דער אלטער יעקער האט מיט ווינדער געקוקט אויף די חסידים און זאגט זיי וואס וויינט איר אזוי "אלע יארען אין די צייט וועט איר קוגעל עסן".
די מעשה טוט אפשפיגלען דער היינטאגער חסידות .
אלע וויסען דאס אז חסידות האט באנקראטירט און האבען גארניט צו פארקויפען און אפילו זיי אליינס טוען דאס ניט לייקענען, פון דעם רבי לאכען זיי זעלבסט און זאגען קלאר אז ער וויל נאר זייער געלט.
און ווי אויך איז די חסידות א גוטער טרעף פונקט ווי מען טרעפט זיך מיט אלטע פריינט, מיט וועם מען האט פארברייכט די יונגע יארן , און דער גרויסער שול איז ווי געווארען א טרעפ פונקט סטאנציע פון ווי מען גייט מיט פריינט צו שוווילטוגען.
איין זאך וואס די חסידות קאנטרוילירט און וויל זיך ניט שיידען דערפון איז די מוסדות .
מוסדות איז א גרויסער ביזנעס ביי זיי, עס געט עס רעכט צו שנארען און ווי מען ריפט דאס אין אמעריקע מיט א שיינער נאמען Found Raising און ווי אויך קימען צו די שטאטישע פראגראמען און פאנדען.
אבער דער עיקר איז אז מיט האבען קאנטרויל אויף מוסדות החינוך איז מען ווי גארענטיד אז אויפן קומענדיגען דור וועט דער דאזיגער חסידות ארגענעזעשאן אנהאלטען מיט די נייע סאלדאטען .
אוי וויי, איך ווער שוין אויס חסיד, חסידים מאכען נאר חוק לערנערס, אוי וויי, וואס וועט זיין
מיט די חסידים.
אבער ביי די יעקערס, ביי זיי וואקסט מען אויס צו זיין רשב"א'ס און שאגת ארי'ס, ווער קען
פארגלייכען די יעקערישע מוסדות צו די חסידישע, חסידים זענען פרימיטיוו און ציען אויף קינדער
צו זיין צוריק געשטאנען.
די טיפש די ראצער, חסידות האלט אידישקייט, וועדער יא לייק איט אר נאט.
און זעהט אויס אז דיר ר' ראצער האט מען נישט געלערענט קיין קרוי וכתוב, נישט קיין ענגליש נישט
קיין אידיש קענסטו שרייבען.
נשלח ב-5/2/2006 07:50
וועקטס ענק אויף. פון דער מאמר זעהט אויס, אז ראטזער איז טאקע א תולדה פון די חסידישע הויפן וואס ער באדויערט אזוי.
נשלח ב-5/2/2006 18:24
נבוכדנצר, אזוי האט דער צאנזער רב געזאגט?
נשלח ב-5/2/2006 20:31
ראצער
די בעסטע פון דיין גאנצע טיפשות איז דיין ספעלינג...
found raiser
דו האסט נאר געוויזען אז דו ביסט א אפגעריסענער וויליאמסבורגער... נישט קיין קרוין הייטסער
און נישט קיין וועסט סיידער
נשלח ב-6/2/2006 03:51
"ראטצער" כשמו כן הוא;
א יונגאֿטש ואס ביז לעצטענס פלעגט ער קומען שבת אין שול אין אנמאכען קופקעס אינדרויסען רעדענדיג דברי כפירה און ניבול פה ביים דאוענען:
ביי זיין איגענע קהילה איז ער אן אויסווארף מוז ער נעבעך קרעמלען אין אן אנדער בית המדרש