| נשלח ב-13/2/2006 17:27 |
|
| |
איך נעם עס נישט אן, איך גלייב עס נישט ווייל א אידיש קינד גייט צי דין תורה נישט אין קארט!!!!
אפילו ער גייט יא גלייב איך אז עס ווערט א נייע קעיס? קען ער דען גיין דערמיט צי ראזענוואסער??אדער צי די אפעלאט??
|
|
|
|
| נשלח ב-13/2/2006 19:46 |
|
| |
(איך לייג אריבער די תגובה דא פון אן אנדערן אשכול, פשוט ווייל סיז מער פאסענד דא)
סיז נאר דא איין גרענד ראביי, פינטל!
און נאר ער האט די אלטימאט אטארעטי (לויט באראש), און קיין שום אנדערע רב פון קהל יטב לב האט נישט דעם כח.
מ'האט קיינמאל נישט אויפגענומען ר' זלמן לייב אלס עפעס א "צענטראלער" רב, ער איז בלויז א "לאקאלער" רב אין וומ"ס און איז גענצליך נכנע אונטער דעם "גרענד ראביי", מ'האט איהם נישט געגעבן עפעס מער קראפט ווי די איביריגע רבנים פון קהל יטב לב אין קר"י, ב"פ, מאנטרעאל, מאנסי, וכדומה, וואס זיי האט מען פונקט אזוי אויפגענומען פאר לאקאלע רבנים און זייערע ערטער און קיינעם איז נישט בייגעפאלן אז זיי גייען ווערן "גרענד ראביי'ס", פארוואס איז בייגעפאלן דעם ר' זלמן לייב אז ער גייט דא זיין א מיוחס, ווער האט אים דאס איינגערעדט?
קהל האט נישט קיין שום פראבלעם מיט ר' זלמן לייב אין וומ"ס אלס א "לאקאלער" רב פונקט ווי אלע איביריגע רבנים פון "קהל יטב לב", און ער ביהעיווט פונקט ווי אלע אנדערע רבנים, אויב אבער קומט ווי עפעס א "גרענד ראביי" אדער ווי א "יורש", זאל ער זיך גיין ווי די אויגן טראגן איהם.
די נייע אויפטוה פון "ידו כידי", איז זייער א שוואכע און טיפשות'דיגע קאנצעפט, און איך זעה ZERO אויסזיכטן אז דאס זאל האבן עפעס א שאנס צו באשטעטיגט ווערן אין געריכט און זיכער זיכער נישט ביי א דין תורה, פאר די פאלגענדע סיבות:
1. סיז נישטא קיין שום באווייז אז דער רבי האט געטאן אזא דראסטישע שריט פון איבערגעבן זיין קאמפלעט כח פאר ר' זלמן לייב, און פון 2 ווערטער און א ניסוח פון א קונסוס, קען מען נישט אנעמען אז דער רבי האט געטאן אזא דראסטישע שריט.
2. אין ר' אהרן'ס קונסוס און אויך ר' חיים יושע'ס איז אויך דא אזעלעכע לשונות ענליכס צו "ידו כידי" וואס מ'קען אפשר אויסטייטשן אז מ'מאכט זיי פאר גרענד ראביי'ס.
3. מ'דארף עקסטער דן זיין צו מ'קען בכלל טאן אזא מין זאך, און אויב יא וואס דער פראצעדור איז. אין די שטאטוטן איז נישט דא קיין שום זכר פון אזא מין קריאזע זאך, מ'ווייס מיר נישט ווי אזוי עס ארבעט,
גייט מהיום והלאה זיין 2 "גרענד ראבייס"? וואס טוט זיך אויב די 2 "גרענד ראבייס" זענען זיך סותר, ווער איז שטערקער?
אפשר גאר געט דער רבי אויף אלע זיינע רעכטן, און ר' זלמן לייב ווערט מהיום והלאה דער נייער "גרענד ראביי"?
תוקן על ידי - מקוה_איד - 13/02/2006 19:45:58
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/2/2006 21:29 |
|
| |
איך האלט אז דאס וועט שטארק בעקפייערן די זאליס, ווייל זיי וועלן אויפווייזן פאר יעדן וואס האט נישט געוואלט ביז יעצט איינזען, אז זייער אמת'ע כוונה איז שוין דאן געווען אז דער רבי נעמט אויף רז"ל פאר רב הצעיר און יורש, וואס בארעכטיגט די געשלעגן דערקעגן פון די אהרונים, סיי ביי די גאס, סיי אין געריכט.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/2/2006 22:02 |
|
| |
איך גלייב אז די זאלונים גייען נישט גיין דערמיט טין קארט. זיי וועלן דאס נוצען ווען די ארונים וועלן פרובירען צו טוהן כאטש וואס א סימן בעלות.
זיי וועלן רופען פאליס, און אפהאלטען ר' בערל פרידמאןפון ווייזען בעלות. זיי וועלן ווייזען די כתב התפטרות וואס ער האט היינט לכאורה באקומען פון די מרא דאתרא און דייני הקהילה. פארשטייט זיך עס וועט ווערן א מהומה אויפן פלאץ. און די פאליס וועט אפהאלטען אדער אים אדער ביידע פון ווייזען בעלות ביז זיי גייען נישט פאר א זשאדזש. (לכאורה בערל פרידמאן, ווייל נעמט אין אכט ער איז דער וואס וויל א טשעינזש.)
וכאן תם ונשלם דער טאקטיק פון די זאלונים - וואס זיי האבען געוואלט אים אפהאלטען פון עקסערסייזען זיין בעלות ביזען אפעלאט. און ווי-אויך וועלן זיי פייטען דערויף אין א נייע קעיס, אויב די זאך וועט אינצווישען אנקומען צום נידריגען געריכט, - אויב א געפעכט וועט אינצווישען אויסברעכן איבער בעלות.
אזא זאך בכלל - ווייס איך נישט אויב דאס גייט דורך קארט, אזויווי עלעקשאן'ס גייען נישט דורעך קארט נאר ווערט געפיילט ביים קינגס קאונטי קלערק, עס קען זיין אז דא פעלט זיך אויס נאר א קלעריפיקעישאן פיילונג אין די קלערקס אפיס אז זיין פרעזידענסי איז בטל. און אויב עס איז דא א טענה כנגד הערשט דעמאלט גייט דאס אין קארט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/2/2006 22:07 |
|
| |
עטץ דארפט פארשטיין אז די סעקיולער קארט האט נישט ליב צו קריגען אויף דין תורה און אויף א פסק פון א רב פון די קהילה ווייל עס ווערט אים קאלט אין די ביינער אז מישט זיך אין א רעליגיעזע פייט. און ראזענוואסער דערמאנט דאס אין זיין תשובה, אז קובע צו זיין די criteriaווער ס'איז מעמבער איז נישט ניחא פאר די קארט זיך צומישען.
איך זאג נישט אז הפעם גייט דאס דער קארט אננעמען, אבער דער טשענס איז דא.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/2/2006 22:19 |
|
| |
נאך א ליגענט פון די ארוינים, עס הייבט זיך נישט אן מיר פלאנען נישט קיין פרישער קארט, זיי ווילן קענען שריין געווינען,
נאך א זאך מארגען איז א חגה ביי די גוים,
|
|
|
|
| נשלח ב-13/2/2006 22:28 |
|
| |
קהל יטב לב האט אסאך רבנים, אסאך דיינים, און ר' זלמן לייב איז נאר איינע פון זיי, ער איז גארנישט קיין גרעסערע מיוחס ווי די אנדערע לאקאלע רבנים, אויב ס'פעלט זיך אויס קענען מיר ברענגן בריוון פון אנדערע רבנים פון די קהלה, וואס זענען מחולק מיט ר' זלמן לייב'ן, מאי אולמא האי מהאי.
ר' זלמן לייב איז נישט די רב פון די צענטראלע "קהל יטב לב", (איך פארשטיי אז ער וויל אזוי), ער האט בלויז א פאסטן אין איינע פון די לאקאלן פון די קארפארעישן, פונקט ווי די אנדערער רבנים.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/2/2006 23:29 |
|
| |
איז עפעס געווען היינט און קארט?
|
|
|
|
|