די גאנצע בית מדרש איז געווען א קאך שיסל די וואך וועגן די בריוו, די בריוו האט אויפגעטרייסלט זעהר אסאך מענטשן, אלע פארשטייען גאנץ גיט פארוואס אזיין בריוו קען נישט ווערן געחתמנ'ט דורך מתפללים פינ'ם בימ"ד אויס מורא פין די טעראריסטן, אבער איך האב אליינס געהערט פין זעהר אסאך מענטשן וואס האלטן אויכעט אז זיי וועלן נישט צולאזן אז געוויסע יחידים זאלן רעדן בשמם אין בי"ד כל דבר אסור אויף רבותינו הק' ז"ל.
אפילו מענטשן וואס הייסן "הייסע חסידים" האב איך געהערט זיך אפרעדן פארוואס די הנהלה און די יושבים בבי"ד דארפן רעדן נישט שיין אויפן רב ז"ל, די עולם האלט נישט פין די סארט הנהגות וואס וועט בלייבן לכדי בזיון פאר אלע נעקסטע דורות.
איך האב נאכגעהערט א שמועה אז אינ'ם פסק דין סופי, אהן נפקא מינה וואס די פסק זאל זיין, גייט בי"ד זיך אויכעט אהנגעבן אין מתייחס זיין צו די ניבול פה וואס אונזערע עסקנים האבן גערעדט אין בי"ד אקייגן רבינו ז"ל, אין ס'וועט קיין כבוד פאר אונז זיכער נישט ברענגען.
|
|