רבותי! זייטס געווארנט מיט אי בעי !!!
לעצטנס איז געווארן א זאך וואס ווערט מער און מער פארשפרייט, מ'פארקויפט א זאך אויף אי בעי, מ'באקומט א פעטן פרייז, מבאקומט א אימעיל וואס זעט אויס ממש ווי סקומט פון איבעי אליינס אז די זאך איז פארקויפט געווארן און מזאל נאך א טאג צוויי קוקן ביי פעי פאל וועט מען זען די באצאלטע פרייז. נאכדעם באקומט מען א פרייוועט אימעיל פון יענעם וואס בעט אז מזאל שיקן די זאך קיין אפריקע, געווענטליך אויף נייזשיריע, אבער ווען מגייט קוקן ביז צוויי דריי טעג זעסטו אז סליגט גארנישט קיין געלט אין פעי פאל, ווען מקאלט זיי אן זאגן זיי אז סאיז א ברייט פארשפרייטע אינטערנעט שווינדלעריי, און מקען עס נישט סטאפן ווייל זיי קומען פון אפריקע און די דארטיגע לענדער, בעיקר נייזשיריע, האלטן נישט ביים מיטארבעטן מיט די אינטערפאל! מקאלט שנעל אן פעדעקס אדער יו.פי.עס. אז מזאל סטאפן די דעליווערי און צוריקשיקן די אייטעם, אבער דו ווערסט געוואר אז סקאסט דיר אפאר הונדערט דאלער צו סטאפן די דעליווערי, ווייל סאיז שוין דורך די קאסטומס ביי די גרעניץ! די אימעיל פון אי בעי קוקט אויס ממש לייוו, אבער ווען מקוקט גוט קען מען זען א איבעריגע סלעש אין די עדרעס. זייטס געווארנט!
 |
|
|