מעשה רב! מיט א בי"ד סיין אין וויליאמסבורג
מעשה רב
נעכטן איז מיין חבר פון בארא פארק געווען דא אין שטאט, צוליב א סכסוך מיט א איד וואס ער האט, ער איז געווען ביי הרב זעלטענרייך שליט"א אב"ד טשאקאווע אויף פען סט., דורך שמוסען דער ענין, דערנאך איז ער געגאנגען עפעס איינקויפען און נאכדעם כאפן די בארא פארק באס ביי ליע עוו. און ווילי סט.
אזוי שטייענדיג ביי ליע און ווילי זעהט ער א ריזיגע טאוועל הענגען אויף די זופניק כולל בילדונג, ווי עס שטייט בית דין צדק דקהל יטב לב דסאטמאר, פאלט אים איין א בליץ זיין בר פלוגתא איז א סאטמארער, ער וועט אריין גיין און פארלאנגען אן הזמנה.
ער שפאנט אהין אן קומט אן צום טיר איז דא א בעל דארט א קלינגט דער בעל, און נאך דריי קלינגעס פרעגט א קינד ווער איז? זאגט ער זיין נאמען און מען באזט אים אריין.
ער שפאצירט ארויף די סטעפטס צווי שטאק, די הארץ קלאפט אים האסטי, ער ווארט מיטן אטעם צו טרעפן דארט דער הגה"צ ראב"ד והגאונים חברי הבית דין צדק שליט"א ער קומט אן אויבן הערט ער ווי א קינד וויינט ער טראכט ביי זיך אפשר איז דא א דין תורה דארט פון קינדער, די מחשבה לויפט אים שנעל.
ער קלאפט אפען טיר, ער הערט א בת קול ענטפערן...
עס פאנגט זיך אים אן צו ווארפען...
א פרוי עפענט אויף די טיר ברייט מיט א קינד און דער האנט, וואס ווילט איר פרעגט זי, די סאטמאר בי"ד זיך איך ענטפערט ער. די סאטמאר בי"ד פרעגט זי מיט ווינדער, וואס זיכט איר עס אין מיין הויז?
א סיין אנדעראויסען זאגט אז דא איז עס, איך זעה נישט קיין אנדערע טיר, עס איז נישט דא קיין בי"ד דא, די סיין מיינט גארנישט, דאס איז מיין הויז און נאר איך וואוין אין די הויז און דרייט נישט קיין קאפ.
ער שפאצירט אראפ די סטעפס מלא חימה אפען בי"ד, מיט א טרייסט אז אינדעראויסן אפען סיין שטייט זיכער א טעלעפאן נומער ווי מען קען זיי רופען, ער וועט זיי אנרופען אן שטעלטן די זאך קלאר וואס די גייט פאר.
ער קומט אן אינדעראויסן דרייט זיך די קאפ צוריק קוקן אפען סיין נישט דא קיין טעלעפאן נומער, ווי א בי"ד אין דער אלטער היים פארן ערשטן וועלט קריג... ער איז אוועק פון דארט מיט ליידיגע הענט און מיט א זאק מיט קשיות.
טייל קשיות...
איז דא א בי"ד יא אדער נישט?
פארוואס הענגט א סיין אויף א הויז פון א פריוואטע מענטש?
לייג כאטשיג א צעטעל אפען טיר א זיד סיין מיינט גארנישט עס איז נישט דא קיין בי"ד?
פירט די בי"ד דין תורת?
האבן זיי א טעלעפאן נומער?
ווער זענען די חושן משפט רבנים?
 |
|
|