בית פורומים כל העולם כולו

לייוו זאלי : אהרונים זענען נעלאגאן\ מרגלים\ מנוולים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/2/2006 05:13 לינק ישיר 
לייוו זאלי : אהרונים זענען נעלאגאן\ מרגלים\ מנוולים

יעצט פונעם גענעראל פארזאמלונג

ר' זלמן לייב האט אויסגעשריגען הויך,, אז די אהרונים זענען:

1) נעלאאגן

2) מרגלים

3) מנוולים


און ער ענדיגט יעצט

המה כרעו ונפלו........  ואנחנו קמנו ונתעודד...........

ער וויינט ביטערליך...........


נעבעך........
כאפטס אריין א וואדקע

תוקן על ידי - ארענדאר - 13/02/2006 5:12:35

תוקן על ידי - כל_העולם - 13/02/2006 6:02:51



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/2/2006 03:13 לינק ישיר 

לויט ר' זלמן'ס דרשה פארשטיי איך אז די אלע וואס זענען געווען מחוצפים פאר זיין טאטען די אלע יארן זענען מער נישט קיין מעמבערס.
ווי אזוי זאגט ער אז ווער עס איז א מחוצף פאר א מרא דאתרא איז אויטאמאטיש אויס מעמבער....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2006 16:59 לינק ישיר 

איינער האט נעכטן אין ביהמ"ד דערציילט די מעשה אז ווען מהאט געזאגט פאר רבינו שליט"א אז קאשויער רב איז קעגן סקול דיסטריקט, האט דער רבי געזאגט, "מילא ווען קאומא איז קעגן סקול דיסטריקט און קאשויער רב שטיצט עס, איז דא פארוואס צו זיין באזארגט, אבער אז קאומא שטיצט עס און קאשויער רב איז קעגן איז אלעס אין בעסטן ארדענונג".
דא איז די זעלבע, סאיז מיר סאך בעסער אז ראזענוואסער זאגט יא און הגז"ל זאגט ניין.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2006 00:30 לינק ישיר 

ווייסט איינער וואס מיינט דער מרה דעסרא מיט דעם

"דער בערל פריעדמאן ס'איז ידוע וואס דער רבי זי"ע האט געזאגט אויף אים"

ווייסט איינער וואס ער רעדט?

בכלל פארוואס זאגט ער דער רבי זי"ע און נישט דער פעטער ז"ל?
איז אפשר נישט געווען זיין פעטער? איז ער נאר א שטיף קינד? ווער ווייסט?
לויט ווי אזוי ער שעלט קוקט נישט אויס אז ער איז דעם רבי'ן א זוהן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2006 21:56 לינק ישיר 

אה די ארוינים האבן געפענט א האט ליין, זיי גייען אנהייבן חוזק מאכן,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2006 21:46 לינק ישיר 

הערט און האט הנאה 1212-990-6409



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2006 21:43 לינק ישיר 

To listen to the Drusha call 212-990-6409



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2006 08:04 לינק ישיר 

ווער געדענקט ?
דזענא קאהאנס דרשה אין 53סט ביהם"ד  ווי זיי האבען ארויסגעווארפען די אלטע גבאים אין ראשי הקהלה  דאס זעלבע איז ווערט ר זל ארויס ווארפען ר בערל אין די אנדערע שוואכע בעלי בתים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/2/2006 05:32 לינק ישיר 

מענין לענין באותו ענין
http://newyorkmetro.com/nymetro/news/religion/features/6309/




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2006 03:26 לינק ישיר 

אפשר האט ער געארבעט נעכטען נאכט ביז חצות אויף השגחות.....?

ער איז א כפוי טובה, נאך וואס ר' זלמן לייב'ס בחורים האבען דעם שבת אראפגעלייגט אזא שיינע עבודה אויף די נשים וואס האבען געטראגען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2006 03:17 לינק ישיר 

גראדע האב איך אמאל געהערט פון רש"ל וויינבערגער, אז די גאנצע מחלוקת איז זיך געקומען פאר סאטמאר ווייל די רבי האט געזאגט אויף בעלז נעאאלאגן.
אפשר וועגן דעם איז ער נישט געקומען נעכטן...?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2006 02:24 לינק ישיר 

די ווארט נעלאגען האט רשכבה"ג ר'משה טייטלבוים שליט"א גענוצט צום ערשט - קעגן בעלזא.

שלח לחמיך על פני המים כי ברוב הימים תמצאנו....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2006 02:08 לינק ישיר 

וועמען עס באדערט אמת'דיג ר' זלמן לייב'ס דרשה איז די נעאלאגן, וואס עסן זיך אז מען רופט אונז כניאקישע חסידישע פערדן מיט'ן נאמען נעאלאגן

תוקן על ידי - wassa_dif - 14/02/2006 6:54:50



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-14/2/2006 02:02 לינק ישיר 

האט איר שוין געזען ר' אהרן ט"ב זאל אמאל זאגן א דרשה און נישט אנפאנגען מיט א דבר תורה, אפילו אין די אנגעצויגנסטע צייטן?

עס קומען זיך צוזאם הונדערטער אידן אונטער איין דאך און זיי קענען נישט האבן די זכי' צו הערן איין אידיש ווארט פון דעם פויער'ס מויל, חוץ קללות נמרצות. ער גייט אזוי ווייט און דערקלערט תיכף ביים אנפאנג אז ער גייט נישט זאגן קיין תורה.

אבער איין רגע... וואו האב איך נעאלאג די חוצפה מוסר צו זאגן פאר דעם חסידישן רב?

תוקן על ידי - כל_העולם - 14/02/2006 2:09:43



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2006 01:58 לינק ישיר 

פאר די רעקארד:

דער ערשטער צו נוצן דעם אויסדרוק נעאלאגן איז געווען דרייניץ אויף היידפארק.

עס איז אריבער א קורצע צייט און ר' זלמן לייב האט גענוצט דעם זעלבן אויסדרוק קעגן די אהרונים.

עס איז אינגאנצן נישט קיין צופאל. ר' זלמן לייב טייטלבוים איז געווען ביי די מיטינג וואו מען האט באשלאסן אונז צו רופן נעאלאגן.

זיי פירן זייער קהלה פונקט ווי די רעפובליקאנער און דעמאקראטן אין וואשינגטאן. מען מאכט א מיטינג און מען באשליסט אז מען גייט רופן קערי א פליפ פלאפער, קלינטאן א גערעגטע קאץ, בוש א דרעפט דאדזשער, גאור א פאנטאזירער, דילעי א קארופטירטער א.א.וו. און באלד ווערן איינגעשפאנט אלע אקטיוויסטן, שרייבערס און טאק שאו רעדנערס און מען נעמט זיך דאס פארקויפן און שרייען אין איין טאן.

ביי די זאליס קומט פאר אקוראט די זעלבע. מען נעמט זיך צוזאם און מען האלט א מיטינג וואו מען ארבעט אויס א סטראטעגיע צו רופן די אהרונים נעאלאגן, און באלד ווערן איינגעשפאנט אלע היידפארק שרייבערס, איד שרייבערס און בראשם ר' זלמן לייב'ן און מען באמבלט נאך נעאלאגן.

די שאלה איז נאר פון וואנעט האבן די זאליס געוואוסט אזוי גוט וואס עס באדערט אונז?

פון וואנעט האבן זיי אזוי גוט געוואוסט אז ווען מיר הערן וויאזוי איינער רופט אונז נעאלאגן כאפט אונז דאס קדחת... תוקן על ידי - כל_העולם - 14/02/2006 2:09:06



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2006 01:44 לינק ישיר 

אויב איינער פון די תמימי לב האבן זיך נאך אמאל איינגערעדט, אז דער ר' זלמן לייב איז א נועם המידות, און א צוגעלאזענער, איז יעצט נתגלה העטרה!

טראכטס אריין פארוואס ער פארפירט אזוי מיט אזעלעכע באנומענע קולות, וועגן זיין סעלפישע אייגענע כבוד.

ער האט נאך קיינמאל נישט אזוי פארפירט ווי איצט.

אלעס וועגן זיך, זיך און נאכאמאל זיך.

דאס איז א נועם המידות רב?

יעדער זעהט ווי עס פלאקערט א פייער פון מחלוקה, אידישע קינדער האבן זיך פיינט, קומט דער רב שטעלט זיך אויף און גיסט צו אויל צום פייער, האלט א העצערישע דרשה קעגן טויזענטער סאטמארע אידן אז אלע זענען נעאלאגן, זיין ברודער ר' אהרן איז א נעאלאג, זיין ברודער ר' שלום אליעזר איז א נעאלאג, זיין שוואגער ר' בעריש מייזליש איז א נעאלאג, אלע זייער קינדער זענען נעאלאגן, ר' בערל פרידמאן, ר' דוד הויער, ר'  יקתואל הערש וו"ב, ר' אברהם ווידער, אלע זענען נעאלאגן, און קליפות וואס דער רבי זי"ע וואלט לוחם געווען קעגן זיי...

פארוואס, ווייל ער האט פארלוירן א קארט קעיס!!!!!

איך וויל איינער זאל מיר זאגן מיט א גראדן פנים צו ר' זלמן לייב גייט נישט בראטן אין גהינם פאר אזא דרשה.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > לייוו זאלי : אהרונים זענען נעלאגאן\ מרגלים\ מנוולים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext