|
|
| נשלח ב-15/2/2006 03:51 |
|
| |
נישט דאס הייסט א קליגער איד,
ווייל עס איז קעגן די תורה דיין גאנצע פארטיי, די הייסט א קליגער גוי,
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 05:01 |
|
| |
איך האב נעכטן גערעט צו א זאלי וואס איז גוט אינוואלווד, זאגט ער מיר אז די לעצטע אפשען גייט זיין אז זיי גייען בעטן וואלן, און מגייט זיי מוזן נאכגעבן, און מגייט נישט קענען ארויסווארפן די אלע מעמבערס וואס האבן געצאלט מעמבערשיפ די לעצטע זעקס יאר. און ער טענהט אז מיט אלע זייערע מעמבערס קענען די אהרונים קיינמאל נישט געווינען קיין וואלן אין וויליאמסבורג, ווייל זיי האבן 60 פראצענט פון סאטמאר אין וומ"ס...
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 05:41 |
|
| |
וואס די זאליס סטרעטעגיעס זענען, האבעך נישט קיין אהנונג, איך גיי נישט ספעקיולעטן, איך ווייס נאר איין זאך אז דער מצב ביי זיי איז זייער שמאל און איך זעה נישט צופיל אפשענס פאר זיי
מיין אפיניען איז אז די אפעלעט דשאדשעס האבן ליב א פסק וואס האט "קלעריטי", דאס מיינט, זיי וועלן זיך פרובירן צו פארמיידן צו אפווארפן א פסק וואס מאכט קלאר די געזעץ און מ'זעהט קלאר ווער דער געווינער איז, וואס דאס האט זייער געפעהלט ביי די באראש פסק.
ממילא, האלט איך אז די אפעלעט קארט וועט נאר הנאה האבן צו זעהן דעם ראזענוואסער פסק, נאך די באראש פסק.
אזויפיל וועל איך אויך זאגן וואס איך האלט די אהרונים'ס סטראטעגיע זאלן יעצט זיין: (ווי איך זעה, טוען זיי דאס, און איך האב באמת הנאה)
1. מ'זאל נישט אנהייבן גראד מיט קיין שום דראמאטישע פובליק זאכן, ווי למשל אריינמארשירן קיין ראדני ווי א רעוואלוציע, דאס קען נאר אריינשפילן אין זייער הענט ווי מ'האט געזעהן שמיני עצרת. סיז א זאך וואס עס ברענט נישט, און נאר סטופיד.
2. מ'זאל ארבעטן נאר אויף די לעגאלע אין אפציעלע בעלות, ווי למשל די בענק אקאונטס, די אפיסעס, די ביכער און אזוי ווייטער.
3. מ'זאל קלאר שטעלן אז מ'גייט ח"ו נישט ארויסווארפן ר' זלמן לייב פון ראדני, ער איז רב דארט, און מצדינו קען ער דארט בלייבן ווי לאנג ער וויל, קיינער וועט איהם נישט טשעפענען, אבער ער זאל זיין רב פונקט ווי ר' בעריש איז רב און ב.פ. און ר' אהרן אין קר"י, און קלאר נישט א "טשיף ראביי" אויף די צענטראלע קהלה אדער עפעס א צוקנופטיגער "יורש", נאר א רב אונטער קהל יטב לב אונטער די פירערשאפט פון ר' בערל פר"מ. און ער קען זיין דארט רב פונקט ווי אלע אנדערע רבנים פון קהל יטב לב.
4. ראדני מעג זיין בנשיאות ר' זלמן לייב, אבער די אהרונים זאלן פירן די ווירטשאפט, מאכן דארט מסיבות ווען אימער ס'שמעקט זיי, אזוי לאנג אז עס שטערט נישט ר' זלמן לייב'ס סדר היום. דאס מיינט איין טאג וועט ר' זלמן לייב פירן א טיש, דעם נעקסטן טאג ר' אהרן.
5. פארשטייט זיך ר' זלמן לייב וועט קיינמאל נישט איינגיין אויף אזאנס, און ער וועט מעצמו זיך אפ-פיצן.
6. האפענטליך וועט פון די גאנצע זאך זיך אויס ארבעטן עפעס א שטיקל שלום, ביידע צדדים וועלן אנערקענען דעם אנדערן ביידע וועלן זיין סאטמארע רבי'ס, מעט זיך צוטיילן מיט די בנינים, און דער עיקר אז משפחת רבינו זאלן זיך מאחד זיין כשנים בתיקונם, און רבינו שליט"א וועט שעפן נחת דקדושה מיוצאי חלציו כימי קדם!
מי יתן והי!
פארשטייט זיך די אלע אויוונדערמאנטע זאכן איז נאר אויב אלעס גייט 100% פראצענט פאר די אהרונים, וואס מ'דארף נאך אסאך האפן אז ס'זאל זיך אזוי אויסארבעטן.
אויב די אהרונים פלאפן נאכאמאל, ווי למשל אז ס'געלונגט פאר די זאליס צו באקומען א סטעי, האלט איך אז די אהרונים זאלן אויפהייבן די ווייסע שמאטע! סעט זיין זייער פעינפול אבער מ'קען דאך נישט טאן מער וויפיל מ'קען, האפענטליך וועט עס נישט פאסירן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 05:54 |
|
| |
מקוה איד.
דברי פי חכם חן ושפתים יושק.
קאמענטארן זענען איבריג.
דער אשכול איז געעפנט געווארן פאר בלויזע שפעקולאציע, וואס איך גלייך זייער ווען עס קומט צו געריכטליכע געשעפטן. ווי אויך איז כדאי דער עולם זאל וויסן אז דער שפיל איז ווייט פון פאראיבער.
איין זאך בין איך בשום אופן נישט איינשטימיג, מיר זענען נישט אריין אין געריכט פאר "פלעזשור", ניטאמאל צו באקומען דעם רכוש, מיר זענען אריין פאר איין איינציגע סיבה: ראטעווען דעם כבוד פון קהל יטב לב ד'סאטמאר, און איר הייליגן גרינדער !!!
מיר האבן זיך נישט אליין אויסגעוועלט די דאזיגע אפציע, מיר זענען אריינגעצווינגען געווארן אין געריכט מיט אלע מעגליכע מיטלען, און מיר וועלן בע"ה דארט בלייבן ביז די גליקליכע ענדע אי"ה !
און אפילו אויב ח"ו מיר וועלן דורכפאלן ביז צו די ענדע, וועלן מיר קענען אויפהייבן די הענט צום הימל מיט א ריינעם געוויסן, מיר וועלן זיך קענען טרעפן מיט אבינו רועינו הקוה"ט זי"ע ביי תחיית המתים מיט א ריין הארץ, אז מיר האבן געטון ווייט איבער אונזערע מעגליכקייטן צו ראטעווען זיין כבוד און זיין הארעוואניע, אבער דער "נורא עלילה" האט אנדערש געוואלט.
ווי עס קוקט אויס וועט אבער בע"ה נישט קומען דערצו, די תפילות פון טויזנטער אידן איבער דער גארער וועלט האבן שוין אנגעהויבן צייגן זייערע פירות, און זיי וועלן אונז בע"ה פירן ביז דעם ענדגילטיגן פייערליכן נצחון !
תוקן על ידי - בא_ללמד - 15/02/2006 5:53:49
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 06:15 |
|
| |
מקוה_איד
ס'מאכט סענס וואס די זאגסט ווי אזוי מ'זאל זיך אומגיין מיטן צ'יף ראביי.
אז ער איז גאר דער חי' און אגרעסער, מ'האט איהם געמאכט פאר א לאקאלער רב, הארצן גערן, בערל פר"מ האט אפי' אונטערגעשריבן דעם קונסוס.
גייט דער שווינדלער דעם נעקסטן טאג, ערקלערט זיך דער סאקסעסער פונעם "גרענד ראביי", און ווארפט ארויס דעם ראש הקהל.
איך האלט עני דשאדש וועט דאס פארשטיין. און זיך נישט מישן אינעם פייט צווישן בערל פרידמאן מיטן צי'ף.
איך בין נייגעריק צו די אהרונים גייען נעמען דעם סטראטעגיע, אדער די שפעקולירסט נאר.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 16:57 |
|
| |
ר' בערל פרידמאן און ר' יצחק ראזענבערג זענען געפארן קיין פלארידא. TAKING THEIR TIME
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 17:20 |
|
| |
מקוה איד, זייער גיט!!! באט...
מיט סעיף דריי און סעיף 4 בין איך אביסל מחולק מיט דיר, איך האלט אויך אז מען זאל נישט ארויס ווארפן ר' זלמן לייב'ן, (ער וועט לכאורה אליין אוועק לויפן), באט, ער איז נישט רב, ער קען זיצן אויבן אן, אויב ער וויל, אבער נישט אלץ רב, אויף צו ווערן עמטלעך רב אין ראדני, האט ער אסאך האום וואורק צו מאכן, אויב וויל ער זיי אזא רב אין ראדני אזוי ווי רבי בעריש איז אין 53, זאל ער אריין געבן א ביטע צו קהל, און גיין מפייס זיין זיין ברודער און אונזערע ראשי הקהלה, דאן וועט קהל מחליט זיין צו מען נעמט עם אויף, דאס איז קלאר אז די מיינונג פון אונזערע ראשי הקהלה איז, אז ער איז נישט דער עמטליכער רב, די גאנצע חתימות אויף דעם קאנסוס איז געמאכט געווארן בכפי' און נישט ברצון, און עס איז כחספא בעלמא,
סעיף 4, איז לגמרי נישט רעאליסטיק, בקיצור, אויב וויל ר' זלמן לייב לעבן מיט אונז באהבה ושלום וריעות, בין איך בטוח אז מען קען דאס אויסארבייטן, ביידע זייטן זענען שוין מיד פון די דאזיגע מחלוקה, אבער ער איז דער וואס דארף דאס בעטן, און איבערצייגן אז ער איז ערנסט גרייט, מיט צו ארבייטן להרים קרן חסידות סאטמאר, וקרן התורה בישראל, מי יתן והי'.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 20:47 |
|
| |
מקווה איד פיין געזאגט אבער נעם אין אכט אז א שלום וועט נישט זיין אזוי שנעל, ווייל די אלע זאלי חסידים וועלן קיינמאל נישט מיט שטיין מיט ז"ל אויב ער גיט עפעס נאך פאר זיין עלטערע ברידער זיי האבן פיינט דעם עלטערן ברידער מער וויפיל די האסט פיינט להבדיל היטלער, זיי ציטערן פין דעם עלטערן ברידער זיי וויסען אז ער איז א ריכטיגער רב
ממילא אפילו ז"ל וועט נאר אמאל חלמען אז ער זאל "עפעס" נאכגעבן פארן זיין עלטערע ברידער וועט ער גלייך זען אז אויב ער גיט נאר "עפעס" נאך, מיינט עס אז ער בלייבט אליינס אן חסידם ווייל זיינע חסידים וועלן עם איבערלאזן זיי וועלן עס עם קיינמאל נישט מוחל זיין זייער גאנצע מיט שטיין מיט עם איז נאר, ווייל זיי האבן פיינט אהרן!! ----- אבער דאס וואס די שרייבסט
אויב די אהרונים פלאפן נאכאמאל, ווי למשל אז ס'געלונגט פאר די זאליס צו באקומען א סטעי, האלט איך אז די אהרונים זאלן אויפהייבן די ווייסע שמאטע! סעט זיין זייער פעינפול אבער מ'קען דאך נישט טאן מער וויפיל מ'קען, האפענטליך וועט עס נישט פאסירן.
פארשטיי איך נישט, אפילו נאר פאר א סטעי זאל מען שוין אויפגעבען????
תוקן על ידי - kj_village - 15/02/2006 20:46:49
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-17/2/2006 02:20 |
|
| |
היינט האט מען געזעהן איין פלאן מיט די פאלטשע בריוו
|
|
|
|
| נשלח ב-20/2/2006 02:00 |
|
| |
לויט ווי איך הער לייגן זיי יעצט זייער עיקר האפענונג אויף זייער פארלאנג אז מ'זאל צוזאמשמעלצן דעם אפיעל פארלאנג מיט דעם אפעלאט געריכט אויפן אורטייל פון באראש, וואס קוקט אויס צו זיין זייער איינציגע ערנסטע האפענונג צו באקומען עפעס.
אונטער די איצטיגע אומשטענדן, אויב קומט דער אפעלאט געריכט ארויס מיט אן אורטייל, סיי וואס זיי זאלן נאר זאגן וועט עס נאר פארפעסטיגן דעם שטעלונג פון די אהרונים.
ראזענוואסער האט אזוי אויסגעשטעלט זיין אורטייל, אז דער רבי איז נישטא מאיזה סיבה, און אויב דער רבי קען נישט אריינרעדן, יהי' מאיזה סיבה שיהי', איז אויטאמאטיש ר' בערל פרידמאן דער פרעזידענט. דאס באדייט אז סיי דער אפעלאט זאגט אז דער רבי איז בעה"ב, סיי זיי זאגן אז דער רבי איז נישט בעה"ב, קומט מען אלעמאל צוריק צום שטאפל אז דער רבי האט נישט געזאגט - צי ווייל ער איז געבינדן לעגאל נישט צו זאגן, אדער ווייל ער איז געפאנגען ביי די חיות טורפות וואס לאזן אים נישט זאגן - און דאן איז לויט ראזענוואסער'ס געפינסן ר' בערל פרעזידענט.
און ווי באקאנט איז כמעט אוממעגליך צו געווינען ביים אפעלאט א געפינס פון פאקטן דורכן נידעריגערן געריכט.
אבער אויב דער קעיס ווערט צוזאמגעשמאלצן מיט די גרויסע אפעלאט, וואו די ריכטער וועלן אננעמען - אויב די זאליס האבן טאקע דעם צוטריט וואס זיי זאגן אז זיי האבן - אז דער רבי איז יא בעה"ב, און גלייכצייטיג וועלן זיי אויך האבן די רעכטן איבערצוקוקן ראזענוואסער'ס אורטייל, וועלן זיי שוין קענען אריינשמוגלען ווערטער וואס זאל בעקיפין איבערגעבן צוריק קהל יטב לב פאר די זאליס.
א ווייטער מציאות, אבער אין א געריכט סיסטעם ווי דאס וואס מיר טוען בייוואוינען איז אלסדינג א אפציע...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/2/2006 02:56 |
|
| |
די אהרונים זאלן מאכן ביי א קהל'ס מיטונג נאך א רב אין ראדני צוויי רבנים, איינס ר' זלמן לייב און ר' יוסף בראך, לערנען קענען זיי די זעלבע.
און ר' יוסף זאל אויך דאווענען אויף א שטענדער לעבן זלמן לייב מיטן טלית און מיט די גאנצע פיטשווקעס, איין וואך וועט ר' יוסף באקומען ששי און איין וואך זלמן לייב, שלש סעדות זאלן זיי פירן אינאיינעם און זיך אויסמישען די שיריים אזוי ווי עס איז געווען מנהג ספינקא נאך ר' הערשלעס הסתלקות, ה' מלך וועט ר' יוסף זאגן, און שמע ישראל וועט זלמן לייב זאגן מיט צוגעמאכטע אויגן ווייל דעמאלס וועט ער שוין ארויספליען...
און תורה זאגן פעלט נישט אויס ווייל ביידע קענען נישט...
|
|
|
|
| נשלח ב-20/2/2006 16:31 |
|
| |
yones69 ס'געפעלט מיר זייער דיין מהלך!! אבער קריטיק מוז איך דיר אויך זאגן, מיש נישט קיין אשכולות, דיין תגובה באלאנגט ביי "וויצן: איבער די שערורי' פאריגע וואך"!! 
|
|
|
|
| נשלח ב-21/2/2006 07:49 |
|
| |
אין נישט פארגעסען אז די זאליס זאגען אלעמאל צדקתך צדק ב מנחה
|
|
|
|
| נשלח ב-22/2/2006 20:21 |
|
| |
somebody told me now that they won and the clerk combined both cases as the zalis asked does anybody know if its true
|
|
|
|
|