בית פורומים כל העולם כולו

סעלפאון ?! נישט דא !!! - מוסר השכל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/2/2006 03:58 לינק ישיר 
סעלפאון ?! נישט דא !!! - מוסר השכל

נעכטן ווען ס'איז געווען די עקסידענט אויפן טרואוועי ל"ע, און ס'איז געווען א מעידזשאר טרעפיק, זענען עטליכע אידן פון קרית יואל געווען אין קאורט פייטן טיקעט'ס.

אזויווי די צוויי פאליס זענען נישט אנגעקומען צוליב דעם טרעפיק, האט דער דזשאדזש אויסגערופן אז ווער עס איז דא וועגן א טיקעט וואס ער האט באקומען פון די צוויי פאליס איז באפרייט און ער קען אהיימגיין.

אינצווישן ענדיגן דעם פראצעדור פון באפרייען האט זיך איינעמ'ס סעלפאון צוקלינגען, האט דער דזשאדזש באפוילן אז יענער דארף צוריקקומען קומענדיגע וואך ! יענער האט ניטאמאל אויפגעהויבן, בלויז פאר די אומרעספעקט פארן געריכט מיטן נישט אויסלעשן דעם סעלפאון פארן אריינגיין, האט ער פארלוירן די געלעגנהייט באפרייט צו ווערן פון דעם טיקעט !!!

וואס זאגט דאס פאר אונז, בנוגע סעלפאונ'ס אין די בתי מדרשים ?!?!?!

אוי לנו מיום הדין, אוי לנו מיום התוכחה !



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/2/2006 04:30 לינק ישיר 

נעכטן ביי די הערלכע מלוה מלכה, האט הגה"צ ר' העניך שליט"א דערציילט די מעשה און ארויסגעברענגט די מוסר השכל אז מדארף אויסלעשן די סעלפאן ווען מקומט אריין אין שול.
(א לץ האט געזאגט, אז אפילו די מוסר השכל מוז ער אויך נעמען פון די קאורט...).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2006 02:55 לינק ישיר 

א מוראדיגער מוסר השכל.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2006 04:19 לינק ישיר 

וועגן דעם איז גוט אז מען זאל מאכן דע פאן זאל נאר דריזלען און נישט קלינגען ווייל ביי אזעלעכע פאלן ווי און קארט ווי מען כאפט זעך נישט און מען פארגעסט און דער נאך האט מען עגמת נפש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2006 04:13 לינק ישיר 

מ'דארף זייער אכט געבן אויף דעם, איך בין איינמאל געווען אין קארט אין די סיטי אויך פאר א טרעפיק טיקעט און איינעמס סעל פאון האט זיך צוקלינגען, דער דשאדש האט זיך געפערליך אויפגערעגט, ער האט געגעבן א שפרינג אויף געטייטלט אויף דעם פארשוין, געשריגן אויף איהם, דער מענטש האט געמיינט די קדחת כאפט איהם, ער האט איהם געהייסן ארויסגיין אין רי-סקעדשולען די הירינג מיט $40 בעיל.

הזהרו!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > סעלפאון ?! נישט דא !!! - מוסר השכל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext