איך האב געהערט אז די זאלונים האבן פארגעשלאגן אז זיי זענען גרייט זיך אראפצוזעצן פארהאנדלען א פשרה, און אז מארגן גייט זיין א גרויסע מיטינג אין ראוז גארדען פון אלע ראשי הקהילה פון גאנץ סאטמאר וויאזוי מענטפערט דערויף. איינער האט מער פרטים?
נשלח ב-7/2/2006 06:54
די האט יעצט עפעס גענפערט?
אדער האסטו סטאם אזוי גערדט?
נשלח ב-7/2/2006 06:46
ראדני152 אהא אויף דעם סמך אז בעטן א גאנצע יאר אז עטס זאלטס ענק שטעלן ווי אידען צי א דין תורה איז א JOKE זענען מיר ליידער די הולכי בערכאות שלא ברשות בי"ד , די קענסט ווערן דער נעקסטער טשיף .........
נשלח ב-7/2/2006 05:47
שוין דאנערשטיג גייט שוין נאכאמל זיין די דזשאק פון וואך. ווען דער בלאט גייט שריין מיט גרויסע קידש לבנה ווערטער. מיר ווילן גיין צו דין תורה. שטעלט אייך צו דין תורה. יעדער נארמאלע מענטש ווייסט דער שקר. וואס ליגט און די ווערטער
נשלח ב-6/2/2006 16:50
די דיינים גייען טאקע זיין די דייני הקהלה, דער דיין הרב הערש לייב בערנשטיין שליט"א דער דיין הרב דוד הירש שליט"א דער דיין הרב אברהם וואלף שנעבאלג שליט"א דריי ערליכע דיינים וואס וועלן פסקענען כפי פסק השלחן ערוך, און נישט כפי פסקו של המשתמש בקודש.
נשלח ב-6/2/2006 07:52
בא ללמד אזוי ווי ענק פלאנען צו גיין צו א בית דין. וויל איך ענק זאגן אז עטס דארפסט גיין צו 152 ראדני קהל'ס בית דין.
ווייל ווער עס געדנקט נאך ביי די אלטר משה פרשה האט ר' אהרן געשריבן אז נאר קהל'ס בית דין קען פאסקענן. ווייל עס איז א יורה דעה אין אורח חיים שאלה.
און אזוי ווי הלכות ירושה וחזקה ברבנות שאלה. שטייט אין אורח חיים. ביי א דין פין א שליח ציבור. אין א חלק אין יורה דעה.
אין ביי א יורה דעה אין אורח חיים שאלה. האט דאך ר' אהרן מודה געווען אז קהל'ס בית דין איז דער פוסק.
קענט עטס נאר גיין צו קהל'ס בית דין. וואס ענק גייען קיין מאל נישט טין
גייט לכוראה ר' אהרן אליין גיין אין קארט אינטערשרייבן די פעיפערס.
נשלח ב-6/2/2006 05:19
מיטינג איז געווען דריי אזייגער, ס'איז געבליבן אז מ'גייט גיין צו דין תורה, אבער נאר אן קיין תנאים, און אויך גייט מען רעדן פון די רבנות. קהל רופט רז"ל צו דין תורה פארן איבערווארפן זייער באשלוס פון אויפנעמען דעם רב פאר רב הצעיר.
נשלח ב-5/2/2006 22:20
אינטרעסאנט!!! רבי מאטעלע, (כבודו במקומו מונח), וואס איז געווען דער ערשטער וואס האט זיך צוקריגט מיט זיין עלטערן ברודער, מען האט זיך זייער מיאוס ארום געריסן אריבער צוואנציג יאר, ווערט מיר פלוצים דער בעל השלום, ער וויל גאר שלום מאכן, WHAT A JOKE
תוקן על ידי - כל_העולם - 05/02/2006 22:30:29
נשלח ב-5/2/2006 21:26
די מעשה מיט ר' מאטעלע איז געווען, אז ער האט אנגעקאלט פאר שבת ר' בערל פריעדמאן און געזאגט אז אזוי ווי עס גייט זיך עפענען די וואך די נייע ביהמ"ד פון די אהרונים אין מאנסי וויל ער אויסארבעטען עפעס א שלום אין מאנסי, וואס ר' בערל האט אים גענטפערט אז מיט אים [ר' מאטעלע] קען ער גארנישט אויסארבעטען ווייל ער איז א נוגע בדבר, אזוי ווי מ'זעהט רופט ער שוין לעצטענס נישט קרית יואלער רב שליט"א אויף זיינע שמחות ווייל ער רופט זיין טאטע אין קוארט [ע"פ לשונו] ממילא קען ער קיין פארמיטלער נישט זיין, נאר אזויווי ער [ר' בערל] איז נישט איינער אליין עס איז דא גאנצע קהל מיט טובים קען ער עס נישט אליין אפפמאכן, אין ער וועט עס אויפברענגען ביי א מיטונג,
די מיטונג איז אבער פאר נאך פילצאליגע ענינים.
גראדע הער איך יא אז מ'רעדט עפעס אז די זאליס האבן פארגעשלאגן צו גיין צום דין תורה.
נשלח ב-5/2/2006 21:12
למעשה האב איך שוין געהערט היינט עפעס רעדן דערוועגן, עפעס האט דאס שייכות מיט ר' מאטעלע.
איך פערזענליך האלט אז עס איז נאר א מאנעוורע פון די זאליס צו שפילן פארלוירן.
נשלח ב-5/2/2006 20:23
עס איז גערופן געווארן א גרויסע מיטונג ווי עס וועלן זיך באטייליגען אלע ראשי וטובי הקהלה פון גרעיטער ניו יארק אויף היינט מיטאג אום 1:00 אזייגער אין זאל פין ראוז קעסטעל.
אבער עס האט גאנישט ציטוהן מיט א שלום פין די זאליס, זיי האבן קיינמאל נישט, און וואלטען קיינמאל נישט פארגעשלאגן א שלום, ווי דערדרוקט זיי זאלן נאר נישט זיין,
נשלח ב-5/2/2006 20:17
למעשה, וואס איז מיט דעם מיטינג היינט אין רויז קעסטל, איך ווייס זיכער אז עס איז גערופן א קהל'ס מיטינג היינט 1 אזייגער.
נשלח ב-5/2/2006 08:38
אזוי ווי אליעזר אין משה האבען אנגעזאמעלט די אלע יארען אסאך MILAGE וועט מען זיי לאזען פאהרען אימזינסט אפילו זיי וועלען נישט זיין דער פיילאט
נשלח ב-5/2/2006 08:17
סאטמאר האט שוין לאנג צוריק געוואלט שלום. נאר די ארוינים האבן נישט געוואלט. עפשר יעצט אז זיי ווייסען שוין אז ראזענוואסער וועט זיי גאנישט געבן. און די אפיל קארט גייט זאגן וואס באראש האט געזאגט. אז די רבי איז בעה"ב. איז עפשר זענען זיי שוין מסכים פאר א שלום. אבער איך גלייב . אז אפילו יעצט ווען זיי שטייען אזוי שוואך וועלן זיי אויך נישט מסכים זיין פאר שלום. זיי וועלן ענדערש אלעס דערלייגן ווי מאכן א שלום
די נייעס איז מיר זייער מאדנע, איך בין איבערצייגט אז די זאליס וועלן שלום מאכן נאר דאן ווען זיי וועלן זיי זען דעם שטריק אויפן האלז, עס קוקט מיר נאך ווייט נישט אויס אז זיי זאלן האלטן דארט. בפרט ווען איך האב נישט געהערט די נייעס פון קיינעם.
איך בעט ווער עס האט עפעס אינפארמאציע איבער די נושא זאל עס ארויפלייגן אדער שיקן פאר מיר פריוואט. אויב איך באקום נישט קיין באשטעטיגונג אויף די נייעס ביז א טאג צוויי וועל איך עס מוזן אראפנעמען.