נשלח ב-19/2/2006 03:35
איך זאג נאכאמאל איך מיט נאך א פאר יחידים טוהען אסאך אין דעם שוין יארען אבער קיין
ארגאנאזירטע זאך זעהט נישט אויס עס וועט ווערען ווייל טאקע דע געלונגענע מענטשען און עסקנים
וואס וואלטען יא גענומען די עול ובכלל המון עם ווייסען אז די זענען נישט בארעכטיגט פאר הילף און
צוויי אז עס איז נישט מעגליך צו העלפען ווייל מען מוז זיך אינגאנצען אריינלייגען און יענעמס משוגעתן
ובכלל שוטה אסור לרחם עליו און דאס קומט נישט פון שלעכטסקייט נאר פון אומוואוסענקייט ווייל די
מענטש פירט זיך אויף מאדנע ממילא וויל איך דא אביסל אויפקלערען אז די ישראל קדושים זאלען
טוישען די מיינד און ראטעווען וויפל מען קען נאך ווייל אויף מן השמים יעזרוהו אליינס קען מען נישט
טוהן
נשלח ב-18/2/2006 21:49
אזא זאך, טאמער ווילסטו אז עס זאל ווערן, וועסטו מוזען אליין טוהן. עס וועלן זיכער זיין גענוג אירע וואס וועלן דיר צוהעלפען, ישראל קדושים הם, אבער עס זענען פארהאן גאנץ ווייניג מענטשען וואס ווילען אויף זיך נעמען דעם עול פון גרינדען אזא ארגעניזאציע. אבער טאמער האלסטו אז עס איז וויכטיג, אדרבה, נעם זיך דערצו ומן השמים יעזרו.
נשלח ב-17/2/2006 21:03
איך האב יארען צוריק גירעדט מיט דרייסיג יונגעלייט ווער עס וויל מיט מיר גרונדען א ארגנאזאציע
(ווייל אליינס קען מען נישט) און אלע האבן אפגיזאגט נאר אביסל צוהעלפען
נשלח ב-17/2/2006 18:01
איך פארשטיי נישט, אויב האלסטו אז דער טעמע ווערט איגנארירט האסטו דאך אן עיצה, במקום שאין אנשים השתדל להיות איש! הייב דו אהן צו טוהן דערין.
נשלח ב-17/2/2006 07:18
און אזוי ווי אלץ וואס איך ברענג דאס ארויף ווערט שטיל נאך א שטיק צייט און די אלע ליידענע צוריק
גיין צו זייער גיהנם (וואס סקוקט אויס אז מען האלט אז זיי ביילאנגען דארט) רח"ל אזוי ווי סאיז ידוע
אז יסורי הנפש איז אסאך ערגער ווי יסורי הגוף ל"ע און אונז וועל מער ווייטער אנגיין אונזער וועג און
גארנישט ווערט געטוהן פאר זיי און מיר וועלען וואונטשען
ו פרייליכע שבת
(אונטשולדיג פאר די שארפע לשון אבער עס ברענט מיר צוזעהן אז כלל ישראל יודען רחמנים בני
רחמנים האבען אויס געשניטען א חלק יודען וואס זיי לאזט מען ליידען מיט אומגעהויערע יסורים יעדען
טאג יא! ווען מען ליידט אויף מוט און גייסטיג ווייטאג טוט עס שרעקליך וויי אויך פיזיש)
נשלח ב-12/2/2006 23:34
איך האב פונקט לעצטנס גערעדט מיט מיינס א גוטע ידיד, איינער פון די אנפירער פון 'מקימי' (א ביקו"ח ארגעניזאציע וואס טוט אויף א וועלט), און ער האט מיר דערציילט אז א יוד האט זיך לעצטנס שואל עיצה געוועהן ביי אים. דער יוד זיכט צו טוהן חסד פאר יודן'ס וועגן און ער האט געפרעגט מיין חבר וואס וואלט געוועהן א גוטע געדאנק אנצוהייבען טוהן. אפשר וואלט ער געקענט אנהייבען טוהן אין דעם נושא, ע"כ טאמער האט איינער מער פרטים זאל ער זיך ווענדען צו מיר אין אישית און איך וועל בעזה"י פראבירען צו צושדכ'ענען צו דעם ווילענדער עסקן.
נשלח ב-12/2/2006 03:06
לכל מאן דבעי למידע וועל איך אראפברענגען א שמועס פון אישי
דאס איז גייסטישע מחלה וואס האט נישט מיט נערווען אדער דיפרעשאן מען באקומט אסאך מאל נאך
א שווערע יוגענט און דאס איז א מוט דיסארדער גערופען בייפאלאר דיסארדער דאס הייסט אז אסאך
מאל ווערט מען זייער היי און נאכדעם איז מען דעפרעסט אבער מען איז זייער נארמאל און קלוג נאר
וויבאלד עס איז גייסטיש און מען פירט זייך אויף מאדנע אסאך מאל ממילא טוהען יודישע קינדער
אריינלייגען און כלל פון נערווען און משוגעים און עד היום איז נישטא קיין "איין" ארגנאזאציע וואס מיט
די מעדיצינען קען מען אפט מאל נישט האבן קינדער בכלל וואס זייער צער איז פילפאכיג גרעסער פון
די בוני עולם און לפי עדות הרבנים גייען צענליגער אדער מער יודען מיט יודישע שטובער צוגרונד ל"ע
וואס לויט די דאקטוירים דארף מען נאר אריינגעבען און זיי אביסל ווארעמקייט און ליבשאפט וואס
דאס פעלט זיי און מען קען ביז א יאר זיי שטעלען אינגאנצען אויף די פיס
עס ממש א קללה פון היינטיגע דור
און א הימל געשריי
איך קען מעיד זיין ווי א ווארעם יודיש הארץ געט זיך אוועק מיט געבען אטענשאן טוט אויף א וועלט
_______________
~~~~~~~~~~~
וואס איז די פראבלעם? וואס איז די מחלה? אפשר וואלט איך געטון עסקנות.
~~~~~~~~~~~
נשלח ב-10/2/2006 20:33
קרעמער וואס מיינט לבי עליך
די ווילסט העלפען?
די ווילסט וויסען וואס די מצב איז?
די ווילסט העלפען מאכען א קליפ אז יודען זאלען איינזעהן די ריאליטעט און העלפען?
אדער א קרעכץ?
איך האב גירעדט וועגען דעם מיט א חשובע רב לעצטענס וואס טוט א גיוואלד זאגט ער מיר די מיינסט
די ווייסט אלעס דו האסט נישט קיין השגה וויפל אידען און שטובער גייען צוגרינד כסדר טאקע וועגען
דעם ווייל קיינער טוט נישט אין דעם ער האט גיזאגט אז בקרוב גייט מען גרונדען א גרופע פון
יונגעלייט וואלאנטירס אבער שוין א האלבע יאר איז גארנישט גיווארען איך האב שוין אויך גירעדט צו
יונגעלייט אבער קיינער איז נישט גרייט נאר גיציילטע יחידים טועהן אין דעם
דערווייל איז באמת דא אסאך חסד ב"ה חי לייף ליין זכרון שלמה רפואה חסד חבירים ביקו"ח בוני
עולם לב אבות (וואס איז געגרונדעט גיווארען נישט קענענדיג צוקוקען די צער פון די עלטערען וואס
קענען נישט צאלען א פרייוועט מלמד פאר די קינדער) ווען מען זאל מאכען א קליפ פאר הנ"ל אפשר
דעמאלטס וועט מען אויך נישט קענען צוקוקען די צער און מען קען מיט הארץ און געפיל ארויסהעלפען
לויט דאקטוירים אז ביז א יאר זאל מען שטיין אויף די פיס און אפשר אויך טראכטען פון האבן קינדער
וכו' וכו' און מקרב זיין די גאולה אמן
(לויט ווי איך האלט מיט און הער איז די מצב אזא שוידערליכע און די גלייכגילטיגקייט נאך ערגער און
די צייט וואס מען דארף און מען קען אסאך אויפטוהן ואני מעיד)
נשלח ב-10/2/2006 18:35
עס איז אויפן קליפ
נשלח ב-10/2/2006 17:54
וועלט-מלחמה; לבי עליך לאמיר אינאיינעם זינגען: אה אידעלע, אוי אידעלע, שטארק זיך שטארק זיך אידעלע!
נשלח ב-10/2/2006 17:17
מיך באדערט פארוואס די וואס קענען נישט מאכען א קליפ זענען נישט בארעכטיגט צו קיין הילף איך
ווייס פון פארלעך וואס גייען דורך יסורי איוב און איינע פון די נאכווייען אז לויט די דאקטוירים און די
מעדיצינען טארען זיי קיינמאל נישט האבען קיין קינדער און קענען אפילו נישט גיין צו בוני עולם און איר
קענט זיך נישט פארשטעלען די אומגעהויערע ווייטאג וואס אויסער די ליידען קומען זיי ניטאמאל אן צו
טראכטען פון די פראבלעם פון זיין קינדערלאז וואס דאס איז פון די זייטיגע פראבלעמען ל"ע און
קענסט דיך פארשטעלען מיינע געפילען קוקענדיג די קליפ (טראכטענדיג ווי גליקליך איז יענער אז די
איינציגסטע צער איז נאר קינדער) און די הילף קומט נישט ל"ע ווייל עס איז נישטא ווער עס זאל מאכען
א קליפ פאר זיי יא דאס פאסירט היינט צוטאג אין ריזיגע עולם החסד
אבער מיט דעם אלעמען דאנק די באשעפער אויף אלעס וואס איז דא היינט ב"ה לא אלמן בישראל
נשלח ב-10/2/2006 04:21
אזלא_גרש אפשר זאגסטו מיר, פארוואס איז דא אזעלעכע מענטשן ווי דיר וואס דארפן אלעס קיקן מיט א שלעכטע אין לינקע אויג, הא? פארוואס?
נשלח ב-9/2/2006 22:39
מיר האט עס אויסגעקוקט ווי א נייע חסידישע מאווי ה"י
נשלח ב-9/2/2006 20:27
מען האט דאס געוויזען פאר א יאר ביי בוני עולם דינער אין עס האט מוראדיג מעורר געווען דעם עולם, הגם וואס לדעתי פאסט נישט צו נעמען א עקטאר וואס פוצט די בארד אין גייט א שטריימעל.
נשלח ב-9/2/2006 12:09
אויסער ווי געוויינטלעך שיין!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
1 2 1 2 סך הכל 2 דפים.
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.