| נשלח ב-16/2/2006 21:09 |
|
| |
מען קען זען אסאך מאל אפילו גדולי ישראל ווען זיי שרייבען גאר שארף קעגען איינעם רופנן זיי אים הרב, אויב ער האט געהאט א פאזיציע פון א רב..
מען זעט עס אמאל ביי די ראשונים אויך.
ווי אזוי שרייבט מען אויף משה מענדלסאן, און אפילו אויף אהרן חארינער.?
הגם וואס דא זעט עס אויס אז קומט ווייל דער ספר האט געהאט א שוואכע הגהה.
קוק ווי ער שרייבט מילדולה!!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2006 21:17 |
|
| |
דער מנחת אלעזר האט זיך נישט אזוי געפיהרט..
געלעכטער גלייגט אין א זייט.
הרב שבתי צבי איז שוין אבסורד, וועלכע רבנות שטעלע האט ער פארטרעטן?
אגבת דער יעב"ץ שרייבט גרויסע שבחים אויף משה מענדלזאהן, אין די תשובות און אין התאבקות.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2006 21:22 |
|
| |
מצורף קובץאגב. דיין הערה וועגן מילדולה האלט נישט אויס. געדענק דעם אלטן כלל: מען טאר נישט פסק'ענען אויסנווייניג, שיניאווער רב פלעג קריכן ביז אויבן צו נעמען דעם שלחן ערוך.
דא האסטו עמוד 102

|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2006 21:38 |
|
| |
א גרייז איז נאך אלעס נאך א גרייז.
מילא ווען דאס איז נוגע אין פשט טוישט מען נישט, אבער א משפחה נאמען?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2006 22:23 |
|
| |
אמת.
אינטערעסאנט, דער ר' דוד ב"ר רפאל מילדולה ווערט דערמאנט אין אנדערע ספרי הריב אויך, אויך דערמאנט לשבח דורכן רמח"ל סוף מסילת ישרים אלס מגיה מומחה, בזה הלשון:
אמר המחבר הפעם אודה את ה' אשירה ואזמרה, אשר עד הנה עזרוני רחמיו להוציא לאור ספרי זה מסלת ישרים, אשר להתלמד בו חברתיו ולהועיל לשכמותי, לרבים נתתיו, אולי אזכה שיזכו אחרים על ידי וייטב להם בעבורי ואעשה שמה רחובות. כן יאמר ה' לתת חלקי בתורתו ללמד וללמד לשמר ולעשות וחפצו בידי יצליח. אמן, כן יהי רצון.
ותשואות חן חן ממני ישא, איש אשר כלבבי, מדושתי ובן גרני, עטרה לראשי וחותם על יד ימיני, זה דםדי וזה רעי, רבי אלופי ומיודעי, הלא הוא החכם הנעלה כמוהר"ר יעקב בן כ"ר אברהם בשם נר"ו, אשר נכנס בעוביה של קורה לזכותני בדבר הזה מתחילה ועד סוף, להדפיס ולהגיע ולהשלים כל המלאכה בשלם שבפנים. ומשנהו נודע בשערים שמו, מהולל בתשבחותיו ונמוקו עמו, זריז ונזכר לטובה על כל מגיהי ספרים, איש מהיר במלאכתו, בין החכמים מרום שבתו, הלא הוא החכם הנעלה כמוהר"ר דוד בן להרב הגדול המופלא והמובהק כמוהר"ר רפאל מילדולה נר"ו. יברך ה' חילם ופעל ידיהם, בכל אשר יפנו ישכילו, שמחת עולם תהיה להם, ישבעו בנים והניחו יתרם לעולליהם. כה דברי הצעיר משה בן כ"ר יעקב חי לוצאטו ס"ט
און דא אזא גרייז פונקט ביי זיין נאמען...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/2/2006 21:39 |
|
| |
אגב דער שכינותידגע נאמען אויפן בריוו פון דעם ספרדישער רב אין אמסטערדאס איז אויך נישט גוט געשריבען.
מען שרייבט עס אאיליון.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/2/2006 11:02 |
|
| |
איך פארשטיי נאכנישט נבוכדנאצר וואסערע שייכות האט די ערשטע געסקענטע דף דיינע, מיט הרב קארו, יוסף ??? און וואס איז בכלל די הסבר פארן ארויפסקענען דעם דף ? וואס ווילסטו ארויסברענגען ? און בקשר עם הרב רפאל מדילדולה, ווער לייקנט אין זיין גרויסקייט ? אז דו האסט דיך\אונז מטריח געווען צו סקענען דעם צווייטן אלטן דף ? און אויב שוין יא סקענען, פארוואס האסטו נישט געסקענט די מסלת ישרים ? אולי ווייל דער מחבר איז דיר נישט באקאנט ... ??
|
|
|
|
| נשלח ב-19/2/2006 18:33 |
|
| |
מנחת אלעזר, ער פארדינט זיך אן ענטפער?
כ'האב שוין פונלאנג געטראכט צו עפענען א פורום וואס אויב איינער פארשטייט נישט וואס מען רעדט, אדער דערף מער הסברים (...) זאל אויטאמאטיש נישט וועלן שרייבן, אבער מיין צייט ערלויבט מיר נישט
ווען איך האב עפעס אינטערעסאנט און איך האב נישט מיט וועמען עס צו מיטטיילן שטעל איך עס דא אהער, אבער אם תכתוש וגו'
|
|
|
|
| נשלח ב-20/2/2006 04:35 |
|
| |
דארפסט נישט עפענען א פורום דערפאר... יעצט וויל איך שוין אטאמאטיש נישט שרייבן מער...
ווייל איך פארשטיי נישט וויאזוי מען וועט אוטאמאטיש נישט שרייבן ווען דו עפענסט א פורום...
dont take it serious.
איך פארשטיי גוט דעם גאנצן אשכול דורך און אדורך 
|
|
|
|
|