בית פורומים כל העולם כולו

וואס גייען די אהרונים טון נאך ראזענוואסער?!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/2/2006 03:39 לינק ישיר 
וואס גייען די אהרונים טון נאך ראזענוואסער?!

זייט דעי קנאקעדיגן דורכפאל פון די אהרונים שמיני עצרת, ווען דער אייבערשטער האט זיי ארויסגעווארפן פון ראדני דורך אפאר פון זיינע געטרייע שליחים, זענען זיי שווער צוזיך געקומען פון די דורכפאל, און זיי האבן געוואלט צורייסן זייערע פארפירערס וואס האבן זיי שוין די טויזנטסטע מאל אריינגעפירט אין באד אריין, מיט די וועש...
אבער זייערע פארפירערס האבן זיך געטרייט צו דיפענדן, און זיי האבן צוגעזאגט פאר זייערע קעלבעלעך אז סוועט אלעס זיין גוט, סדארף נאר קומען נאך א מיטואך, און אלעס וועט זיין אזוי ווי זיי ווילן.
פארשטייט זיך אז סאיז שוין אדורך ווייסעך וויפיל מיטוואכס, און דערווייל זענען די אהרונים ווייטער געהרעיג בעה"ב אין 152 הופער. און אין 163 ראדני. און די קעלבעלעך בורטשען כסדר פאר די פארפירערס, אבער ראזענבערג און האראוויטץ זאגן נאן סטאפ אז סוועט זיין גוט.
ווען די אהרונים האבן שוין ארויסגעגעבן זייער פאלשע דרעפט פון די אפיעלס קאורט, און מהאט שוין געזען אז זיי גרייטן זיך אויפן ערגסטן ביים אפיעל, נאר זיי טרייען צו ספינען די בעסט וואס מעגליך פאר זיי ביים אפיעל, האבן שוין רוב אהרונים אנגעהויבן זען אז סאיז צרות, און אנגעהויבן דרייען א קאפ פאר זייערע פארפירערס, און געסטראשעט מיטן ערגסטן אויב זיי גייען פארלירן.
דעמאלטץ האבן זיי גענומען א נייע סטרעטעזשי, אז זיי גייען פארקויפן אז ראזענוואסער ווארט אויפן אפיעל, און ער וועט שוין מסדר זיין יעדעם.
למעשה ווי סהאלט יעצט, זאגן זיי שוין אליין שטילערהייט אז פון ראזענוואסער גייען זיי אויך גארנישט האבן, און די פארפירערס האבן נאך נישט קיין וועג ארויס וואס מגייט זאגן פאר די קעלבעלעך ווען ראזענוואסער וועט זיי לייגן אין בית החיים... לעבעדיגערהייט...
יעצט קומט די מיליאן דאלער שאלה: וויאזוי גייט אויסקוקן די מאונראוער וויזשניצער פארטיי נאכן סתימת הגולל פון ראזענסוואסערס פסק?!
גייען זיי גענצליך צופאלן?! וויפיל פון זיי גייען סוויטשן פארטי ליינס?! גייען זיי שוין דעמאלטץ איינזען וואסארא טיפשים און משוגעים פירן ענק?!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2006 23:07 לינק ישיר 

יעצט איז הערשט אקטועל די קשיא אויפן קעפל איינער ווייסט דעם תירוץ ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2006 22:41 לינק ישיר 

יאנקל האסט מסתמא געוואלט שרייבן XYZZYX לאמבער ניין ?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2006 22:37 לינק ישיר 

זייער פשוט,
אויב XYZ לאמבער למשל שלאגט זיך אויף א בילדינג,
און ער פארלירט אין קארט דעם בעלות אויף זיין בילדינג
טענה'עט ער אין קארט, אז אזוי ווי דער פסק  איז לויט עם א טעות,
און אויב ווארפט מען עם שוין ארויס פארלירט ער זיין ביזנעס
ווייל ער מיז דאך סערוויסן זיינע קאסטאמערס,
דאן קוקן זיי דעם טשענס וואס ער האט צו געוינען
דעם אפיעל און זיי געבן א סטעי,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2006 22:21 לינק ישיר 

יענקעל

די ביסט נישט גערעכט, ווייל דער דזשאדש פארשטייט אז עס איז שאדן צו ווייל די 100 מעמבערס, צו ווייל 82, דער איקער איז פאר אינז איז זייער גרינג צו טרעפן א שאדן, אבער לויט דיינע טענעס איז קיינמאל נישט דא א טשענס צו באקימען א סטעי, לאמער זעהן אויב די קענסט דא אראפ לייגן לויט דיין וועג, א משל ווען מ'באקימט יא א סטעי,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2006 21:46 לינק ישיר 

האט בטחון,
דו מישט צוזאם דעם סטעי מיט דעם אפיעל,
יעדער פארלירער האלט אז דער דזשאדזש האט געמאכט א טעות,
און ער גיט אריין א אפיעל, נאר אויב האט ער irreputable damage 
בעט ער אז ביז צום אפיעל זאל מען אפהאלטן דעם פסק,
יעצט דו קענסט נישט בויען דיין שאדן אויף דיין טענה אז דער
דזשאדזש האט געמאכט א טעות, ווייל דאס איז לויט דיר, אבער
לויט דעם דזשאדזש ביסטו דער וואס איז נישט גערעכט,
פארגעס נישט, די אפעללעט דזשאדזשעס ווייסן אז דו האסט
שוין געגעבן אלע טענות פארן דזשאדזש און אז ער האט דאס
אפגעווארפן, דיין טענה איז נאר אז דער דזשאדזש האט פארזעהן
און געמאכט א טעות אין געזעץ און נישט אין די פאקטן,
סא, דיינע פאקטן איז נאר דאס "דיינע פאקטן" און דאס האט
בכלל נישט קיין השפעה אויף די אפפעלעט דזשאדזשעס.

ביי דע וועי, איך וועל רעדן מיט ר' בערל פריעדמאן,
ער זאל אריין לאזן דעם רבין אין די סוכה,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2006 21:43 לינק ישיר 

נעבך ענק רעדן פון א סטעי שמעי בלא בלא בלא, מען גייט אי"ה נישט דארפן קיין סטעי, נאך א זאך די ווייסט נישט וואס די רעדטס וועגן ראס סט, ווייל עס בלאנקט נישט פאר קהל, עס באלאנגט פאר א פרייוועט מענטש



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2006 21:42 לינק ישיר 

האט בטחון איך מיין אז מען דארף שוין נישט קיין סטעי פון די אפעלאט ריכטער האט בטחון שלמה המלך כשריקע HAPP האבן מיר פיר פעסטע ריכטער, און זיי וועלן געבן דעם סטעי, ווער פון די פיר, זאלן זייין די פרעסיידינג דזשאדזש לאז איך פאר ענק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2006 21:29 לינק ישיר 

יענקעל

ביסט נישט גערעכט מיט וואס די שרייבסט דא,

ווייל אייביג ווען איינער גייט נעמען א סטעי, איז זיין טענה אז די דשאדש האט נישט גיט געפאסקענט, און זיי פארלאנגען פון אפילס איבער צו דרייען די ערשטע פסק, און אינזער טענה וועט זיין אז ראזענוואסער האט נישט גיט געפאסקענט, און דער רבי האט עם יא ארויס געווארפן, נאר איין פראבלעם איז דא פאר א סטעי דארף זיין א שאדן וועלן די 100 מעמבערס טאנען אז עס איז יא אקעגן רבי'נס רצון, און זיי ווילן נישט,

איך האב אריין געטראכט אז פאר אינז איז זייער גרינג צו טרעפען נאך שאדן'ס, למשל 82 וועט האבן א טענה אז זיי האבן א ליעס מיט ר' יענקל, פאר די ראסס ביהמ"ד, און 82 האט אריין געלייגט אסאך געלט און די טענט, און אויב בערל נעמט איבער וועלן זיי שאדן האבן אסאך געלט, ווי אויך וועגן ויואל משה ווי וועט 82 לייגן די קינדער? די קעמפס? די רבי וועט האבן א טענה ער וועט נישט האבן קיין סוכה,

איך האלט א יעדע נארמאלע דשאדש וועט פארשטיין אז עס וועט זיין א גרויסע שאדן, און ער וועט געבן א סטעי, ביזן אפיל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2006 21:28 לינק ישיר 

שלמה המלך
אאפפפפפפפססס!!!
וויש דיר אפ די שפייעכטס און כאפ א אטעם, נעם אריין א צוויי דריי וואליום'ס
דיך צו בארוהיגן, ווייל עס קען דיר חלילה שאטן צום געזונט,

שלמה'לע, נישט מעלעריש, מעגסט נעמען מיינע תגובות
און טויש א ווארט אדער צוויי מען זאל מיינען אז ס'איז דיינע
חידושים,
ווייל סוף כל סוף, דיין רב טיט דאך אויך אזוי,
גנב'עט חידושים פון רעכס און לינקס, שטעלט ארויף זיין נאמען
מען זאל מיינען אז ס'איז אייגען'ס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2006 21:10 לינק ישיר 

האט בטחון,
לייג צו קאפ, אויב פסקעט ראזענוואסער אז ר' בערל איז פרעזידענט, איז דאס פאר איינס פון די צוויי טעמים, אדער איז דער רבי נישט בעל הבית און דער רבי קען עם נישט ארויס ווארפן, (לכאורה האט ער נישט קיין רעכט אזוי צו פסקענען נאך באראש'ס פסק) אדער אז ער האלט אז דער רבי האט "נישט" ארויס געווארפן ר' בערל'ען, און ער האט נישט אנגענומען די 100 עפידעוויטס, אלזא איז דיין טענה אז מען טיט אקעגן רצון פון רבין אינגאנצן אפגעפרעגט ווייל לויט ראזענוואסער איז דאס "נישט" אקעגן רבי'נס רצון,

די צווייטע זאך בנוגע אז מיר האבן ווי צו זיין, איז לגמרי נישט קיין טענה, ווייל זיי גייט נישט אן צו דו האסט ווי צו זיין צו נישט, אדרבה זיי קענען ענק זאגן אז פונקט ווי די אהרונים האבן זיך געטראפן א פלאץ ווי צו זיין, גייטס עטץ אויף און טרעפטס ווי צו זיין ביז צום אפיעל, נאכאמאל, אז דו האסט נישט ווי צו זיין איז נישט קיין טענה, ווייל דאס איז נישט דיין אייגענטום, דאס איז א בית המדרש, און אויב שמעקט דיר נישט זיך אינטערווארפן אינטער ר' בערל פריעדמאן, דאן זיך דיר א צווייטע ארגעניזאציע ווי צו זיין א מעמבער, (דאס איז לויט די מיינונג אז ר' בערל איז פרעזידענט).




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2006 20:49 לינק ישיר 

יענקעל

קודם נאך Nov 30 האט אינזער לויער סקאט מאלען אריין געגעבן, פאר ראזענוואסער פעיפערס פון א פאר 100 מעמבערס, אז ער פארטערעט קהל, און אז דער רבי האט ארויס געווארפן בערעל, יעצט וועלן די מעמבערס, טאנען אז עס איז א רעלידשס שאדן אז מען טיט אנדערש ווי די רבי וויל, און אויך אז די רב וועט נישט האבן ווי צו דאווענען,

דיין פראגע, לויט דיר, פארוואס ווען איינער איז אינדרויסן 4 יאר האט ער נישט קיין שאדן, ווייל ער האט שוין אן אייגענע ביהמ"ד, און ער דארף נישט האבן ראדני אויף די מניט,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2006 20:26 לינק ישיר 

האט בטחון,
קיקט אויס אז דו ווילסט באמת פארשטיין
נאר ביסט נישט קעיפאבעל אליין צו פארשטיין
וועל איך מקיים זיין דעם עזוב תעזוב,

קודם א פראגע,
לויט דיר, פארוואס ווען איינער איז אינדרויסן 4 יאר האט ער נישט קיין שאדן,
אדרבה, ער האט נאך א גרעסערן שאדן, א 4 יעריגער שאדן,

נאר דאס הייסט נישט קיין אומפארעכטבארער שאדן, דאס היסט דו גלייכסט נישט דעם פסק,
דו ווילסט מען זאל איבערדרייען דעם פסק ווייל עס איז נישט לרוחך, לויט דיין ווילן,
און נישט דאס הייסט irreputable damage , אויף דעם אופן גיט מען נישט קיין סטעי,
נאר מען ווארט ביז נאכן אפיעל, און דאן איז מען מחליט אויב דרייט מען צוריק צו נישט,
irreputable damage מיינט א שאדן וואס מען קען נישט צוריק דרייען.

לאמיר זאגן למשל אז ראזענוואסער גייט פסקענען אז ר' בערל איז פרעזידענט,
(ווייל אויף דעם איז דאך געבויט אונזער דיסקאשן)
הייסט דאס אז ער האלט אז ר' בערל איז דער לעגאלער ערוועלטער פרעזידענט,
און אז ער דארף ווייטער דינען אלץ פרעזידענט, (זעלבסטפארשטענדלעך אז ער וועט
ברענגען זיינע טעמים דערצו) איז דאן נישט קיין נפקא מינה צו חיים שלמה ווערהיימער
אדער מאיר ראטה גלייכט דאס צו נישט, פונקט אזוי ווי ס'איז נישט קיין נפקא מינה צו
חיים אליעזר גראס מיט חיים העללער גלייכן נישט אז יאנקל כהנא זאל זיין פרעזידענט,

איז דער פרעסיזשאר פון אפיעל אז מען גייט קודם צוריק צום זעלבן דזשאדזש
(ראזענוואסער) מען גיט עם פאפירן פאר א אפיעל
און מען בעט א סטעי, געווענדלעך ווארפט ער דאס אפ, (ווייל ער איז דאך דער וואס האט אזוי 
געפסקעט) דאן גייט מען צום אפעלעט, או מען דארף זיי ווייזן דעם אפיעל וואס מען האט געגעבן
פאר ראזענוואסער און זיין דינייעל, דאן זענען זיי מחליט צו זי נעמען בכלל אן דעם אפיעל און אויב יא
קיקן זיי אויב ס'אז דא  irreputable damage א שאדן וואס מען קען נישט ערזעצן צו געבן א סטעי
ביז צום אפיעל,

סא, צו שרייבן אז ענקער לויער וועט זאגן אז די מעמבערס וועלן יא האבן שאדן, ווייל זיי גלייכן נישט ר' בערל פריעדמאן אלץ פרעזידענט, איז זייער נאריש, ווייל יעדער פארשטייט אז עס זענען דא מאנכע מעמבערס וואס ווילן נישט ר' בערל 'ן און  מאנכע וואס ווילן נישט יאנקל מיט שאול אלץ פרעזידענט, פארדעם מאכט מען דאך וואלן, צו זען ווער עס האט רוב, און אויב האלט דער דזשאדזש אז ר' בערל האט געווינען די אלטע וואלן, דאן איז ענקער רצון אינגאנצן נישט מאסטגעבן, מען האט ביים קארט אינגאנצן נישט גערעדט און נישט געגעבן קיין שום עפידעוויטס פון קיין מעמבערס אז דער וויל יאנקלען אלץ פרעזידענט און דער וויל ר' בערל'ען אלץ פרעזידענט, דאס איז בכלל נישט געווען קיין אישוי, און דאס הייסט נישט irreputable damage ווייל ביי יעדע קעיס האט איין צד שאדן און איין זייט געווינט, און דאס איז נישט א בארעכטיגע טענה פאר א סטעי,

איך האב אז דו האסט פארשטאנען, והדברים פשוטים מאוד.






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2006 19:27 לינק ישיר 

האט בטחון איך האב עס אויך אייביג, ווען יענקעלע האט נישט וואס צו זאגן שרייט ער,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2006 19:24 לינק ישיר 

קענסטו דאס אפשר איבער שרייבן אויף אידיש???
ווייל די שפראך וואס דו שרייבסט,
פארשטיי איך נישט קיין איין ווארט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2006 19:24 לינק ישיר 

דא האסטו מיינע צוויי תגובת וואס האט נישט באקימן א געהריגע תירוץ,

יענקעל

ווען ענק האבן אפילט באראש'ס פסק האבען עק נישט געהאט קיין שאדן, ווייל ענק זענען שוין סיי ווי געווען אינדרויסען פאר 4 יאר, קענען ענק אויסהאלטען נאך א יאר

אבער אינז וועלן האבן א גרויסע שאדן אויב ח"ו אינז דארפן גיין, און א יעדער נארמלער מענטש פארשטייט אז עס וועט זיין א שאדן פאר אינז, און דער דשאדש אויך, וועגן דעם געב איך 90% פאר א סטעי

מקוה איד ווען מ'גייט גיין צו די אפילס קארט נעמען א סטעי, (אויב מען וועט דארפן איך האף אז נישט), וועט אינזער לויער אי"ה זאגן אז פאר די מעמבערס איז יא א חילוק ווער דער פרעזידענט איז, און זיי ווילן נישט ר'בערל פאר פרעזידענט, אין אז די מעמבערס ווילן עם נישט איז יא דא א גרויסע שאדן פאר די מעמבערס,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וואס גייען די אהרונים טון נאך ראזענוואסער?!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext