט צוויי מאל נאר פיל מער געגאנגען אין "קארט" קאגן די סיטי פאר "נישט" רוחניות ענינים וואס איז די חילוק צווישן א פראטעסט אין גיין אין קארט??
פארוואס האט UJO זיך ציגעשטעלט צי די קלאגע קעגן די שווייצע רעגירונג/בענק פאר געלט עס איז דעמלאטס געווארן א אנטעסמיטישע ווינט אין שווייץ קעגן אידן פארוואס איז דעמלאטס נישט געווען די כלל פין "למה תתראו"??
הכלל די מסקנה איז אלע די א"ד עסקנים צאלן נישט קיין טעקס, צאלן נישט קיין שכר לימוד אין זיי האבן אבער "יא" א קאמויפיטער {קעגן אלע איסורים} מילא האבן זיי די רעכט צי שרייבען ווי אזוי זייער הארץ באגערט
אויב א רב זאל קימען זאגן אז עס איז אסור פארשטיי איך, אז ער האט א דעת תורה אבער סתם עסקנים אן א דעת תורה אן א נאמען?? ווער האט זיי געגעבן די רעכט??
תוקן על ידי - kj_village - 16/02/2006 17:49:52
Students and Cardinal Call for Private-School Tax Aid
ALBANY, Feb. 14 — Thousands of students from yeshivas and Roman Catholic schools gathered on the steps of the Capitol on Tuesday with their teachers, rabbis and priests — even Cardinal Edward M. Egan — to call for the support of the governor's proposal to provide a tax credit that could be used to pay for private or parochial schools.
Gov. George E. Pataki's budget proposal to give parents in failing school districts a $500 tax credit has already received a nod of approval from the Republican-controlled Senate and several members in the Democratic-controlled Assembly.
But supporters of the proposal are still pressing for the support of Assembly Speaker Sheldon Silver, who remained on the fence.
Noting that he was the product of a parochial school, and that he sent his children to parochial schools, Mr. Silver said that he had great sympathy for parents struggling with the costs of private schools but that he also believed that the state's top priority was to finance its public schools adequately.
"I am not ruling anything in, I am not ruling anything out," he said.
Mr. Silver, who is an Orthodox Jew, is under dueling pressures from the Jewish community and the teachers' unions, two groups that he has supported in the past, and which have supported him.
Leaders of the teachers' unions have called the tax credit proposal a stealth voucher, but Mr. Silver has remained receptive to the concept.
"I am open to the idea of assisting parents and schools that provide such education, as well as understanding that we have to do a better job with the public education system," he said yesterday.
Ezra Friedlander, a political consultant from Borough Park, Brooklyn, said he expected that Mr. Silver would eventually support some kind of tax credit proposal. He pointed to several black and Latino members of the Assembly from New York City who are supporting the proposal.
"I'm sure Shelly Silver understands that this is an important issue for his community, for the observant community," Mr. Friedlander said. "He has always been helpful to that community. There is bipartisan support, and that can really affect things."
The $400 million proposal would allow parents who live in a school district with failing schools to receive up to $500 per child to use for any educational purpose. Mr. Pataki and other supporters have said that most of the money would go to parents in New York City with children in public schools.
The proposal comes as Albany is under pressure to comply with a court order to give New York City billions more in education aid. Richard C. Iannuzzi, the president of the New York State teachers' union, said it would be a mistake to put money toward supporting parents of students in private schools without first settling the lawsuit.
"It's almost an affront," Mr. Iannuzzi said. "If we were having this conversation after we have dealt with low-funded poorly performing schools, then I guess it would be correct to say that $400 million is a drop in the bucket, but we haven't done that yet."
Cardinal Egan, the archbishop of New York, said the tax credit plan would particularly help parents in poorer parts of the city, where low-performing schools are common.
"We're talking about giving the middle class the opportunities that the wealthy have," he said, adding that the plan would allow parents to send their children to "schools of their choice and to find there the very best of education that is available — academically, spiritually, morally."
Several Catholic and Jewish leaders also said that the plan could allow parents to take their children out of overcrowded public schools and place them in private schools instead.
"There are plenty of parochial schools in our area that are in danger of being closed," said the Rev. Michael L. Gelfant, who teaches at St. Anselm School in Bay Ridge, Brooklyn. "This is something that can start to help those schools and the parents who cannot afford to send their children there."
Michael Cooper contributed reporting for this article.
שטייט ביי יונה הנביא, אז ווען דער שיף האט זיך געהאלטען ביים טרינקען איז ער אפארגעגאנגען
און זיך געלייגט שלאפען. האט דער בריסקער רב געפרעגט, געוואלד, די שיף האלט דאך ביי'ם
טרינקען, יעדער דאווענט צו זיין גאט, פארוואס האט יונה הנביא נישט געשטעלט דאווענען? נאר, האט
ער אויסגעפיהרט, אז זיי דאווענען צו זייערע גאט, שטעלט מען זיך נישט מיט מיט
זיי, אפילו אונז דאווענען צו'ם באשעפער. בעסער זיך צו לייגען שלאפען.
לא לכם ולנו לבנות בית אלוקים.
בא ללמד
אמת טאקע, אז די פשוטע אידען וואס זיינען פארפיהרט דורך זייערע רבי'ס אדער ראש ישיבה'ס זיינען
געווען ביי בארג סיני אבער איך האב מורא אז א טייל פון די אזג. "גדולים" וואס דו האסט
אויסגערעכענט האבען נישט.
נשלח ב-10/2/2006 22:23
עס שטעלט זיך ארויס אז קערי'ס פרעדיקשאן איז געווען ריכטיג. די אזויגערופענע קנאים וועלן זיך נישט צושטעלן צו א ראלי וואס ווערט פאררופען דורך די אגודה, און אויב נישט גענוג - וועט מען נאך שטערן.
עס איז א עקל צו קוקען אויף די פאשקעווילען וואס זענען פארשפרייט געווארען אנטקעגן די ראלי און די אגודה, אנגעפילט מיט אמפערס פון שנאה צו א ארגאנאזאציע וואס טוט מלאכתו בנאמנות און אלע הינזיכטען לטובת הכלל. א ארגאנאזאציע וואס קוקט זיך צו צו יעדע ביל וואס ווערט נאר געברענגט אין סיי וואס פאר א לעגיסלעיטאר: סיטי,סטעיט, פעדעראל, אז עס זאל נישט קענען ארויסקומען דערפון א רעה פאר א איד ווי ער זאל נאר זיין בארבע כנפות הארץ.
די לגיונות גיסען זיך בלי קצבה. עס איז דאך היינט א דור וואס היפאקראטיע האט נישט קיין גבול.
2) דאס האט ניטאמאל קיין שמעק מיט התגרות באומות. דאס וועט דינען אידען מיט גויים צוגלייך. אבער ארויסוואקען פון העלט קאמישענער'ס אפיס אינמיטען א מיטינג האט יא א שמעק פון התגרות. וויאויך די נארישע סטעיטמענט'ס צו די פרעסע דורך די שפיציגע קעפ פון אונזער שיינע שטאט. די מערכה קעגן ארטיסטען איז אויך מער התגרות, אבער ווער טראכט דען??
3) פלוצלינג זארגט מען זיך פאר ביטול תורה פון קינדער. ביי די ראלי פאר א עוכר ישראל האט מען געמעגט שטיין דריי שעה.
4)אגודת ישראל האט געשטערט די עסקנים אין די מערכה קעגן מציצה. ווייל זיי האבען נישט געוואלט מיטשטיין מיט די חילול השם וואס די לאקאלע חברה מאכען דא אהן מיט די סיטי, איז דעס אז די אגודה האט זיך איבערגעביסען די ליפען און איינגענומען א שווייגעניש איז נישט גענוג פאר די בלוטרייציגע חברה וואס ווערן נישט זאט מיט תאוות השררה, זיי זענען נאך ברוגז אז מען איז נישט נאכגעגאנגען זייערע קרומע קעפ.
5) די טובה פאר ווייסע פארדינער - וואס דאס איז די אלגעמיינע אידישע באפעלקערונג אויסער וויליאמסבורג - איז דאך אין לשער. פונדעסטען שעמט מען זיך נישט צושרייבען אז עס איז בכלל נישט קיין טובה.
אזא פנים טראגט עס . . א זאך וואס א עווריטש משפחה וועט עס שפארען אפאר אלפים א יאר, מאכט מען דערפון שפאט. און דעיע רעדן נאך איין נאכדעם אז זיי זוכען צו באזארגען און מזכה זיין כלל ישראל
נשלח ב-10/2/2006 19:37
ווייסט איינער צו קאשויער רב שליט"א האט מוחה געווען קעגן שמחה פעדלער פאר שטימען (אוםדירעקט) פאר די נייע קאנסול ספיקער די מושחתת וואס זיין הייליגער טאטע זי"ע האט לוחם געווען מיט מסינ"פ דערוועגין?
נשלח ב-10/2/2006 18:53
אין חאד"ס האט כשריקע געמאלדן
אז קאשויער רב שליט"א האט מוחה געווען קעגן די וואס טיען שתדלנות אז מען זאל באקימען שטייער קרעדיט אויף די שכר לימוד וואס מען באצאלט
ווייסט איינער,
וואס האט ער געזאגט?? פארוואס עס איז אסור??
נשלח ב-9/2/2006 19:13
שלום משה איך זעה איך האב געטראפן אין פינטל,
די קענסט מיר זאגן פאר וואס אויב די רבי זי"ע , האט נישט געהאלטן פון גיין צוזאמן מיט די אגידה, און דא קימט א נארישע CJC און זאגט אז יא גיין, הייסט דאס נישט צוברעכן סאטמאר?