חטאתי עוותי פשעתי
איך האב אפאר מאל געשריבן אויף "חדשות שונאי סאטמאר" ווייל אדער איך האב מיך נישט געקענט איינהאלטן פון ענטפערן פאר די שקרנים, אדער ווייל איך האב זיי געוואלט טשעפען.
נעכטן האב געפענט א אשכול מיט די נייעס אז עס גייט זיין א גענעראל פארזאמלונג מארגן (היינט), איך האב עס געפענט אין ביידע פורמים (דא קענט איר עס נאך זען) אביסול שפעטער האב איך געזען עס איז אראפ גענומען, און אנשטאדט דעם האט איינער פון זייערע עס געפענט מיט זייער שפראך.
איך האב מוחה געווען דערויף, און גלייך האב איך אנגעהויבן באקומען אין אישי ווארענונגען אז איך זאל שוין מודה זיין אז עס איז שקר, און אויב נישט וועלן זיי מיך חוסם זיין. פארשטייט זיך איך האב נישט געוואלט, וויבאלד אויב די אשכול איז אויסגעמעקט וויאזוי קען איך פראווען אז עס איז נישט שקר האבן זיי מיך חוסם געווען, אט איז דער לינק
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp? topic_id=1803642&whichpage=1
בין איך מגלה דעתי און אין איך האב אויך אזוי באקומען אין אישי, אז איך וואלט נישט געדארפט שרייבן אין א פארום ווי עס האבן זיך צאם גענןמען אלע סאטמארע שונאים, פון היינט און ווייטער וועל איך פעיסטן אהער וואס זיי שרייבן דארט און ענטפערן דא.
עס איז סייווי א פראגע פון טעג ווייל איך גלייב אז ווי נאר די קהלה וועט צוריק געגעבן ווערן פאר סאטמאר, וועט זיך ענדיגען די הייד פארק געשרייבעכטס.
המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד.
 |
|
|