דעם שבת שירה איז געווען א דערהויבענעם שבת אין אלע יודישע געגענטער ווי אחינו בני ישראל תלמידי וחסידי רבינו הקדוש זי"ע ולהבחל"ח כ"ק רבינו שליט"א האבן אפגעגעבן א ריכטיגע שבח והודי' פאר השי"ת אז נאך קנאפע זיבן יאר נאכדעם וואס די יחידים המשתטלים על הצבור האבן פרובירט חרוב צו מאכן אונזער קהלה הייבט מען שוין אן צו זען א שטראל פון האפענונג און אין די נאנטע טעג וועלן מיר אי"ה זיך קענען צוריקקערן צוזאמען מיט אחים לדעה במקום שהתפללו רבינו הקוה"ט זי"ע ולהבחל"ח כ"ק רבינו שליט"א.
וויליאמסבורג- אין דרייצען הופער האבן די הונדערטער מתפללים געשטראלט פאר שמחה, די הודו האט מען געזאגט מיט א געוואלדיגער ברען. ר' יצחק דער וויצע פרעזידענט האט געדאווענט קבלת שבת פארן עמוד.