אגב די משטרה וואס מען זעהט אזוי רציחה'דיג האקען דאס זענען נישט קיין ציונים, מזרח'סטען אדער ווי אזוי איר ווילט זיי ריפען, דאס זענען בלי ספוק די פרייע פרענקען וועלכע שלאגען אויך אזוי די ווייבער אינדערהיים, אויב ווילט איר וויסען ווי אזא רציחה קימט צי א יוד.
. די חילוק צווישען די סאטמארים אין די מתנחלים איז, די סאטמארים גייען צי זיי אפנעמען די פעטש, דא קימען זיי צי די מתנחלים וד"ל.
נשלח ב-6/2/2006 03:40
נבוכדנצר כ'האב באמת ערווארטעט עפעס מער פון דיר, ביזדערווייל האסטו מיר גארנישט גענטפערט. אגב: אז די בלוט גייטיר אזוי ארויף אין קאפ פאר צער הנשמה, האב איך פאר דיר אפאר שאלות: א: איז די גראבען אויף כביש שש ספק ספיקא ביה"ח אדער א ספק, ספק ספיקא? ב: די ווייסט אז אין גאנץ ארץ ישרא' איז דא די זעלבע ספק נישט קיין חילוק ווי די שטייסט? ג: ווער טוט מער אויף אפצושטעלן די גראבען, די צולאזטע חברה אויפען פעלד, אדער די באזעסענע עסקנים און גדולים? ד: די ווייסט אז הרב ווייס די גאב"ד האט חוה"מ פארהאנדלט אויף א נארמאלען אופן מיט די הויכע קעפ אפ-צושלעלן, און ב"ה אויפגעטון?
נשלח ב-6/2/2006 03:25
מאה אחוז
גלייב מיר אז יעדער ואוס האט מרים יד געווען האלט קליפ אין קלאר אז עס קומט יענעם, דערווייל גלייב איך נישט אז די קענסט מיר ברענגען א געשריבענער היתר פון א רב צו שלאגען העלבראנס יהיה מה שהיה.
נשלח ב-5/2/2006 20:47
אנו משכימים והם משכימים אנו עמלים והם עמלים
נשלח ב-5/2/2006 20:24
אהובי נבוכדנצר
פאר שלמה אלבראנץ איז זיך וואס נישט געקומען? איך גיי נישט אנרירן דיין עצם נקודה, אבער מאך
זיך נישט אזוי "תם", און לייג אריין אזוי בתמימות די פאר ווערטער "ווען די קאשויע אבן געשלאגן
שלמה אלברנץ מער ווי ס'איז אים געקומען...
איך גיי נישט דא אריין אין עצם ענין ונושא צו מ'מעג מרים זיין א האנט אויף קיין שום אידן!
אבער דעם שייגץ טמא איז עס געווען צו ווייניג....
נשלח ב-5/2/2006 20:20
נבוכרנצר
איך קען דיר אזוי פיל זאגען אז מיינער א ידיד איז געווען אין ארץ ישראל און געבעטן פון די חברי הבד"ץ א מכתב פסק הלכה אויף עפעס א נושא, האבען אים סיי ר' משה שטערנבוך און סיי ר' משה האלבערשטאם געזאגט אז ער זאל קודם פרעגן פון הרב אלישיב אויב ער וועט פסקענען וועלן זיי אויך.
אויב די האלטס אז די האסט כולל אינגעלייט וואס קענען מער לערנען פון הרב אלישיב שיק די חברי הבד"ץ צו זיי.
נשלח ב-5/2/2006 19:31
זיי מיר ביטע מסביר פארוואס, אבער פרוביר קודם צו ליינען וואס איך האב פריער געענטפערט
נשלח ב-5/2/2006 08:01
נבוכנדנצר
איך פארשטיי אז ס'איז נישט דיין געוועהנליכע שטייגער צו ענטפערן יעדן פאלנע שרייבער, אבער דאך, האט די אטאז נישט גוט געענטפערט אויף דיין נומער איינס?
נשלח ב-5/2/2006 05:18
כ'הער גוט?
"צו אפאר כולל יונגעלייט וואס ווערן משיגע מיט'ן טאג און פארן צוויי שעה פאר אביסל פאן"
דו גלייבסט אין הישארות הנפש? ווען מען גראבט א קבר פון א איד האט די נשמה צער, קומסטו זאגן פרעכערהייט אז "כולל יונגעלייט וואס ווערן משיגע מיט'ן טאג און פארן צוויי שעה פאר אביסל פאן"
כ'גיי דיר נישט ענפערן אז דאס איז געווען מיט די גוסטהייסונג פון אויסגערופענע תלמידי חכמים (קענען נאך אזויפיל לערנען ווי מרן רי"ש עליאשאוו) ווייל זיי ווערן אלע כולל יונגלייט ווען דו ווילסט
**
צו ערשטן מגיב - איך באלאנג ב"ה נישט צו קיין שום קרייז פון סאטמאר, ביי מיר איז שלאגן מענדל וועכטער פונקט אזא עוולה ווי שמיני עצרת
פארגעס נישט מיין טייער פריינד אז ווען בעלז האט געוואלט שלאגן מאכנובקא - האט ער געהאט בחורים עושי דברו; ווען ליובאוויטש האט געוואלט שלאגן דעם בעל .. (כ'מיין אשכבתא דרבי אויב כ'געדענק גוט - האלא, צבי ביזט דא?); ווען בעלז האט מבער געווען אלע ביתו נאוה קודש איז געווען ווער עס זאל טון די מלאכה, און פון די באבובער מלחמה בדרכי נועם דארף מען ליידער נישט רעדן, אויך די מהומות אין קרית הישיבה זענען נישט קיין סוד, אויך די קאשויער מערדערליכע קלעפ פאר שלמה העלבראנצן אין קאפ ווייס איך נישט ווי ווייט עס איז זיך איהם עס געקומען, און ווען די צאנזער חסידים רופן איהם שמואל דוד גנב שעפ איך נישט קיין נחת, דעם "סאטמאר יאמרו אחותינו היי לאלפי רבבה" בריוול האסטו שוין מן הסתם געזעהן
ווילסט נאך עפעס?
**
נשלח ב-3/2/2006 22:22
ס'איז א שטיקל חילוק פון זיך נישט לאזן ארויס ווארפן פון א אייגן הויז, צו אפאר כולל יונגעלייט וואס ווערן משיגע מיט'ן טאג און פארן צוויי שעה פאר אביסל פאן.
נשלח ב-3/2/2006 22:00
אטאז
דערמאנסט מיך פון די גרויסע צדיקים וואס נעמען פ"ס ווען מען פרעגסט זיי היתכן, גניבה זאגען זיי, די שחורים זענען אויך נישט בעסער.
היינו הך: ער פרעגט זיך א לעגיטימע שאלה אויף דיין קרייז, ענטפערסטו ענק זענען אויף נישט בעסער.