בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

שפע חיים תמוה מאוד

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/2/2006 05:03 לינק ישיר 
שפע חיים תמוה מאוד
מצורף קובץ


פרשת בא תשי"ד האט כ"ק מצאנז-קלויזענבורג זצוקללה"ה (מנוסח הקונטרס) געזאגט אז געלט פון רשעים ברענגט "הרס" און "לא יתכן לחזק את הקדושה",

וואס איז נאכדעם געשעהן?

מוז מען זאגן כאן קודם חזרה כאן לאחר חזרה

אדער זו משנה ראשונה וזו משנה אחרונה

אדער צריך עיון גדול

איך האב איין "ענטפער"

הכסף יענה את הכל

אפשר קען מען זוכן עפעס א גוטן תירוץ? מיין חבר האט מיר עס געוויזן היינט נאכן זמן, כ'האב עס געכאפט און געסקענט ווילאנג עס גייט נאך פרשת בא

חמין במוצאי שבת מלוגמא..





דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2006 03:45 לינק ישיר 

נבוכרנצר

דער דאקומענט איז אויך פון ראשי האגודה

פארגעס נישט אז מהריי"ץ דושינסקי איז געווען מראשי האגודה, אין לפי עדות הרב  שך זצ"ל האט בריסקער רב אויך געהייסען גיין פאר די אגודה.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2006 03:34 לינק ישיר 

טובעין

כ'האב נאך דאקומענטן טאקע פון "גדולי האגודה" אבער כ'וועל זיי פאוסטן הערשט מארגן בל"נ איך מוז אהיימגיין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2006 03:33 לינק ישיר 

נאך א ווארט איידער איך גיי צום זיידי

איך זעה אז דו קענסט שווער אראפשלינגען מיין ווערטל אויף די פארשידענע אויסגאבעס פון די גמרות וועלכע קומען ארויס לויטן סדר פונעם דף היומי, איך ווייס נישט אויב דו קענסט מיר, איך בין נישט קיין עומד על דעתי, וועסטו מיר אויפקלערן פארוואס איך זאל חוזר זיין פון דעם ווערטל - וועל איך בל"נ אזוי טון, באותו מקום ובאותו זמן, טאקע דא אויף היידפארק.

1. פארוואס מאכן א ווערטל אויפן חשבון פון סאטמאר הייסט נישט מאכן א ווערטל אויפן חשבון פון אידן?

2. פארוואס מאכן א ווערטל אויפן חשבון פון פארשידענע פירמעס וועלכע פרובירן צו מאכן געלט דורך פארשידנארטיגע גמרות הייסט געמאכט "ליצנות פון די תוה"ק אויף א ביליגען אופן"?

3. דיר באדערט אלע אידישקייט זאכן אדער נאר ווען עס קומט צו דף היומי, וואס איז א מצוה עשה מדאורייתא? פארוואס הייסט נישט "א כפרה, א כפרה" ליצנות געמאכט פון כפרות, און "רבותי מיר וועלן בענטשן" ליצנות געמאכט פון בענטשן, און "נישט אום שבת גערעדט" ליצנות געמאכט פון ודבר דבר און שבת קודש אויף א ביליגן אופן אשר לא היתה מאז היידישיסטן?

4. דו ווייסט דאך אז איך האלט נישט אז דף היומי איז טריפה, איך האלט נאר אז א סאטמערער האט נישט וואס צו לערנען דף היומי, איז וואס מאכסטו א רעש סתם אין דער וועלט אריין?

ווען דו וועסט ענטפערן ווי א מענטש קען מען ווייטער שמועסן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2006 03:31 לינק ישיר 

נבוכרנצר

ליין איבער דעם לעצטער קול קורא  וואס די האסט געברענגט און דו וועסט קענען אביסל פארשטיין פארוואס די גדולים פון די אגודה האבען געהאלטען אז מען מוז נעמען דאס געלט פון די רעגירונג וואס מיר צאלען פאר שטייער, ולו כדי עס זאל נישט גיין פאר בתי ספר חופשיים.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2006 03:26 לינק ישיר 

מצורף קובץ

2.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2006 03:24 לינק ישיר 

מצורף קובץ

צוריק צום ענין...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2006 03:20 לינק ישיר 

זיידי

כ'זעה אז ביז אהער האט דיך גארנישט געבאדערט, ביזווילאנג מען האט מען חוזק געמאכט ל"ע פון:

1. דף היומי (לשיטתך)

2. ליפא שמעלצער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2006 02:52 לינק ישיר 

בבל טייערער, כנראה אז די ביסט פון די *יונגווארג* וואס האלטן זיך קלוגער אפילו פון זייערע רבי'ס און פרעדיגן פאלשע קנאות, ווען סקומט צו אנדערע ענינים פארנעמסטו נישט קיין גלייך ווערטל און שרייסט יאמערליך חי וקיים, געוואלד! ממאכט ליצנות פון אידישקייט, אבער דאס וואס דו האסט געשריבן אויפ'ן חשבון פון לימוד התורה איז אפילו פאר קיין וויץ נישט גלייך סאיז זעהר שווער אנצונעמען דיין געשרייבעכץ אלץ אויטאריטעט אויפן ענין פון בלבול המוחות ווען דו זעלבסט צייגסט א אומקלארקייט בין הטוב ובין הרע, עהרליכע אידן האבן פארשטאנען וואס אזאנס איז דאס קנאות, אמת'ע קנאים האבן געמאסטן יעדעס ווארט שלא יכשלו בלשונם, דערפאר איז דיין ליצנות פון תוה"ק אויף א ביליגען אופן אין בעסטן פאל א צייכענונג פון שוואכע הבנה, און באמת א פשיעה וואס מען קען שווער פארגעבן אפשר וואלט געווען כדאי זאלסט אנערקענען אז הומאר איז נישט פון דיינע טאלאנטן און צוריק ציהען פון דיין נערישע תגובה וואס טוט אגב שלעכט רעפלעקטירן אויף דיין געווענליכען שרייבעריי בטוב טעם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2006 00:48 לינק ישיר 

כ'וועל זאגן די גאנצע דרשה פון דארט אין איין ווארט:

ווער עס איז אין די אגודה, וועט כאפן מלקות ארבעים ליום הדין פארן נישט לערנען דעם היומי, ער קען דאך ענדיגן ש"ס צעהן מאל אין זיבעציג יאהר,

אבער דער וועלכער עס באלאנגט נישט צו די אגודה ווייל לדעת רבו איז עס סותר די עיקרי האמונה, טאר נישט לערנען דעם דף היומי, ווייל דורכדעם ווערט ער בעל כרחו אריינגעשלעפט אין די אגודה, איבערהויפט ווען זיי מאכן די גרויסע סיומים וכו'

מען האט שוין געשריבן מיליאן מאל איבער דעם ענין פון דף היומי, סתם צו ענטפערן נארישע תגובות, פֶּע, סאטמאר, כותל, דף היומי, איז גוט פאר קינדער אין חדר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2006 00:44 לינק ישיר 

היות ווי *זיידיאנטשי* איז נישט דער ערשטער וואס רעדט זיך נעבעך אפ וועגן מיין תגובה אויף די פארשידענע אויסגאבעס פון די גמרות, ווי גלייך איך מאך חלילה ליצנות פון די גמרא

סך הכל האב איך ציטירט א ווערטל אויפן חשבון פון די אלע אויסגאבעס, וואס האט עס מיט די גמרא, און מיט דף היומי? כ'האב דען חוזק געמאכט פון א גדול, פון א נאמען פון א מסכת, אד"ג? כ'האב געשריבן א ווערטל צונויפגעמישט פון די אלע אויסגאבעס, סך הכל א "ביזנעס זשאוק"
 
ווען עס קומט צו אנדערע זאכן ווערט איהר אלע אויך אזוי ערנסט, אדער נאר יעצט?

נאך א נקודה. ביזט גערעכט אז דף היומי איז א חלק פונעם התבדלות, טאמער מיינסטו אז כ'האב עס נישט אינזינען געהאט בשעת שרייבן, האסטו א טעות, אבער וויבאלד ס'איז קיינמאל נישט ארויס מפי אותו צדיק א איסור אדער אפילו כמו איסור איבער דעם, האב איך עס דירעקט נישט געשריבן

פאר די אלע נייע חברה דא לייג איך א לינק פון א אלטע שמועס איבער דף היומי

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topicarc.asp?whichpage=2&topic_id=1304099



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2006 21:26 לינק ישיר 

נבודכנצר, מורא'דיג.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2006 18:08 לינק ישיר 

קוק די צווייטע תגובה אין דעם אשכול: http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?whichpage=1&topic_id=1779853 וועסטו פארשטיין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2006 18:03 לינק ישיר 

זיידע, זיי מסביר פון וועם פרובירסטו יעצט חוזק מאכן פון הרה"ק מהרי"ד מבעלזא , הרה"ק מנחת אלעזר אדער הרה"ק רב"ץ מ'באבוב



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2006 17:50 לינק ישיר 

איין פרט וואס האסט פארגעסן אינעם גאנצן תורת התבדלות, איז דער חטא ועון נורא פון "דף היומי" ר"ל (ועיין עוד סוכה נב: וברכות ה.) וד"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2006 16:54 לינק ישיר 

מצורף קובץ

פון מרא דארעא ישראל ח"ב עמוד רל"ד

עטליכע אויסצוגן פון דעם בריף:

על מחלוקת שהיא לש"ש שידענו ששני הצדדים כל מחלוקתם בשביל האמת אין בזה שום חסרון ולמנצח זמרו למלך שמנצחים אותו ושמח

מורא'דיגע דיבורים

הלואי זאל עס אזוי זיין אויך בזמנינו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > שפע חיים תמוה מאוד
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext